דעמאקראטיע געענדיגט?
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
דעמאקראטיע געענדיגט?
עס איז נישט קיין נייעס, זיכער נישט קיין סוד, אז דעמאקראטיע איז אין דר'ערד! די סלאגאן גייט שוין זאגאר צוריק אפאר יאר.
די פראבלעם איז אבער אז איך בין אביסל צומישט, ווייל מ'הערט דעם סטעיטמענט פון צוויי פארקערטע ריכטונגען און מיט צוויי פארקערטע 'דעמאקראטיעס' אין קאפ.
די דעמאקראטן שרייען פון דעי וואן אז טראמפ איז 'א סכנה פאר דעמאקראטיע', און אויב האט זיי נאך עפעס אויסגעפעלט - האט JAN 6 עס גאר קאנפירמירט.
פון די אנדערע זייט שטייען רעפובליקאנער און שרייען אז 'דעמאקראטיע איז געענעדיגט' און דאס פאליטיזאציע און וואפאנעזאציע פון דעם יוסטיץ סיסטעם איז די גרעסטע אנדייטונג דערפאר.
אויב מ'קען מיר ארויסהעלפן ביטע: וואס איז דאס 'דעמאקראטיע' פונקטליך, און וויאזוי איז עס אין סכנה אדער געענדיגט מיט די פראפאזיציעס וואס מ'שטעלט פאר?
נאר איידער מ'ענטפערט, דארף מען קלאר שטעלן אז אין דעמאקראטיע אליין זענען בעצם דא זייער אסאך וועריאציעס און נקודות, צ.ב. קיין איין לאנד האט נישט באמת קיין 'ריינע דעמאקראטיע' ד.מ. אז איבער יעדע החלטה שטומט די גאנצע עולם, נאר ענדערש זענען דא 'רעפרעזענטיטיוו' אדער 'פארלימענטערי' דעמאקראטיעס אין די פלעצער ווי מיר באצייכענען 'דעמאקראטיש'.
דאן איז פשוט אז נישט אין יעדע לאנד וואו עס זענען דא וואלן איז עס בהכרח א 'דעמאקראטיע' (ע"ע רוסלאנד, כינע, איראן, וכו'.) און מ'דארף קענען מחלק זיין דערצווישן.
עס איז אויך וואר אז אין אמעריקא אליין איז נישט דער עולם למעשה די וואס איז מחליט דעם פרעזידענטשאפט - נישטאמאל ווענדט זיך עס אין די פאפולאר שטומען כידוע.
מען דארף אויך נעמען אין אכט אז 'געזעץ און סדר' לויט ווי מיר קענען עס, ווי אויך דאס גאנצע אויסשטעל פון די דריי ברענטשעס אוו גאווערמענט, צוזאמען מיט דעם געדאנק פון א קאנסטיטוציע, פרידאם אוו ספיטש, א פרייע מידיע, און איבערזיכט - דאס אלץ איז א חלק פון וואס מיר באצייכענען 'דעמאקראטיע' אין דעם קאנטעקסט.
איז ווען ס'קומט צו ענטפערן מיין שאלה, פון איין זייט דארף מען טאקע נעמען די אימפליקאציעס פון אזא איינער (וואס מאנכע קוקן אן) אומסטאביל און גענוג א גרויסע עגאאיסט צו זיין גרייט אונטערצוהאקן 'דעמאקראטישע אינסטיטוציעס' - וויאזוי דאס 'ברענגט אונטער דעמאקראטיע'?!, ולאידך גיסא, טאקע אויב זענען די אינסטיטוציעס קארופטירט און זיי זענען דא מיט א וואפאנירטע ציל אונטער צו ברענגען איינעם בלויז לשם נקמה/קעגנער וכדו' - צו דאס איז נישט קיין 'סוף צו דעמאקראטיע.
און חוץ פון אויסשמועסן די טענות וראיות צו יעדע צד, איז אויך אינטרעסאנט זיך אליין צו פרעגן, נניח מ'איז גערעכט (יעדער כלפי זיינע ארגומענטן) לגבי די פאטענציאלע אדער עקזיסטירענדע פראבלעמען פאר דעמאקראטיע - וואס קען דעמאקראטיע אליין טון כדי דאס אפצוהאלטן? וועלכע געצייג זענען דא אינעם דעמאקראטישן ארסאנעל דאס צו פארמיידן פון זיך אליין אונטערברענגען? און אויב איז טאקע נישטא קיין טאאלס - וויאזוי דארף מען צוגיין דערצו? און וויאזוי פארלאנגסטו פון דיין קעגנער צוצוגיין צו אזא מצב ווען ער שפירט אזוי און דו ביסט נישט מסכים?
אין אנדערע ווערטער, איז עס אז דעמאקראטיע האט געוויסע פראבלעמען וועלכע באדראען איר עקזיסטענס (טראמפ/קארופטירטע אינסטיטוציעס), אדער איז עס מעגליך די עצם פאקט אז האלב אויף האלב אין אן אנגעבליכע דעמאקראטיע קענען זיך נישט פאראייניגן איבער יסודות'דיגע נקודות - וואס איז די 'ענדע פון דעמאקראטיע'? ובכל אופן צו עס איז דא א וועג ארויס - אויף א וועג וואס די קעגנער האט אויך א טשאנס צו דערהערן?

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
די אלע סטעיטמענטס זענען פשוט'ע פראסטע פאליטישע פראפעגאנדע. און ס'איז בלויז אנצורייצן די געמיטער אז דער עולם זאל זיין אויסער זוך.
דעמאקראטיע גייט נישט אונטערגיין ווארום עס עקזיסטירט שוין לאנג נישט. פאר מער אינפארמאציע קענסטו אויסהערן דזשארדזש קארלין.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קורקלענד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
די אמעריקאנער דעמאקראטיע גייט נאכנישט חרוב ווערן. ס'זענען שוין געווען צייטן פון שטארקע חילוקי דיעות. און דער דעמאקראטישער סיסטעם האט עס איבערגעלעבט.
וואס איך קען נישט פארשטיין וואו די רעפובליקאער מעמבערס פון קאנגרעס זענען? ס'זעהט אויס אז זיי שלאפן. זיי וואלטן געדארפט גלייך ביים אנהייב זאגן פאר די דעמקראטישע פיהרערס מיט פרעזידענט ביידען בראשם אז זיי זאללן זיך אפלאזן פון טראמפ. אויב נישט גייען זיי מאכן א סאך צרות פאר די דעמאקראן. און זיי קענען. זיי קענען בלאקן א יעדע סארט לעגיסלאטיווע פארשלאג פון די דעמאקראטן. דאס וואלט זיכער געהאלפן.
נאר א יעדער בלאק פון די רעפובליקאנער האט זיך געהאט זיינע אייגענע חשבונות מיט טראמפ. זיי האבן געקענט באשטיין אז די דעמאקראטן מאכן "א ביסל" צרות פאר איהם. נאר דער איצטיגער מצב איז שוין "כלו כל הקונצן". די דעמאקראטן מיט ביידן בראשם מיט זייערע ליבעראלע העלפערס וועלן נישט איינרוען ביז זיי וועלן זעהן טראמפ אין דזשעיל.

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
די אמת איז אז טראמפ איז זיך אליין שולדיג אין זיינע צרות. אפילו מ'זאל אננעמען אז די קעיסעס אקעגן אים זענען פאליטיש מאניווירט, האט ער ביי יעדע פון די אלע "עפעס" געטוהן וואס די לעגאליטעיט דערפון איז אונטער פראגע צייכן. אויב האט ער ווען אביסל מער שכל פארשטייט ער אז אלס א מענטש וואס רעגט אויף א האלבע לאנד דארף ער טראכטן צוויי מאל פאר ער טוט עפעס עס זאל נישט זיין עפעס וואס קען אים אריינלייגן אין פעקל.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 12:50 pm וואס איך קען נישט פארשטיין וואו די רעפובליקאער מעמבערס פון קאנגרעס זענען? ס'זעהט אויס אז זיי שלאפן. זיי וואלטן געדארפט גלייך ביים אנהייב זאגן פאר די דעמקראטישע פיהרערס מיט פרעזידענט ביידען בראשם אז זיי זאללן זיך אפלאזן פון טראמפ. אויב נישט גייען זיי מאכן א סאך צרות פאר די דעמאקראן. און זיי קענען. זיי קענען בלאקן א יעדע סארט לעגיסלאטיווע פארשלאג פון די דעמאקראטן. דאס וואלט זיכער געהאלפן.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
זאנע שטותים גערעדט. כאילו דו קענסט סיי וועלכע הויכע לעוועל פאליטיקאנט וואס האט א קלינערע רעקארד ווי טראמפ...
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑ די אמת איז אז טראמפ איז זיך אליין שולדיג אין זיינע צרות. אפילו מ'זאל אננעמען אז די קעיסעס אקעגן אים זענען פאליטיש מאניווירט, האט ער ביי יעדע פון די אלע "עפעס" געטוהן וואס די לעגאליטעיט דערפון איז אונטער פראגע צייכן. אויב האט ער ווען אביסל מער שכל פארשטייט ער אז אלס א מענטש וואס רעגט אויף א האלבע לאנד דארף ער טראכטן צוויי מאל פאר ער טוט עפעס עס זאל נישט זיין עפעס וואס קען אים אריינלייגן אין פעקל.
ער האט דאך געטון די "עבירות" אסאך פאר ער האט אויפגערעגט א האלבע לאנד..
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
זאל ער זיכער מאכן פארן אויפרעגן א האלבע לאנד אז ער האט נישט קיין קופה של שרצים תלויה מאחוריו
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
נאכנישט געווען קיין איין אנדערע פרעזידענט וואס האט נישט אויפגערעגט א האלבע לאנד, און גענוג פון יענע פרעזידענטן האבן געהאט זייער קופה של שרצים מלפניהם. די זאך מיט טראמפ איז פשוט אז ער האט אויפגערעגט א גאר 'קליינע קליקע' פון הויכע פאליטיקער וואס פרובירן איהם אפצושטעלן איידער ער שטעלט זיי אפ. און אזויווי יענער האט שוין געזאגט "It's one big club and you ain't in it".
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
ואלו הן: הילערי קלינטאן (איהר חשוב'ער מאן בילל איז עוסק אין אנדערע סוגיות), באראק אבאמא, ועוד.
די לאקאלע (סיטי ענד סטעיט) פאליטישנס פון ניו יארק העלפן צו. און ווער שמועסט נאך פון די צדיקת פעני ווילליס די דיסטריקט אטוירני פון פולטאן קאונטי, דזשארדזשיע.
כמעט פארגעסן: מר. סמיטה פון די פעדעראלע (מר. ביידענ'ס) דזשאסטיס דעפארטמענט.
אונז זעמיר מתפלל אז מר. דאנאלד טראמפ זאל זיך ארויסדרייען פון אלע זיינע לעגאלע צרות. און ער זאל קענען לעבן א לעבן פון מנוחה . און זעהן נחת פון זיינע אידישע אייניקלעך. ער האט דאך געטון א סאך טובות פאר אידן. און ער איז דאך אויך געווען גוט און געשטיצט מדינת ישראל (בעוונותינו הרבים).

- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
איך האב נישט נישט ליעב צו רעדן פון דעמאקראטיע, ווייל דעמאקראטיע איז נאר א סיסטעם פון גאווערמענט און מען קען האבן דעמאקראטיע מיט טיראניע אינאיינעם. איך האב ענדערש ליעב צו רעדן פון פרידאם - פרייהייט. פרייהייט מוז האבן דעמאקראטיע אבער דעמאקראטיע מוז נישט האבן פרייהייט.
איך ברענג דא א quote וואס מען לייגט עס אן אויף די founding fathers. "Freedom is lost gradually from uninterested, uninformed, and uninvolved people."
די זעלבע זאך איז מיט משפט טראמפ. נישט ווייל מען האט גע משפט טראמפ פארלירט מען די פרייהייט, נאר ווייל מען פארלירט די פרייהייט משפט מען טראמפ. די מציאות אז די מענטשן אין פאוער האבן אים געמשפט איז ווייל זיי אינטערעסירט פרייהייט ווי די מענטשן וואס האבן זיי אריינגעלייגט. אין אנדערע ווערטער, מען האט עס שוין לאנג פארלוירן. ווען א מענטש לויפט פאר די וואלן און זאגט אז זי גייען פארמשפטן א מענטש, דאס מיינט אזוי ווי סטאלין, show me the man and I will show you the crime. ווען זיי וואלטן ווען
געווען מענטשן וואס law and order איז זייער הייליג וואלט מען געקענט אביסל מצדיק זיין די משפט. אבער ווען מען לאזט ווייאלענט קריים גיין אן קיין משפט קען מען זיך נישט מצדיק זיין. עס פאסט נישט צו זאגן אויף טראמפ, אבער דא קומט זייער גוט אריין די משל ווי די חיות האבן פארמשפט די שעפעלע פארן נעמען אביסל שטרוי.
איך ברענג דא א quote וואס מען לייגט עס אן אויף די founding fathers. "Freedom is lost gradually from uninterested, uninformed, and uninvolved people."
די זעלבע זאך איז מיט משפט טראמפ. נישט ווייל מען האט גע משפט טראמפ פארלירט מען די פרייהייט, נאר ווייל מען פארלירט די פרייהייט משפט מען טראמפ. די מציאות אז די מענטשן אין פאוער האבן אים געמשפט איז ווייל זיי אינטערעסירט פרייהייט ווי די מענטשן וואס האבן זיי אריינגעלייגט. אין אנדערע ווערטער, מען האט עס שוין לאנג פארלוירן. ווען א מענטש לויפט פאר די וואלן און זאגט אז זי גייען פארמשפטן א מענטש, דאס מיינט אזוי ווי סטאלין, show me the man and I will show you the crime. ווען זיי וואלטן ווען
געווען מענטשן וואס law and order איז זייער הייליג וואלט מען געקענט אביסל מצדיק זיין די משפט. אבער ווען מען לאזט ווייאלענט קריים גיין אן קיין משפט קען מען זיך נישט מצדיק זיין. עס פאסט נישט צו זאגן אויף טראמפ, אבער דא קומט זייער גוט אריין די משל ווי די חיות האבן פארמשפט די שעפעלע פארן נעמען אביסל שטרוי.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
ביי טראמפ איז עס א ביסל מער פון דעם.
די דעמאקרטן און ליבעראלן האבן איהם פיינט שנאת מוות. זיי האבן אן אקטיווע אגענדא איהם צו באגראבן אויף א יעדן מעגליכן וועג. סיי פאליטיש, פינאנציעל און פיזיש. זיי ווילן איהם פאר א יעדן פרייז זעהן הונטער גראטעס. ליידער זענען דא אסאך פארשוינען מיט אידישע נעמען צווישן די וועלכע ארבעטן אווערטיים איהם צו באגראבן. איך האב שטארק מורא אז דאס (מער ווי ציוניזם און די מדינה) קען (ח"ו) גורם זיין א "בעקלעש" פון אנטיסעמיטיזם. ווייל דאס געט א פתחון פה פאר די עכטע שונאי ישראל. איי, א גרויסער טייל פון די וועלכע שטעללן זיך ארויס אין אן אקטיוון פארם זענען שווארצע פאליטישנס און מאכטפולע רעגירונגס מענטשן. דאס ווערט נישט גערעכנט. נאר די שונאי ישראל זענען מדגיש די "אידישע" נעמען.
די "אידישע" ליבעראלן זענען נוצליכע נאראנים פאר די וועלכע טרייבן די אגענדא אקעגן טראמפ. סיי אלס דזשאדזשעס און אנדערע פאליטישע פיהרערס.
די דעמאקרטן און ליבעראלן האבן איהם פיינט שנאת מוות. זיי האבן אן אקטיווע אגענדא איהם צו באגראבן אויף א יעדן מעגליכן וועג. סיי פאליטיש, פינאנציעל און פיזיש. זיי ווילן איהם פאר א יעדן פרייז זעהן הונטער גראטעס. ליידער זענען דא אסאך פארשוינען מיט אידישע נעמען צווישן די וועלכע ארבעטן אווערטיים איהם צו באגראבן. איך האב שטארק מורא אז דאס (מער ווי ציוניזם און די מדינה) קען (ח"ו) גורם זיין א "בעקלעש" פון אנטיסעמיטיזם. ווייל דאס געט א פתחון פה פאר די עכטע שונאי ישראל. איי, א גרויסער טייל פון די וועלכע שטעללן זיך ארויס אין אן אקטיוון פארם זענען שווארצע פאליטישנס און מאכטפולע רעגירונגס מענטשן. דאס ווערט נישט גערעכנט. נאר די שונאי ישראל זענען מדגיש די "אידישע" נעמען.
די "אידישע" ליבעראלן זענען נוצליכע נאראנים פאר די וועלכע טרייבן די אגענדא אקעגן טראמפ. סיי אלס דזשאדזשעס און אנדערע פאליטישע פיהרערס.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
אין די בליק פון טראמפ'ס קעגנער איז ער אלץ געווען אן עגאאיסט און איינער וואס פאר זיין כבוד איז ער גרייט מיטצושלעפן גאנץ דעמאקראטיע און אלע אינסטיטוציעס צוזאמען אין די ערד אריין.
זיי צייגן אן אויף זיין רעטאריק (וואס איז אלץ געווען שעדליך, דיווייסיוו, ליגנטס, און עגאאיסטיש, - רוב רעפאבליקאנער האבן אויך אזוי געהאלטן אין 2016 איידער זיי זענען געווארן פאר'MEGA'ט.) און בעיקר אויף Jan 6 און אויף זיין דיסרעגארד צו די אנגעזעענע אינסטיטוציעס (justice system, CIA, FBI,) ווי ער האט נישט קיין פראבלעם אלעס אונטערצוברענגען - לייקענען וואלן אויסגאנגען אדער שולד ארטיילן ארויסלאזן קאנספיראציעס אן קיין קראנטע ארגומענטן און עווידענס אבי צו ריינוואשן זיין כבוד און שטאנד.
[איין שטיקל קשיא איז דא, אז למעשה זענען זיינע פאליסיס נישט געווארן געפירט אזוי שעדליך ווי עס וואלט זיך געדארפט אויסצושטעלן פון א 'דיקטאטור' אדער גאר 'נאצי'?!
וואס אויף דעם ענטפערן זיי צוויי פאכיג, איינס - אין די ערשטע טערמין האט ער למעשה געהאט ווייניג עקספיריענס און רוב סטעף האבן נאך געהאט די שכל אים אראפצובינדן משא"כ א צווייטע טערמין וועט מיינען אויסדריקליכע דיקטאטורשאפט מיט סטעף וואס וועלן זיין אויסשליסליך געטריי, צווייטנס, אפי' אן דעם וואס עס זאל זיך מאניפעסטירן אין פאליסיס איז די רעטאריק און אויפפירעכטץ גענוג שעדליך צו דעמידזשן דעמאקראטיע, דאס איז דורכ'ן אונטערהאקן טראסט אין וויכטיגע אינסטיטוציעס וכדו' - וJan 6 יוכיח.]
לויט זיי, דארף מען דעם טראמפ פארלויפן די וועג צו מאכט מיט יעדע וועג וואס איז דעמאקראטיש אויסגעהאלטן.
שטימען און אראפרייסן איז פארשטייט זיך די ערשטע געצייג, און טאקע יעדע מאל ווען עס איז געווארן אביסל רואיגער זענען די דעמאקראטן פון זייער זייט אויך געווארן שטילער. אבער למעשה שטעלט זיך ארויס אביסל אז כאשר יענו אותו כן יפרוץ, בנוסף צו דעם אז די שאנסן ער - און זיינע מענטשן - זאלן אינגאנצן דיסרעגארדן די קומענדיגע עלעקשאנס איז נישט קיין קליינע.
וממילא דערזעען זיך די דעמאקראטן מיט א פראבלעם אז מ'דארף נוצן מער דראסטישע שריט אים צו פארלויפן - נישט אלץ קעגנער פער סע, נאר אלץ ערנסטע סכנה - אין זייער אויגן (והא ראי' קיינער פון די אנדערע קאנדידאטן זענען נישט און וואלטן נישט אויסגעשטאנען דאס קיינמאל).
דאס געזעץ איז אייביג געווען דעם בעסטן געצייג צו נוצן, און טראמפ איז נישט פון היינט אן אין קאנטראסט מיטן געזעץ, ובכן דארף מען פשוט זוכן א געזעץ פאר וועלכע מ'קען אים הינריכטן ושלום על ישראל, און ממש דאס האט עלווין ברעג דא געטון! (עס זענען ידוע מעשיות פון גרויסע קרימינאלן אין אמעריקא וואס מ'האט למעשה אינדייטעד פאר קלייניגקייטן - נאך וואס דארט האט מען זיי גרינג געפאקט. די נושא פון די יוסטיץ סיסטעם אין אמעריקא איז א שמועס פאר זיך, אבער למעשה איז עס וויאזוי עס ארבייט - און אין טייל איז דערפאר דא א דזשורי..)
צו מזל רינט אים נאך די פוטער פון נאך דריי זייטן און עס ווארט אים אפ נאך אפאר לאוסוטס אין די קומענדיגע תקופה, וואס רוב דערפון - איינמאל די פראסעקיוטערס מאכן א גוטע ארבייט פון פרעזענטירן די קעיס ווי עס דארף צו זיין איז דא שוואכע שאנסן פאר א דזשורי אים ריין צו וואשן - סוכ"ס זענען דא געזעצן וואס ער האט פארלעצט!
צו עס איז פאליטיש מאטיווירט צו ברענגען אזעלכע קעיסעס?! קען זיין! אבער ווילאנג ער איז שולדיג איז ער שולדיג!
נאך מער, א גרויס טייל פון זיינע פראבלעמען וואלט ער קיינמאל נישט אויסגעשטאנען ווען ער איז ווען נישט טראמפ, קלינטאן לדוגמא האט געסעטעלט זיין זאווערוכע נאך איידער ער איז אנגעקומען אין געריכט, און אזוי האט ביידען געטון ווי נאר מ'האט געפינען ביי אים דאקומענטן וכו' (נישט פארגעסן אז איבער אים און זיין זון טוט זיך אויך..), וממילא דאס אז ער לויפט פאר פרעזידענט קען נישט ממש געזעצליך מחפה זיין פאר זיינע קאפריזן וואס ער וואלט געקענט סעטלען ווי א נארמאלע מענטש.
אין קורצן: ער איז א סכנה פאר דעמאקראטיע (זיין רעטאריק, זיינע זאכן וואס ער האט שוין אפגעטון, און וויאזוי ער זאגט צו זיך אויפצופירן בעתיד.), וממילא נוצט מען אלע אויסגעהאלטענע טאקטיקן אים צו אנידערזעצן.
דאס איז פון איין זייט.
פון די אנדערע זייט זענען דא זיינע שטיצער.
פאר זיי איז טראמפ די סימבאל פון יושר און פון 'צוריקברענגען אמעריקא' צו וואס עס איז געווען איידער די קארופטירטע דעמאקראטן האבן קארופטירט יעדע אינסטיטוציע נאר מעגליך, און געעפנט די גרעניצן, און און און...
אסאך פון זיי זענען שוין געווען אויפגערעגט פון פריער אויף גאר אסאך חלקים און קארופציעס אינעם סיסטעם, און טראמפ פאר זיי איז זאגאר דעם 'מלאך המושיע'.
אין די צייט וואס געוויסע האבן יא אין אנפאנג מסכים געווען אז ער איז עקסטרעם מיט זיין רעטאריק וכדו', אבער אין שאטן פון וויאזוי די דעמאקראטן פירן זיך אויף צו אים איז דאס גאלד ביי זיי.
צולייגענדיג די WOKE אגענדעס צו די קאלקולאציעס - איז זיכער דא גענוג סיבות פארוואס מאנכע זאלן זען אין דעמאקראטן א קולטוארע סכנה פארן עתיד און דערפאר שטיצן טראמפ וועלכע פארשפרעכט דאס צו אויסשלאגן.
וואס זיי זעען איז, א פרעזידענט וואס איז זיי געווען זייער גוט אין די ערשטע טערמין, און וויפיל מ'האט אים גע'רודפ'ט בשעתו, איז די יעצטיגע פאליטיש/געזעצליכע שפילן נאך אסאך ערגער געווארן.
איי jan 6?
קודם מ'האט דאך טאקע גע'גנב'ט די עלעקשאנס! נישט אזוי? טראמפ אליין זאגט קלאר אזוי! עס זענען דא ווידעאוס ווי מ'ווארפט ארויס געוויסע מענטשן בשעת'ן ציילן די שטימען! עס מאכט נישט קיין סענס אז פלוצלינג האט זיך דער וואגשאל גענויגט לטובת ביידן! איי מעיל-אין בעלאטס?! דאס איז טאקע א סקעם פאר זיך! וכו' וכו'. און אפי' די וועלכע האלטן יא אז ווילאנג די קאורט האט עס נישט אנגענומען איז עס לכאו' א קאנספיראציע (באותו שעה כשרים היו) - איז דאך אבער Jan6 בכלל נישט אזוי געפערליך ווי מ'מאכט עס! סך הכל אפאר צולאזטע מענטשן - גארנישט מיט טראמפ איינגעלייגט! ובכלל, קוק די רעאקציע פון דעמאקראטן - און אלץ איז ממילא בארעכטיגט.
די געדאנק פון דערגיין די יארן א פאליטישע קעגנער וואס מ'האט נישט ליב, אימפיטשן, אויספארשן, זוכן פראבלעמען פון אונטערן טיש, ועל כולם פראסעקיוטן פאר רעלאטיוו נארישע קלאגעס, איז אין דעם פערספעקטיוו אן עוולה שאין כדוגמתה, און א פארטיי וואס איז פארמישט דערין איז by no means 'גוט פאר דעמאקראטיע' - פארקערט גאר - די פאליטיזאציע פון די יוסטיץ דעפארטמענט איז א זאך וואס צושאקלט דאס גאנצע טראסט וואס מ'האט אין דעמאקראטיע און אינעם סיסטעם, ובכן דער וואס טוט עס און ווען אזאנס געשעט איז עס די 'ענדע פון דעמאקראטיע'.
אפאר נקודות קלארצושטעלן:
עס זענען דא קארופציע און שמוציגע אקטן אין אלע דורות, אין אלע אפטיילונגען, און אין אלע פאזיציעס פון גאווערמענט און מאכט. עס איז נישט קיין נייע זאך, פארדעם איז דא עקסטערע אפטיילונגען צו קענען אויספארשן איינער דעם צווייטן א.א.וו.
וואס יא, עס איז דא א פרעצעדענט פון וויאזוי מ'האנדלט און מ'רעדט דערפון, עס רופט זיך 'פאליטיקעל קארעקטנעס', וואס מיינט, אז בכדי זאכן זאלן נישט גיין ארויס פון קאנטראל איז דא א דיפלאמאטישע וועג פון אדרעסירן שמוציגע נושאים, ווער, ווען, און וויאזוי מ'רעדט דערפון אין פובליק.
דאס איז א זאך וואס טראמפ איז ידוע צו האבן איגנארירט פון זיין ערשטע מינוט אין פאליטיק - ער הייסט צו זיין 'אטענטיש' און זאגן 'די אמת אין פנים אריין', בעת וואס ביי אנדערע - ספעציפיש דעמאקראטן - איז דא א וועג פון רעדן אומרעדנדיג און טון די שמוציגע חלקים אויף וועגן וואס איז ווייניגער אבוויעס.
לדוגמא, טראמפ האט נישט קיין פראבלעם צו פארשרייען געוויסע מידיע קאמפאניעס אדער דזשורנאליסטן וועכע שטייען אים אין וועג, בעת וואס אויף די פארקערטע זייט וואלט געלאפן א גאנצע 'קענסעל קאמפיין' אפצו-ווישן וועמען מ'וויל נישט האבן 'בדרך כבוד'..
די חסרונות מיט די צווייטע זענען אבוויעס, אבער די חסרון פון די ערשטע - אטענטישע וועג איז אויך זייער גרויס, ווייל טאקע די צווייטע גייט שטילערהייט אונטערן רוקן מיט הויכגעשפריצטע לעגיטימאציעס, איז עס אבער מער א פאסיוו-אגרעסיווע וועג וואס צינדט עכ"פ נישט אן די פלאם הויך (מעגליך אז מיט די צייט פלאקערט עס אויף מער און מער אבער אויפן מאמענט איז עס רואיגער), משא"כ די וועג פון גיין אפענערהייט אגרעסיוו רעגט בפירוש אויף זייער אסאך מענטשן און עס האט דיירעקטע אפעקטן פון צוטיילן און אויפפלאקערן פייערן על אף די אקטועלע סטראשע ווערט אפי' נישט קיין רעאליטעט (i.e. דער באסטראשערטע מענטש בלייבט אויף זיין פאזיציע).
מ'קען זיך טענה'ן וועלכע איז אלטימעטלי בעסער אדער ערגער - אויפרעגן מענטשן בפי' אדער טון אומ'יושר'דיגע שריט מיט א שיינע טישטוך.
בכל אופן, דאס איז זיכער וואס האט געפירט צו א צווייטע פענאמען אין די לעצטערע יארן (נישט נאר אין אמעריקא), און דאס איז 'פאפוליזם', וואס איז די געדאנק אז מענטשן זענען 'פעד-אפ' מיט די סיסטעם און עס קומט איינער וואס שפילט אויף די דאזיגע געהירן און פלאקערט אויף די געפילן פונעם עולם פאר זיין שטיצע - מיטן צוזאג צו 'פארבעסערן' און אונטערברענגען אלע פראבלעמען.
די חסרונות פון פאפוליזם איז פילפאכיג, אויפן שפיץ גאפל, עס איז קיינמאל נישט גוט (פאר דעמאקראטיע און פאר סיי וואס) ווען מענטשן מאכן החלטות און זענען מאטיווירט פון עמאציעס אנשטאט ראציאנאלע שטעלונגען, צווייטנס, די פראבלעמען גייען נישט און קענען נישט אוועקגיין מיט א 'טויש אינעם סיסטעם', נארמאלערהייט זענען פראבלעמען טיף סאציאלאגיש איינגעגעסן אז מ'זאל זיי קענען גרינג פאררעכטן (אויב מענטשן זענען לדוגמא פארווייטאגט איבער זייער פינאנציעלע שטאנד גייט א טויש אין אימיגראציע פאליסי דאס נישט אזוי שנעל היילן...) וואס ברענגט אז מ'זאל ס"ה אריינפארן אין א ספייערל פון אנלייגן די שולד אויף דאס און אויף יענץ אנשטאט קענען האנדלען מיט זאכן אויף א נארמאלע וועג, און דאס קען אפי' פירן צו אטאקראטיע ווען מ'ווערט פארגלייבט אין א מענטש וואס שטעלט צו די אלע false hopes.
סוף דבר:
די שאלות וואס איך האב צו רעפובליקאנער איז גאנץ פשוט, וואס דען - אויב נישט נוצן געזעץ צום מאקסימום - זאל איינער טון ווען ער האלט אז עס איז דא א ממשות'דיגע סכנה פאר דעמאקראטיע און סטאביליטעט? וואס איז די טענה צו דעמאקראטן - אויב פארשטייט מען אז זיי פילן באמת אז אזא מענטש ווי טראמפ איז סכנה'דיג פאר סטאביליטעט און פרייהייט?
לאידך גיסא, וואס איז די דעמאקראטן'ס פלאן מיט א האלבע לאנד זייענדיג פאפוליסטס? ווילאנג קען מען אנגיין באשולדיגן 'טראמפ' אין עפעס וואס איז אן קיין ספק אסאך א טיפערע און ברייטערע פראבלעם, נעמליך, אז מענטשן זענען אויפגערעדט פאר געוויסע סיבות - און ווערן נאר מער און מער מיט יעדע פארבייגענדע רעאקציע פון דעמאקראטן?
און די שאלה פאר ביידע איז - ווי איז דא קאמאן גראונד אינצווישן? קען מען צוזאמען מסכים זיין אז עס זענען דא געוויסע פונדאמענטאלע זאכן וואס דארפן ריוויזיע אינעם סיסטעם? קען מען מסכים זיין אז טראמפ איז א דיווייסיוו כאראקטער?
און האלטנדיג דא, וויאזוי איז דעמאקראטיע יא עקוויפט צו דיעלן דערמיט? איז טאקע די איינציגסטע וועג צו אריינפירן די קעגנער אין געריכט, אדער שרייען אז וואלן זענען גע'גנב'ט און אז געזעץ איז פאליטיזירט וממילא מעג מען שוין להכעיס טון די זעלבע צום קעגנער - בלויז ווייל זיי טוען עס צו אונז?

איך בין נבהל ונשתומם וויאזוי אויף אייוועלט נעמט עס רוב עולם זייער פערזענליך דאס אז טראמפ איז געווארן אנגעקלאגט.
און איז זיכער אז מ'באהאנדלט אים ווי נאוואלני - [הלמאי, יוסי געשטעטנער שרייבט דאך קלאר אז די חילוק צווישן רוסלאנד און אמעריקע איז נאר די חילוק אין paper work.]
בו בזמן וואס זיי פארשטייען אפי' נישט וואס די קלאגעס זענען.
און האלטן גאר אז עס גייט אים ארויסהעלפן מיט די וואלן.
קען עס איינער ביטע קלאר מאכן:
האט נאוואלני'ס אנגעקלאגטשאפט אים אויך געהאלפן אין די נאכפאלגענדע עלעקשאנס?
האט ער נאך בכלל געהאט די רעכט אדער שאנסן צו לויפן?
האט אים דער ריכטער אויך נאכגעגעבן אזויפיל - כאטש'ן נישט קאמפלייען מיט די געג ארדערס במזיד?
האט נאוואלני'ס פארטיי בשעתו אויך געהאט דעם רוב אינעם רוסיש'ן קאנגרעס אדער האלב פונעם סענאט?
האט זיין פארטיי בשעתו אויך געפירט אינוועסטיגעישאנס איבער פוטין, אדער איבער פוטין'ס קינדער?
האט ער געהאט נייעס סטאנציעס אין רוסלאנד - אדער פריוואטע דזשערנאליסט - וואס האבן פראפאגענדירט לטובתו ברבים?
ועל כולם - איז איינער פון די אלע יוסי געשטעטנער'ס בתוכנו - וועלכע נעמען עס נעבעך אזוי צום הארצן - גרייט צו גיין וואוינען אין רוסלאנד פאר אפאר וואכן בלויז?
איך פארשטיי די פרוסטרירונג ווען מ'נוצט די געריכט סיסטעם אונטערצוברענגען איינעם וועמען מ'האט נישט ליב ובפרט ווען ער איז א פאליטישע קעגנער, אבער אזויווי יוסי געשטעטנער האט געפרעגט נאך די Jan 6 געשיכטע - "אויב איז די עלעקשאנ'ס טאקע יא גע'גנב'ט - וויאזוי אויב נישט דורך ווייעלענס קען מען דאס קלארשטעלן און צוריקברענגען דעמאקראטיע?!" אין אנדערע ווערטער - אויב איז מען ביים מצב וואו יעדער איז מודה אז ווייעלענס איז די וועג (#צווייטע אמענדמענט) וויאזוי איז שייך עס אויפצו-ווייזן - הענס, קען זיין מ'איז דארט.
פרעג איך דא די זעלבע אויף פארקערט - "אויב איז מען ביי א מצב אז א פאליטישע קעגנער איז אזוי קארופטירט און איז אזוי צודרייט אז ער מוז גיין זיצן, וויאזוי דען קען מען דאס אויפווייזן אויב נישט דורכ'ן געריכט?!", עס איז א קעטש22 צו שרייען אז יוסטיץ איז קארופטירט און אז מ'איז ווי רוסלאנד - אויב דארף זיין עפעס א מענטשליכע וועג איבערצוצייגן איינעם'ס שולד אורטייל. נישט אזוי?
אנלעס אז רעפובליקאנער האלטן אז געריכט איז נישט דאס וועג צו נעמען - נאר אדער גארנישט אדער סעקאנד אמענדמענט...

- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
קוקט אויס אז סי ען ען, פארשטייט יא וואס די פארשטייסט נישט.
טראמפס גרעסטע שונאים פארשטיין גאר גיט די רעד ליין דעט וואס קראסט, די גאנצע פראסידינגס איז פיל מיט ליגעל לעכער וואס וועט לכאורה קלאר אוסגעשמועסט ווערען אין די אפעלעט קאורט,.
אפילו מיט ראמני פארשטייט די "נארישקייט" וואס איז דא געווארען אפגעטון, טיים וויל טעל.
טראמפ 2028

יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
קודם ווער געוואויר צו נאוואלני איז געווען אזוי אומשולדיג ווי טראמפ.... אדער צו ביידען איז ווייניגער שולדיג ווי נאוואלני. אבער סיידן איז גראדע א שאד צו ארויפברענגען ביידן ווארום ער איז סתם א שליח. טראמפ דא שלאגט זיך מיט דזשים קאומי וחברי' אפאר שמוציגע אינגען וואס די וועלט דארף פטור ווערן. ונזכה ונחי'.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 111
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
אמעריקע איז נישט קיין דעמאקראטיע, עס איז א קאנסטיטוציאנאלע רעפובליק. ןןאס דאס מיינט? אז דער רוב הערשט נישט נאר אז דער געזעץ הערשט און אז יעדער יחיד האט זכותים וואס מען קען נישט אוועקנעמען. למעשה? I have no idea!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
אויב איינער האט א הוה אמינא אז טראמפ וועט זיך נישט נוקם זיין (מיט פראצענט) אין אלע זיינע פאליטישע שונאים אויב ער וועט אנקומען אין ווייסן הויז. מאכט ער א גרויסן טעות.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 99
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
קיינער האט נישט אזא הוה אמינא. ער איז שוין פאר אלעמען באקאנט.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 10:43 pm אויב איינער האט א הוה אמינא אז טראמפ וועט זיך נישט נוקם זיין (מיט פראצענט) אין אלע זיינע פאליטישע שונאים אויב ער וועט אנקומען אין ווייסן הויז. מאכט ער א גרויסן טעות.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
עס איז נישט קיין ענין פון נקמה , איטס זשאסט טא דרעין די סוואמפ,
לבער הקוצים מהיאור , קודם לאז ער געווינען ענד וויל טעיק איט פראם דיר.
לבער הקוצים מהיאור , קודם לאז ער געווינען ענד וויל טעיק איט פראם דיר.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
ער איז דאך שוין געווען פרעזידענט פאר פיר יאר און ער האט נישט פראסעקיוטעד זיינע קעגנער'ס.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 10:43 pm אויב איינער האט א הוה אמינא אז טראמפ וועט זיך נישט נוקם זיין (מיט פראצענט) אין אלע זיינע פאליטישע שונאים אויב ער וועט אנקומען אין ווייסן הויז. מאכט ער א גרויסן טעות.
ביידען איז פרעזידענט פאר דריי יאר און טראמפ זיצט אין קאורט יעדן צווייטן טאג, גאר אסאך פון זיינע ארומיגע זיצן אדער גייען זיצן, אסאך האבן זיך אויסגעדרייט זייער רוקן צו אים מיטן חשבון אז ס'גייט זיי ראטעווען פון גיין זיצן.
סאו פארוואס זאל איך מורא האבן פון א טראמפ פרעזידענטשאפט וואס גייט אפשר זיך נוקם זיין אין שונאים, הגם לעצטע מאל האט ער עס נישט געטון.
בו בזמן וואס איך האב יעצט א פרעזידענטסי וואס זעצט איין חברה רעכטס און לינקס ווייל זיי זענען פון די טראמפ לאגער, איך רעד נישט דווקא פון די וואס האבן זיך איינגעבראכן אין די קעפיטאל, ווייסעלבערג, נעוואראו, בענאן, ועוד, איך געדענק שוין נישט אלע נעמען.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 344
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
תרמב האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 07, 2024 10:52 amער איז דאך שוין געווען פרעזידענט פאר פיר יאר און ער האט נישט פראסעקיוטעד זיינע קעגנער'ס.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 02, 2024 10:43 pm אויב איינער האט א הוה אמינא אז טראמפ וועט זיך נישט נוקם זיין (מיט פראצענט) אין אלע זיינע פאליטישע שונאים אויב ער וועט אנקומען אין ווייסן הויז. מאכט ער א גרויסן טעות.
ביידען איז פרעזידענט פאר דריי יאר און טראמפ זיצט אין קאורט יעדן צווייטן טאג, גאר אסאך פון זיינע ארומיגע זיצן אדער גייען זיצן, אסאך האבן זיך אויסגעדרייט זייער רוקן צו אים מיטן חשבון אז ס'גייט זיי ראטעווען פון גיין זיצן.
סאו פארוואס זאל איך מורא האבן פון א טראמפ פרעזידענטשאפט וואס גייט אפשר זיך נוקם זיין אין שונאים, הגם לעצטע מאל האט ער עס נישט געטון.
בו בזמן וואס איך האב יעצט א פרעזידענטסי וואס זעצט איין חברה רעכטס און לינקס ווייל זיי זענען פון די טראמפ לאגער, איך רעד נישט דווקא פון די וואס האבן זיך איינגעבראכן אין די קעפיטאל, ווייסעלבערג, נעוואראו, בענאן, ועוד, איך געדענק שוין נישט אלע נעמען.
עס איז אסאך מער פון דעם, ביי טראמפ די רגע ער האט נאר געגעבן א פיפס פון איינעם מסדר זיין איז די גאנצע זאך געווארן א שטינק און ער געזעצן מיט צוויי געבינדענע הענט דורך די אלע לוזערס, זיינע ריפאבליקאנע קאלעגען און "געטרייע" קאבינעט מעמבער'ס משא"כ זיידע ביידען איז ארום גענומען מיט א גוטע שטארקע מאפיא און אונטערוועלטניקעס, און זיי ווייסען וואס זיי האבן צו טוהן, וועם מסדר צו זיין און ווי אזוי און אלעס בלייבט שא שטול, און די דעמאקראטן שטיצען אלעס און האקן גארנישט אונטער, ביידען דארף גארנישט טוהן פאר דעם, נאר נישט קאליע מאכן.
און דעם אינזיכט זענען די דעמאקראטן אייביג געווען אסאך מער פארגעשריטען און עפעקטיוו ווי די ריפאבליקאנע לוזערס און עס וועט זיך בפשטות קיינמאל נישט טוישן.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: דעמאקראטיע געענדיגט?
שוין הויעך צייט צו אנערקענען אז ס'נישט אז די דעמאקראטן זענען די חיות אבער די רעפובליקאנער זענען פשוט שלימזל'דיגע. די רעפאבליקאנער זענען מיטארבעטער מיט די דעמאקראטן. לוזערס זענען די אלגעמיינע מענטשן. געווינער זענען אלע פאליטיקער רעפאבליקאנער און דעמאקראטן.