ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך טמיר »

כ'גלייב נישט אז ס'יז דא עבודה זרה'ס היינט אין א"י (בעק אין די גאלדענע טעג פון די בתי מקדש איז געווען פיל). קלויסטערס און מעטשעטן האבן נישט קיין ע"ז'ס.

נאר ביי די נאווע פעסטיבעל איז געווען א געטשקע וואס מ'האט טאקע פארברענט...
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך שאלתיאל »

טמיר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:11 am כ'גלייב נישט אז ס'יז דא עבודה זרה'ס היינט אין א"י (בעק אין די גאלדענע טעג פון די בתי מקדש איז געווען פיל). קלויסטערס און מעטשעטן האבן נישט קיין ע"ז'ס.

נאר ביי די נאווע פעסטיבעל איז געווען א געטשקע וואס מ'האט טאקע פארברענט...
ס'איז געווען א צורה פון בודהה העכער די סטעדזש נישט קיין געטשקע.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך טמיר »

שאלתיאל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:14 am
טמיר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:11 am כ'גלייב נישט אז ס'יז דא עבודה זרה'ס היינט אין א"י (בעק אין די גאלדענע טעג פון די בתי מקדש איז געווען פיל). קלויסטערס און מעטשעטן האבן נישט קיין ע"ז'ס.

נאר ביי די נאווע פעסטיבעל איז געווען א געטשקע וואס מ'האט טאקע פארברענט...
ס'איז געווען א צורה פון בודהה העכער די סטעדזש נישט קיין געטשקע.
אה כ'האב געמיינט אז ס'איז נאר געווען אן איינרעדעניש פון וויליאמסבורגע בחורים צי בארואיגען די געוויסן
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך berlbalaguleh »

טמיר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:11 am כ'גלייב נישט אז ס'יז דא עבודה זרה'ס היינט אין א"י (בעק אין די גאלדענע טעג פון די בתי מקדש איז געווען פיל). קלויסטערס און מעטשעטן האבן נישט קיין ע"ז'ס.

נאר ביי די נאווע פעסטיבעל איז געווען א געטשקע וואס מ'האט טאקע פארברענט...
לפי שיטת הרמב"ם איז קרינסטענטום יא עבודה זרה (בשיתוף). איסלאם נישט. נאר דער איסלאמישער מעטשעט קען דאך נישט בלייבן אויפ'ן הר הבית.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך מילך טראק »

קיינער זאגט נישט אז יעצט איז די גאולה שלימה, און סאיז שוין געווען תחית המתים, און די סעודה פון די שור הבור און די לוויתן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך berlbalaguleh »

דאמאלס זאגסטו די זעלבע וואס די סאטמאר'ע רבי...!
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייניקעל »

berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 8:47 pm במחילת כבוד תורתך כאפסט דו נישט די נקודה. דו מוזסט נישט מסכים זיין. איך וועל עס נאכאמאל איבערחזר'ן. דער סאטמאר'ע רבי ברענגט א ראיה אז די היינטיגע רעגירונג פון מדינת ישראל איז א גלות רעגירונג. מיט דעם פשוט'ן פאקט אז אויב (אם תימצי לומר) זיי ווילן אויסרייסן די עבודה זרות פון ארץ ישראל, אזוי ווי ס'שטייט אין די תורה, קענען זיי נישט. פארוואס? ווייל זיי זענען נישט בעה"ב אין ארץ ישראל.

יא. איך האב אויך הנאה אז ס'איז (ב"ה) דא א אידישע רעגירונג אין ארץ ישראל. נאר אונז זעמיר נאכאלץ אין גלות. מ'דארף נאכאלץ מתפלל זיין פאר די גאולה השלימה דורך ביאת המשיח.
איך בין מסכים מיט דיר אז מדינת ישראל האט נישט די פולסטע ממשלה צו טוען וואס זיי ווילן, אין עס איז אמת אז אויסרייסן די בתי עבודה זרה (לדוגמא קלויסטערס וואס זענען פארגלייבט אינעם טריניטי רח"ל וואס האט אן הלכה פון ע"ז בשותף), אבער מיט גלות האט עס נישט אין כש"כ אז ס'קען נישט ווערן אנגערופן גלות רעגירונג, ווייל גלות איז ווען מ'איז פארטריבן פון לאנד אדער ווען מ'איז אין לאנד אבער עס באלאנגט נישט פארן יודישן פאלק, איך וואלט עס אנגערופן ווי דער מלבי"ם זאגט פאראויס אז עס וועט זיין א "ממשלה קטנה".

קיינער וועט נישט זאגן אז בימי השופטים איז געווען גלות כאטש ס'איז געווען איש כל הישר בעיניו יעשה.

גאולה תתנו לארץ ווי ס'שטייט אין די פרשה די וואך בהר, גאולה איז ווען ישראל קערט זיך צוריק צו איהר לאנד, אין ב"ה מיר האבן זוכה געווען דערצו.

ווי מער פרומע יודן גייען אהיים אין ווערן א חלק פון די ממשלה אלץ שנעלער וועלן מיר קענען אנקומען צו עוקר זיין עבודה זרה מארצינו, די וואס זיצן אינדרויסן פונעם לאנד מיט פארלייגטע הענט זענען נישט צופיל מקדם די פראגרעס.
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייניקעל »

הראי"ה קוק זצ"ל שרייבט די ווערטער: "מדינת ישראל יסוד כסא ה' בעולם"(שמונה קבצים א, קפו) דאס הייסט נישט כסא ה' נאר יסוד, ווייל מיר האלטן נאכנישט ביי מלכות בית דוד וואס דאס איז ממש כסא ה' בעולם, מיר האלטן נאך ביי ולירושלים עירך ברחמים תשוב, דערנאך הערשט קומט את צמח דוד.

פארשטייט זיך אבער אז צווישן די ווערטער פון הראי"ה קוק זצ"ל און הר"י ט"ב זצ"ל איז פארהאן גאנץ א אנזעהענדער מרחק.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך berlbalaguleh »

הראי"ה קוק האט געזאגט א סאך "אומ-פארשטענדליכע" זאכן. נאר זיין גדלות בלייבט אויפ'ן פלאץ. אזוי ווי דער בית ישראל זצוק"ל האט געזאגט.
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייניקעל »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:06 pm הראי"ה קוק האט געזאגט א סאך "אומ-פארשטענדליכע" זאכן. נאר זיין גדלות בלייבט אויפ'ן פלאץ. אזוי ווי דער בית ישראל זצוק"ל האט געזאגט.
"אויב" דער בית ישראל האט טאקע אזוי געזאגט איז עס אן אומ-פארשטענדליכע מימרא

דערווייל אלעס וואס איך לערן מבאר מיים חיים של הכהן הגדול הראי"ה זצ"ל איז גאר שטארק פארשטענדליך (חוץ ווען ער פליהט ארויף אין טיפע עניני פנימיות התורה) אבער נישט סתם, סש'טימט מיט תנ"ך, חז"ל, ספרא, ספרי, תוספתא, ראשונים ואחרונים וואס זענען ביי איהם געווען שגור בפיו כל רז לא אניס ליה
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך yn.NY »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:06 pm הראי"ה קוק האט געזאגט א סאך "אומ-פארשטענדליכע" זאכן. נאר זיין גדלות בלייבט אויפ'ן פלאץ. אזוי ווי דער בית ישראל זצוק"ל האט געזאגט.
וואס איז אזוי אומפארשטענדליך פון דעי ווערטער? גראדע איז עס קאמען סענץ און די קלארע מציאות הדברים: אידן האבן זיך צוריגעקערט קיין ירושלים, ס'איז א מציאות. יעצט ווארט מען פאר "את צמח דוד" - די גאולה השלימה.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

הה"ד לכל ישראל ה’-איר...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך berlbalaguleh »

yn.NY האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 12:22 am
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:06 pm הראי"ה קוק האט געזאגט א סאך "אומ-פארשטענדליכע" זאכן. נאר זיין גדלות בלייבט אויפ'ן פלאץ. אזוי ווי דער בית ישראל זצוק"ל האט געזאגט.
וואס איז אזוי אומפארשטענדליך פון דעי ווערטער? גראדע איז עס קאמען סענץ און די קלארע מציאות הדברים: אידן האבן זיך צוריגעקערט קיין ירושלים, ס'איז א מציאות. יעצט ווארט מען פאר "את צמח דוד" - די גאולה השלימה.
הרב קוק האט געזאגט א סאך קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס וואס דער עולם האט אפשר נישט פארשטאנען לעומקן של דברים.

נישט וועגן גלות און גאולה. אדער זיך צוריקקערן קיין ירושלים.
[NAMELESS]

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך טענה אז כאטש עס קען זיין אז אונז פארשטיין נישט רב קוק, אבער די קלוגע ירושלימ'ער אידען פון דענסמאהל האבען אים שוין איינמאהל פארשטאנען, אזוי ווי הגרי"ח זאנענפעלד, הגר"ע פרוש, הגר"מ העללער, ועוד
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:06 pm הראי"ה קוק האט געזאגט א סאך "אומ-פארשטענדליכע" זאכן. נאר זיין גדלות בלייבט אויפ'ן פלאץ. אזוי ווי דער בית ישראל זצוק"ל האט געזאגט.
זאגט מיר א סאטמארער אז דער בית ישראל'ס גדלות בלייבט אויך אויפ'ן פלאץ אפילו נאכ'ן זאגט די סטעיטמענט......
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך היימלינד »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:06 pm הראי"ה קוק האט געזאגט א סאך "אומ-פארשטענדליכע" זאכן. נאר זיין גדלות בלייבט אויפ'ן פלאץ. אזוי ווי דער בית ישראל זצוק"ל האט געזאגט.
זיין טאטע די אמרי אמת שרייבט אין א בריוו אויף איהם אהבה מקלקלת השורה

דהיינו אז בעצם א גרויסע מענטש, נאר אין די נושא איז ער פארקראכען...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך berlbalaguleh »

אט דאס איז איינס פון די קאנטראווערסיאלע מימרות וואס הרב קוק ז"ל האט געזאגט.

אויף די נישט רעליגיעזע ספארט שפילערס וועלכע האבן געשפיעלט פוטבאלל אום שבת. אז זיי זענען זיך מקדש און מטהר זייערע גופים דורך שפיעללן.

אויף דעם האט דער בית ישראל (איך האב עס געליינט בשמו) אדער דער אמרי אמת געזאגט אז זיין הרב קוק'ס אהבת ישראל (נישט. מקלקלת את השורה) איך וויל נישט מסיים זיין...!
האלטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2024 4:18 pm
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך האלטער »

די יאר האבן זיי אפגעשטיפט דעם יום העצמאות און זיי האבן דאס געפראוועט גאר אום ו' אייר, איינער ווייסט פשט פארוואס ?
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייניקעל »

berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:47 am אט דאס איז איינס פון די קאנטראווערסיאלע מימרות וואס הרב קוק ז"ל האט געזאגט.

אויף די נישט רעליגיעזע ספארט שפילערס וועלכע האבן געשפיעלט פוטבאלל אום שבת. אז זיי זענען זיך מקדש און מטהר זייערע גופים דורך שפיעללן.

אויף דעם האט דער בית ישראל (איך האב עס געליינט בשמו) אדער דער אמרי אמת געזאגט אז זיין הרב קוק'ס אהבת ישראל (נישט. מקלקלת את השורה) איך וויל נישט מסיים זיין...!
איך וויל זעהן דעם בריוו בכתב יד קדשו
ביז דעמאלטס זענען די אלע מעשה'לעך כקליפת השום בעלמא
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייניקעל »

האלטער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 12:55 pm די יאר האבן זיי אפגעשטיפט דעם יום העצמאות און זיי האבן דאס געפראוועט גאר אום ו' אייר, איינער ווייסט פשט פארוואס ?
רוב יארן ווערט עס געריקט משום כבוד השבת (חוץ ווען ס'געפאלט מיטוואך)
האלטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 06, 2024 4:18 pm
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך האלטער »

פארוואס דארף מען ריקן מאנטיג וועגן כבוד שבת ?
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייניקעל »

וואונדער איבער וואונדער פון די אלע טויזענטער מאמרים ופתגמים וואס ער האט געשריבן קענען די סאטמארע יודן שיהי' בריאים די זעלבע דריי מאמרים, ניטאמאל קענען זיי די קאנטעקסט פונעם מאמר, איהר פולן אינהאלט אדער אפילו וואו עס איז געשריבן, מען דרעשט איבער טחינה אחר טחינה די זעלבע פראבלעמען פון ליכט שטראלן #5 שוין פאר די לעצטע 90 יאר.

דא איז בייגעלייגט די גאנצע "פרשה" וועגן דבריו על הצעירים המתעמלים.. פאר ווער עס זוכט צו קענען לערנען אביסל מער הצדיק הקדוש הראי"ה קוק זצ"ל און נישט סתם איבערקייען די זעלבע טאלקינג פוינטס יאר נאך יאר פאר דורי דורות כאילו דאס איז תורת הראי"ה קוק און מען האט איהם געכאפט ביים גענאק

אפילו רוב פון די גדולים וואס האבן זיך אדער יא אדער נישט אויסגעדרוקט אנטקעגן איהם, האבן זיי זיינע ווערטער נישט געזעהן בשלמותם נאר טיילווייזע אויסצוגן וואס די מחרחרי ריב שבכל דור ודור האבן זיי צוגעשטעלט.
בייגעלייגטע פיילס
1-16-15.pdf
הפולמוס על ההתעמלות
(327.35 KiB) אראפגעלאדנט 7 מאל
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

שליחה דורך אייניקעל »

האלטער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 1:22 pm פארוואס דארף מען ריקן מאנטיג וועגן כבוד שבת ?
ווייל א טאג פאר דעם איז יום הזכרון וואס איז א גרויסע ממלכתי טאג, דהיינו פארשידענע צוזאמענקומען פון די ממשלה בכל רחבי הארץ, די רבנות האט מורא געהאט אז די הכנות וועלן אריינברענגן צו חילול שבת האט מען עס אויסגעשטעלט אז עס זאל זיין א טאג שפעטער

פונקט ווי די ערשטע ארגעניאלע ה' אייר איז געווארן פאראויס גערוקט משום כבוד השבת צו פרייטאג, ווען בעצם האט די מאנדאט ערשט אפגעלאפן אום פרייטאג צונאכטס בחצות הלילה. דאס פארציילט מען דאך נישט במחנינו, ס'איז נישט גוט פאר פ.ר.

אויך פארציילט מען נישט אז מען האט געמאכט ביים דעקלעראציע א ברכת שהחיינו בשם ומלכות (ר' יהודה לייב מימון) און אלע האבן זיך אויפגעשטעלט מיט רעספעקט, א חלק אפילו שנעל פארדעקט די בלויזע קעפ (עס איז דא א ווידאוי דערפון)
פארשפארט