אוי אוי אוי אוי אוי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 334 מאל

אוי אוי אוי אוי אוי

שליחה דורך חכמת שלמה »

מיט גרויס צער און ווייטאג טוה איך דא מיטטיילן שווערע נייעס וואס עס שפילט זיך אפ בתוככי מחנינו לב-טהור חשק שלמה הוצל דבנימין גוטאמאלה ת"ו.

א שרעקליכער פייער האט אויסגעבראכן אין דרוקעריי, וואו מיר וואוינען אצינד. די גאנצע אלטע חלק פון די דרוקעריי איז אראפגעגאנגען מיטן פייער און צענדליגע משפחות זענען פארבליבן אן א דאך איבערן קאפ. אצינד דרייט מען זיך ארום אובד עצות, מענטשן האבן פשוט נישט וואו צו וואוינען און וואו אראפצולייגן א קאפ.

די שמועסן דא זענען, אז דאס איז א שאדן פון ארום 500,000 דאלער. דאס איז אן ערנסטער שאדן, וויבאלד מען דארף דרונגענד האבן וואו די מענטשן זאלן זיך פריש קענען איינקוואטירן מיט זייערע משפחות.

בדרך-אגב, קאווע שטיבל איז די ערשטע פלאץ אין די וועלט, וואו די נייעס ווערט געבראכן. אזוי אז מיר פארמאגן היינט זכות קדימה איבער אלע אנדערע פלעצער. מיר זענען די ערשטע צו ברעכן און צו מעלדן די נייעס.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר