עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
- פאסטעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 36
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:18 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
א גוטן טייערע חברים.
איך ווייס נישט צו וועם איך שרייב, כאטש איך גלייב אז ס'איז מענטשן מיט הערצער, באט ס'איז מיר דאך שווער צו שרייבן ווען איך ווייס נישט צו איך רעד צו א קאלטער אומריינער ליטוויש בחור'ל פון 17 יאר אן א קאפל אין א בעיסמענט אין דיטרויט צוקריגט מיט זיין משפחה, אדער אן טיפער נפש, עלטערער 62 ראש הקהל אין גור בארא פארק אין זיין אייגענעם טרוקענע שוויץ, בקי בספרים, א ברסלבר, מיט אביסל OCD. בקיצור איך מוז זיין קאנעקטעט מיט וועם איך רעד. (אויסער דאס אז איך איך קען נישט און כ'האב נישט קיין כח צו שרייבן).
שוין, הכלל, איך וואלט גע'דרש'נט איבערן נושא, דערציילט אלעס וואס איך קען, בבחינת בדידי הוה עובדא, ווי מען האט מיר אוועקגעשלעפט פון מיין טאטע: 'טאטי טאטי, איך גיי דיך שוין קיינמאל נישט זעהן?!' האב איך געקייכט אין די מיני ווען פונעם געטרייען עסקן. די מינוטן איז גענעילט אין מיין מח'ל. אבער אפשר אין אן אנדערע געלעגנהייט.
יעצט וועל איך נאר אראפברענגען א קליפ וואס א פעטער פון א אינגל האט אפגעכאפט אין קאורט, ווי מ'שלעפט אים אוועק פון זיין טאט'ן מיט געוואלד. מיין הארץ איז צעלאזט. מיינע פינגער זענען אייז.
איין אגדה, מעשה'לע נאר:
צו רבי משה האלבערשטאם איז אמאל געקומען א קאפל אז זיי ווילן זיך גט'ן. נאכן הערן די פרטים פרעגט ער זיי 'ענק האבן א קינד'? 'יא', ענטפערן זיי. 'אקעי נישט קיין פראבלעם, נאר א קלייניגקייט ביטע, ברענגט מיט דעם קינד'. 'פארוואס'?. 'איר קענט מיר טוען נאר דאס'? 'אקעי, אונז וועלן אים מיטברענגען'.
אין די טאג פונעם גט האבן זיי טאקע מיטגעברענגט זייער קליינע 4 יעריגע יוננגעלע, דער רב רופט אים צו זיך, און נעמט אים אויף זיין שויס, און ער הייבט אן יאמערליך צו וויינען:
'משה'לע זיסע, וויסן זאלסטו, דיין טאטע און מאמע גייען זיך יעצט גט'ן, דיין לעבן גייט זיין פון יעצט אן זייער ביטער, גייסט זיין א לעבעדיגער יתום, גייסט נישט האבן קיין עלטערן צו וועם צו רעדן און ווער ס'זאל קוקן אויף דיר, ווען קינדער גייען דיך טשעפען אין חדר גייסטו נישט קענען צו קיינעם וויינען, געדענק ס'דא א באשעפער, ער וועט דיר אלעמאל אויסהערן'....
און אזוי רעדענדיג האבן די עלטערן שטארק געוויינט, וואס האט צום סוף געפירט צו א פארשטענדעניש צווישן זיי.
אקעי, מיין פינגער טוט מיר שוין וויי.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאסטעך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
די מעשה האט פאסירט ביי דעברעצינער רב.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
איך וויין ביים זען די קליפ. א שטיין קען צוגיין ביים הערן דאס געוויין פון דאס אומשולדיג קינד.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
מעגליך ביי ביידע: זיי זענען ביידע געווען גרויסע רבנים. הוי מי יתן לנו את תמורתם...!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2024 6:41 am
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
א שטיין קען צוגיין. ווי טראגט מען אים דארט? די פרוי איז די מאמע? ווי אלט איז דאס?
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
ריכטיג, די מעשה איז באקאנט האט פאסירט ביי הגאון ר' משה שטערן דעברעצינער רב, איך מיין אז זיין איידעם ר' שאול קליין פארציילט דאס אז ער האט געטראפן די קאפל ביים ציון פון די שווער.
מענין לענין, ר' שאול קליין אויף זיין קול מבשר קנעפל פארציילט ער 2 וואכן צוריק לאור וואס א יונג בחור'ל האט נעבעך גענדיגט זיין לעבן ווייל די מאמע האט עם נישט געלאזט גיין צו זיין טאטע רח''ל זיין פערזענליכע פרשה מיט 30 יאר צוריק ווען זיין טאכטער האט זיך ג'גט האט ער געלייגט זיינע פערזענליכע געפילן אין א זייט און אייביג גערעדט שיין וועגן די קינדער'ס טאטע און עם געלאדענט צו די שמחות און עם אפילו מכבד געווען מיט א דרשה, ב''ה די 2 קינדער זענען גאר שיין אויפגעוואקסן.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
איך וויל נישט בלייבן שטיל - כאילו איך איגנאריר דעם נושא.
איך וויל אבער אויך נישט רעדן - ווייל עס איז אוממעגליך אריינצורעדן.
איך האב ליידער skin in the game, און איך וויל פשוט מ'זאל וויסן אז איך בלייב שטיל!

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
אין א שטוב וואס הערשט נישט קיין שלום בית איז אויך זייער שלעכט פאר קינדער,
ווען מדארף זיך גט'ן זאל מען זיך גט'ן ווי מענטשן,
מדארף רעספעקטירן איינער דעים צווייטן אפילו מהאט מיינוג דיפערנעסן,
איזה חכם הרואה את הנול"ד, מאכן מער דילעשענס פאר טוהן שדוכים.
אפשר זאל מען טאקע גיין אויף בעירד קאנטראל די ערשטע צוויי יאר, סוועט ברענגען נאך זייטיגע בענפיטן.

- הודעות: 593
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
איך האב אמאל געהערט פון א איד, אז ווען ער האט א שידוך געטוהן מיט די קינדער, האט ער אויכעט בודק געווען אז אויב ח"ו מען דארף זיך געטען וועט יענער דאס טוהן ווי א נארמאלער מענטש, ודפח"ח.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2024 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
ווען מען טראגט דיך אן א שידוך, אין א סיבלינג איז געגט. מאך העבי ריסערטש וויאזוי די גט איז צוגעגאנגען, אויב סע געווען נעסטי, שטיי ווייט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
famous lineאוהב ספרים האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 11:12 am איך האב אמאל געהערט פון א איד, אז ווען ער האט א שידוך געטוהן מיט די קינדער, האט ער אויכעט בודק געווען אז אויב ח"ו מען דארף זיך געטען וועט יענער דאס טוהן ווי א נארמאלער מענטש, ודפח"ח.
האב נאר חתונה מיט אזא איינעם וואס דו וועסט זיך קענען גט'ן פון.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
אוי איז דאס ווייטאגליך. וואס איז שייך צוצילייגן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- מנחם מנדל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 182
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
די מערסטע טרויעריגע חלק איז, וויפל אזאלכע מעשיות האבן פאסירט פאר די עפאכע פין וואטסעפפ, אין קיינער האט נישט געוויסט אין וועט קיינמאל נישט וויסן וויפל אזאלכע קינדער עס זענען נעבעך אפגעשאחטן געווארן...
א דאנק וואטסעפפ ברענגט עס אביסל אווערנעס.
א דאנק וואטסעפפ ברענגט עס אביסל אווערנעס.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:51 pm
- האט שוין געלייקט: 191 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
לבי על חלליהם. די הארץ גייט אויס. באמת זייער טרויעריג.
אבער איז דא נאך א זייט צו די מעשה וואס מיר ווייסן נישט?
אבער איז דא נאך א זייט צו די מעשה וואס מיר ווייסן נישט?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
אויף די עצם סכסוך פון די עלטערן קען זיין טויזנט זייטן אבער נישט דאס איז די נושא דא! דא קומט פאר אן אכזריות לעיני השמש, זעהסט דאך ווי דאס קינד שרייט און וויינט! סא וואס איז די אנדערע זייט אז ער וויינט פון שמחה?! סיריעסלי?
- צקון לחש
- ידיד ותיק
- הודעות: 682
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
זינט ווען זענען מיר אזעלכע נקיבות וואס אלעס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך ביי די געפיהלן פון די נעבעכדיגע אומשודליגע קינדער? איך מיין, ווער האט זיי דען געפרעגט?
זאלן זיי זאגן ש'כח אז מיר האבן זיי געשאנקען לעבן, אין צייט ווען אונזער אייגענע לעבן איז אזוי פארקלעמט און פארנעפלט, האבן מיר אלץ אין די זייט געלייגט און מיר האבן זיי געגעבן די זכות צו לעבן, צו זאגן שמע ישראל און זיין גאט'ס קינדער, וואס נאך ווילן זיי, וויפיל נאך דארפן מיר זיך אויסשטרעקן פאר זיי?
די גויאישע מהלך המחשבה ווי אלעס דרייט זיך ארום געפיהל פאר די קינדער, בלא בלא בלא, וויי איז פאר אונז אז דאס בוזשעוועט אזוי שטארק ביי אונז לעצטנס, און דאס ווערט א גאנצע קובע וואו מ'רירט זיך נאר...
מיר זענען נישט היינט געבוירן, ס'איז דא פיל וויכטיגערס ווי דאס גשמיות'דיגע וואוילזיין פון קינדער, מיר האבן מורי דרך, רבי'ס און א שלחן ערוך, און קיין שום וואטסעפפס (וואסידאסבכלל?) וועט אונז נישט פלוצלינג 'מחנך' זיין!
איך האף אז קיינער מיינט נישט אז איך בין ערנסט

טיילונג איצט!
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
אין א געמיינדע וואו מען ווייסט נישט וויאזוי חתונה צו האבן, ווי אזוי זאל מען וויסן וויאזוי זיך צו גטן?
*
איך מיין נישט ח"ו צו פארמינערן די ערנסטקייט פון די ווייטאגליכע מציאות. אבער איז עס דען מענטשלעך ארימצושיקן די ווידיאו על פני חוצות? די טענה וואס מען האט אויף די עסקנים פון ואלה הצאן מה חטאו, קען פינקט אזוי געזאגט ווערן אויף די אינגל וואס יעדער קען יעצט זיין פנים צוליב וואס א צעהיצטער גערעכטיקייט קעמפער האט געפילט אז די ציל כשרט אלע מיטלן. לאז ארויס די קינדער אויף פון אלע זייטן!

וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
מענטשליך?
וועלכע חלק? גארנישט אין די וועלט קען בארעכטיגען ברענגען א קינד צו אזא מצב .
אויב ארומשיקען קען אראפהאלטען אדער צוריקהאלטען אז דאס זאל נישט פאסירען א צווייט מאל איז דאס א מצוה גדולה, מען זעט נישט קיין פענימער.
בדוו א פרוי וואס איז מסוגל דאס צוטין, פארשטיי איך פארוואס ער וויל נישט לעבען מיט איר .
בדרך כלל א פרוי וואס איז נישט גרייט צו זיין א מקבל דאנט עיווען וועיסט יור טיים

יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
אויף סאָשעל מידיע איז עס ארומגעפארן מיט פנימער.
און דאס וואס די נעמסט אן אלס א פשטות אז ארימצושיקן א ווידיאו פון א אינגל ווי ער בוכה'ט איז בארעכטיקט צוליב די גרעסערע רשעות וואס ווערט דא אפגעטאן, אין דעם בין איך נישט זיכער.
און דאס וואס די נעמסט אן אלס א פשטות אז ארימצושיקן א ווידיאו פון א אינגל ווי ער בוכה'ט איז בארעכטיקט צוליב די גרעסערע רשעות וואס ווערט דא אפגעטאן, אין דעם בין איך נישט זיכער.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
סא עפען א אשכול וועגען ארום שיקן בילדער/ווידיאוס, ס'איז טאקע א וויכטיגע נושא
וואס דו טוסט דא אפשר שלא בכוונה, איז צו פארמינערען די רשעות פון די מעשה.
one wrong doesn't justify another and one wrong doesn't minimize another.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
איך דארף איבערבעטן @פאסטעך. די אמת איז אז איך האב געזען די ווידיאו אויף סאָשעל מידיע און איך האב עס נישט איבערגעקוקט דא צו זען אז @פאסטעך האט פארדעקט די פנימער, ממילא איז מיין קריטיק - כאטש אמת לעצמה - נישט רעלעוואנט צו די אשכול.
ביטע צוריק נעמען די אשכול צו איר נושא.
ביטע צוריק נעמען די אשכול צו איר נושא.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
ס'איז טאקע א פראבלעם צו ארומשיקן מיט די אפענע פנימער אבער אויב איז די אנדערע אפציע 'בכלל נישט פארשפרייטן די קליפ' איז שוין בעסער די ערשטע אפציע.
און לענ"ד איז דא אפילו א שטיקל מעלה אז די אידענטיטעט איז פארשפרייט געווארן (נישט אז איך בארעכטיג עס) אז אנשטאט דאס נעבעכדיק קינד זאל כאפן מארגן מכות רצח פון זיין מלמד פארן נישט מיטהאלטן די לימודים אין חדר זאל די מלמד וויסן וואס דאס קינד גייט דורך.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
Re: עֵינִי יָרְדָה מָיִם: א מעסער אינעם קינד. נושא: ג'גט'ע קינדער.
איך בין מיט דיר. עס איז אמת אז די ווידעאו זעהט אויס זייער פיינליך, אבער עס זענען דא מענטשן וואס ווייסן זייער גוט ווי אזוי צו ברענגען אזא מצב אז עס זאל זיין אזא ווידיאו. איך גיי נישט נעמען קיין שטעלונג פאר די טאטע אדער די מאמע, און איך גיי נישט ווערן באאיינפלוסט פון א ווידיאו. די לעצטע צוואנציג יאר זייט ווען ווידיאו איז געווארן א מעגלעכקייט ביי יעדן אין די הענט, איז מען געוואר געווארן אז מען טאר נישט גלייבן קיין ווידיאו בלינדערהייט.
בכלל, א ווידיאו וואס ניצט עמאושנס דארף מען נאך מער אכטונג געבן נישט צו ווערן באאיינפלוסט. למשל, ווען מען זעהט קינדער אין עזה געשעדיגט און געהרגעט, מיינט נישט לכבוד דעם אז דער געשעדיגטער איז גערעכט און דער שעדיגער אומגערעכט. נישט צו צו פארגלייכן די עלטערן צו כאמאס.