ביזטו proud צו זיין א יוד?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
פאעזיע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 1:11 pm
האט שוין געלייקט: 93 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 222 מאל

ביזטו proud צו זיין א יוד?

שליחה דורך פאעזיע »

אין די לעצטע פאהר חדשים איז אנטיסעמיטיזים אין די וועלט ארויף מיט א שטאפעל אויף א פארנעם וואס איז נישט געזען געווארן א לאנגע צייט (זייט די צווייטע וועלט מלחמה?)

מ׳דארף זיין זייער קליינקעפיק עס אויסצוטייטשן אלץ א בלויזע רעאקציע צו די מלחמה אין א״י.. ס׳זיכער אז די אנטיסעמיטיזים האבן פשוט געטראפן א וועג ארויסצווייזן זייער באהאלטענע האסע וואס זיי האבן אקעגן יודן אייביג געהאט

פון די אנדערע זייט איז Jewish pride ארויף אפאהר שטאפלען אין רעאקציע צו דעם

אלץ איינע וואס האלט זיך היבש ״אויפגעקלערט״ און open minded האביך אין די פארגאנגענהייט אנגעקוקט די גאנצע ״proud to be a Jew״ אזא פארמאכטע וועג פון טראכטען, יומעניטי ווערט צוביסליך איין גרויסע קולטור, שטייטלעך און צעביסלעך קאנעקטען מיר זיך אלע אויף א פארנעם וואס איז נישט געווען שייך אמאל, מ׳אדאפטירט די גוטע איידיעס פון די אנדערע קולטורן, יעדע באשטייערט צום יונעווריסעל יומעניטי קולטור וואס האט זיי געהאלפן סערווייוען און סטרייווען, און די גאנצע איידיע אז ״אונזער״ קולטער אדער העריטעש איז עפעס מער ספעציעל ווי א צווייטע האלט נאר צוריק דאס צאמשמעלצן וואס געשעט.

למעשה, סוכ״ס ווערן אונז דערמאנט יעדע שטיק צייט אז מ׳איז נאכנישט אינעם עולם השלם, ס׳איז נאכאלץ דא גוטס און שלעכטס, ביזט א יוד און מ׳האט דיך נאכאלץ פיינט- ליין: jealous - און ווי אזוי איך קוק עס אהן איז עס טאקע דערפאר ווייל אונזער קולטור האט אזויפיל בייגעשטייערט צום יומעניטי און אונז האבן אזויפיל צו שטאלצירן, און נאכמער צוצוגעבן צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ

אשר על כן שריי איך אויס איי עם פראוד טא בי עי דשוי!

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר