די שאלכץ עסט מען טאקע נישט נאר די אינסייד ווערט ארויסגעקוועטשט בבחינת אחר תוכו אכל קליפתו זרק , די עכטע שאלה איז אויף די (האלוויד) מצה וואס מען באקט מיט די קלאבען נאר מען קען זאגען לפי שיטת @אפטימיסט כל דבר שאסרו תורה התירו כיוצא בו ודוק
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
סאכדעס אסר'ט נאר א פראדוקט וואו זיי האבן נישט קיין יד. צי קודם המעשה אדער לאחר המעשה. משום הישמר והיזהר. (נעקסט טיים).
אויך א מענטש וואס איז נישט געווען אדוק ומקושר צו רבינו הקדוש זי"ע, וואס האט זיך נישט געווייקט ביים רבי'ן נאך אינדערהיים (יו פיל אין דהע בלענקס)----ארשיווא, קראלי, סאטמאר.
בעצם להלכה, קודם פסח יש ביטול ואינו חוזר וניעור
סאכדעס פארלירט יעצט business אויף restaurants וויבאַלד זיי האבן "תקנות" (שומר העיר...) קיין שייכות מיט כשרות payback time.
איך זאג נישט אז זיי זענען גארנישט ווערד. נאר לאמיר עס נישט מאכן די "הייליגע" ארגאניזאציע וואס מ'טאר נישט קריטיקירן. אפילו ווען מ'זעהט באשיינפערליך די קארופציע.
איך האב געהאט א פאל, איבער א סיכסוך פון מיין זוהן'ס דירה. און א רב פון התאחדות האט אויסגעהערט אלע טענות פון ביידע צדדים. און ער איז אויפגעקומען מיט א פשרה וואס א יעדער איז געווען צופרידן.
אין א צווייטן פאל, אויך איבער א לענדלארד-טענענט סיכסוך, מיט אנדערע בעלי דינים איז שוין געווען א ביסל "קארופשן". און כמעט זיכער (איך האב נישט געזען ווי מ'האט איבערגעגעבן די געלט.) אויך שוחד. רוף עס וויאזוי דו ווילסט.
אן אריינגיין אין פרטים. האט מען געמאכט א אפיציעלע "דין תורה" מיט 3 דיינים. צוויי עלטערע אידן, וועלכע האבן געדרימלט די גאנצע צייט. דער צד שכנגד האט געשיקט א "טוען". דער טוען וואס איז לפי כל הדיעות פון מענטשן וואס קענען איהם א געשוואלענער עיי"ן ה"א האט געבראקט שקרים. אויך האט ער אויפגענומען די גאנצע צייט מיט "פיליבאסטערן". פאר דער ווואס ווייסט די מיינונג פון דעם ווארט. ער האט זיך גענימען אפליינען א יעדן סעיף קטן וואס איז געפרינטעד אין ליעס. די 2 עלטערע רבנים האבן פיין אוועק געדרימלט. דער יונגערמאן איז יא געווען וואכזאם. ווען דער טוען האט אפגעליינט איין קפיטל פונ'ם ליעס וואס מאכט נישט קיין סענס האט ער איהם געסטאפט און געפרעגט א לאגישע שאלה. דארט איז ער געבליבן שטיל.
שוין די "דין תורה" האט זיך געענדיגט. די באטשי'ס זענען אויפגעשטאנען פון שינת הצהריים.
דער פסק איז ארויסגעקומען "אקעגן מיר"...!
וויאזוי קען אזא "פורים שפיעל" אפילו אנגערופן ווערן דין תורה?!
שמעקעדיג איז גערעכט: איך האב געהערט נאך ערגערע זאכן אויף אנדערע בתי דינים דא אין ניו יארק.
נאר ווען איינער לערנט א ביסל די הלכות אין חושן משפט זעהט ער ווי שטארק יושר'דיג די תורה איז. דאס איז דער גרויסער ווייטאג אז די אזוי-גערופענע רבנים פארדרייען אלעס פאר א פאר דאללער. (נישט אלע, ח"ו. נאר א סאך.)