אין א שמועס מיט מיין ווייב אין די נושא ולגבי די מעטריק מיינער פון שאצן סאָקסעס דערין, האט זי געזאגט אז עס איז יתכן אז עס זאל נישט שייך זיין צו געבן אזא סארט ענטפער. ווארום ווי קען ער צי זי וויסן טאמער עס וואלט נישט בעסער געווען מיט אַן אנדערן? ואי הכי, אפילו טאמער די הייראט איז טאקע באמת גאר גוט, אפשר וואלט ער צי זי דאס ל״ד איבערגעטוהן פשוט ווייל עס וואלט געווען
נאך בעסער מיט אַן אנדערן. אין אנדערע ווערטער, מ׳קען פארשטיין אז איינער זאל זיין אין א שלעכטע מערידזש אבער דאך זאגן אז ער וואלט דאס ווען דאך יא איבערגעטוהן, אלס׳ן פחד אז מיט א צווייטן וואלט דאס ווען געווען
נאך ערגער. דאס מיינע אבער נישט אז די הייראט איז ״גוט״. וכן היא לאידך גיסא אז הגם ער צי זי זאגן אז זיי וואלטן דאס ל״ד איבערגעטוהן, מיינט דאס אבער נישט אז עס איז נישט א גוטע סאָקסעספול מערידזש; עס מיינט נאר אז מ׳קען דאך אלס האפן פאר נאך בעסער.
איך האב גע׳ענטפערט אז די לייקערט סקעיל וואס איך שטעל דערצו, טוהט לכאורה עקאַוּנטן דערפאר. והיינו, אז איינער וואס איז גאר גאר צופרידן וועט דאך וועהלן א 10. ווידעראום אויב איינער פון זיי איז טאקע זייער זייער צופרידן, אבער האט דאך א האפענונג פאר א ״ווער ווייסט?״, וועט ער וועהלן, לדוגמא, א 9. און דאס אליינס אז ער האט א האפענונג דערויף, הגם עס איז טאקע א לגמרי ראציאנאלע און ריכטיגע האפענונג נישט קיין חילוק ווי גוט די מערידזש איז, נידערט דאך די ״סאָקסעס״ דערפון - ווען ער איז ווען אבסאלוט צופרידן, וואלט ער דאך נישט ענטערטעינד דעם אפציע, הגם עס איז טאקע באמת לגמרי ראציאנאל. און דאס זעלבע פאר דער אין דער שלעכטע מערידזש ל״ע וואס זאגט אז ער וואלט דאס פארט יא איבערגעטוהן אלס׳ן פחד פון ״
נאך ערגער״: קיין 10 וועט ער דאך דאס נישט געבן, אפשר א 6 וכדומה.
דאס האט מיר אויך געהאט דערמאנט פון דר. הערי טשאמערס׳
טענה אז
מאַנאַגעמי בכלליות איז בעצם א מאראלישע פראבלעם. ער טענה׳ט אז פארלאנגען מאַנאַגעמי איז, מער-ווייניגער, גאר ענליך צו וואו א מענטש פארלאנגט פון זיין חבר צו נאר האבן אים אלס חבר ולא יותר. ער טענה׳ט באריכות קעגן ארגומענטן קעגן דעם, ווי צב״ש אז מאַנאַגעמי איז א טובה פאר די קינדער, און אנדערע טענות. ער באציהט זיך צום טענה אז בלא מאַנאַגעמי גייט אלס זיין א פראבלעם פון קנאה ביניהם, מיט׳ן טענה׳ן אז נישט נאר טוהט מאַנאַגעמי נישט אדרעסירן דעם אונטערליגענדן אישׁוּ דערפון, נאר עס אקצעפּטירט דאס און טוהט קאפיטולירן דערצו וואס די פועל יוצא איז אז עס מאכט דאס גאר ערגער. ער איז דאס ווייטער מדמה צו דעם ווי א מענטש האט קנאה אויף א חבר, אז ער גייט אים פארלירן מחברותא וכו׳, אויב האט ער א נאך א חבר וכדומה, און די סאלושאן דערצו איז אז מ׳שטעלט דאס טאקע אויס ביניהם אז מ׳טאר טאקע נישט האבן מער ווי איין חבר (אויף אמאל). דאס וועט דאך נאך מער שטערקערן די פחד פון איינע צום צווייטן, און העכערן די צורך פאר טראָסט ביניהם, אז זיי וועלן נישט עובר זיין בסתר דערויף. און עס העכערט גאר יעצט די מעגליכקייט אז טאמער וועט די חבר (אדער ספּאַוּס) טאקע טרעפן א צווייטן בסתר וואס ער וויל (יעצט) מער, אז ער וועט טאקע
גענצליך איבערלאזן די חברותא, זייענדיג אז ער האט נישט קיין ברירה און מוז וועהלן ביניהם.
די שייכות עס האט צום נושא איז וואס ער שרייבט בתו״ד בזה, בעיקר דעם לעצטן פּאראגראף, אין א מקום וואו אפילו בלא קנאה וכו׳
מוז מען וועהלן צווישן צוויי:
That our partner would leave us for someone else — and would leave us despite being in a mutually fulfilling relationship with us — does not seem like the kind of prospect toward which it is reasonable to harbor so much fear. By realizing and reflecting on this, we are likely to loosen the fear’s hold on us. (And what if our relationship is not mutually fulfilling? Then, presumably, it is not worth maintaining in the first place. For our partner to leave us for someone she’s happy with would then be something to be welcomed, not feared)
Admittedly, there are circumstances that make more salient the prospect of your partner’s leaving you for someone else. For example, what if your partner discovers that she would find being with a certain other person even more fulfilling than being with you, yet this other person lives far away, in someplace you cannot move to? In order to be with the other, your partner would have to move away from you. In cases like this, it might seem that there’s good reason to fear that your partner will leave you for someone else. It might seem, further, that monogamy would function as a kind of protective barrier here; if two partners have decided to restrict themselves from s*x and romance with outsiders, then each partner is less likely to discover that there is someone else with whom he has better s*x, to whom he feels a deeper romantic connection, or with whom he otherwise gets along better
Yet there is something puzzling, if not deeply unsettling, in the hope that your partner will remain ignorant of options that are better for her. While seeing your partner abandon you for another is no doubt painful, consider the nature of the alternative just described: a case in which your partner stays with you only because, given monogamous restrictions, she has not experienced a certain other person — a person whom she would in fact be happier with. Is that really that desirable a state of affairs? Indeed, is it not that state of affairs that we should be more concerned to avoid here? When leaving us for someone else is the path to a more fulfilling romantic life for our partner, should we not want that for him? However much it may crush us to see our partner leave us behind in this way, our love and care for her should lead us to want what’s best for her. Even when it is reasonable, then, to suspect that our partner will leave us for someone she’s happier with, that is a prospect to be welcomed rather than feared
ער פאר זיך פירט אויס אז עס פעהלט אויס צו זיין גענוג מעטשור און עמאָשענעלי אינדעפּענדענט אז די אייגענע וועל-בּיאינג זאל נישט זיין לגמרי און קאָדעפּענדענטלי אָנגעוואנדן אינעם אנדערן. און דאס איז על הכלל כולו יצא לגבי קנאה בכלל. (ער זאגט לבסוף אז זאגן אז מ׳האט א רעכט צו זיין מאַנאַגעמאס, מיינט אבער נישט אז מאַנאַגעמי פּער סע איז ריכטיג.)
עכ״פ עס קומט אויס מזה אז די אינסטיטוט פון מערידזש און מאַנאַגעמי איז צו טאקע שולל זיין אט די מעגליכקייט פון וויסן וויאזוי מ׳וואלט געווען מיט א צווייטן, צי בעסער צי ערגער, וואו מ׳וועט
מוזן וועהלן ביניהם ואפילו וואו ס׳איז ל״ד דא קנאה בזה. אבער ווי דר. טשאמערס טענה׳ט, איז דאס טאקע א מעטריק פאר א ״גוטע״ רילעישאנשיפּ? דאס איז אביסל ענליך צו די טענה פון מיין ווייב אז מעסטן א מערידזש פשוט אלס דאס׳ן דאס וועלן איבערטוהן אלס׳ן פשוט נישט וויסן פון אנדערע ברירות מכח די לימיטעישאנס וואס אט די מאַנאַגעמאס אינסטיטוט פון מערידזש שטעלט אראפ מיניה וביה, איז ל״ד א גוטע מעסטונג.
דר. קייל יאָרק
ענטפערט אויף דר. טשאמערס׳ טענות אז עס איז יא דא א חילוק צווישן סתם חברותא און מאַנאַגעמי. און צום אויבנדערמאנטן טענה לגבי פשוט נישט וויסן פון אנדערע, ענטפערט ער:
Imagine that I am in a loving relationship with my partner but our life together is contingent upon the fact that I don’t find someone who’s a better fit for me. If I find someone else, it may crush my partner to see me go, but I’ll console myself that a truly loving partner would want this for me. This situation also seems deeply unsettling. The relationship involves no commitment or loyalty on my part. It would likewise be understandable if this disturbed my partner. If we care about loyalty and commitment, we might not see the opportunity to trade up as a genuine good being forsaken in monogamy. Like the value of friendship and promises, a fully committed relationship is the kind of [consequentialist] good available only when refraining from weighing its value comparatively to other potential goods. This outlook may help resolve anxiety over one’s partner finding someone with whom a more fulfilling relationship might exist
Chalmers can now say that all these conditions could also be met in the case of a friendship-restricting agreement. I’m ready to bite the bullet and say that in this very unusual circumstance, the agreement is not morally troubling because they consent to, want, and enjoy such a relationship, because their jealousy cannot be controlled, and because their well-being is increased overall. If such an arrangement is still not acceptable, this is perhaps just because it’s a more onerous restriction
אז מ׳רעדט שוין,
טענה׳ט דר. עליזאבּעט בּרעיק באריכות אז מ׳דארף טאקע רעפארמירן דעם אינסטיטוט פון הייראט, וואו איינע פון אירע הצעות זענען אז די רעגירונג האט נישט דאס צו פארשטיין אפילו אלס די
נומער פון וויפיל עס קענען זיין דערין אויף אמאל.
*
ווי אויך האב איך געשמועסט מיט מיין ווייב, אז די סקעיל קען אויך עקאַוּנטן פאר דעם וואס ביידע ספּאַוּסעס אינעם מערידזש טוהן זיך בהכרח טוישן דורכאויס די יארן. די סקעיל עקאַוּנט דערפאר דורכ׳ן דאס אויך בעצם מכניס זיין דערין: מיט די טוישן, ווי ווייט וואלסטו דאס געוואלט איבערטוהן, רעכענענדיג דאס יעצט אויך?