האבענדיג גענומען 25 מ״ג קאַנאַבּיס און ליגענדיג נעבן מיין ווייב, שפילענדיג דערביי די groovy
קום מיט מיר און
נאר חברים פאָנקי עלעקטראנישע (שירי עגבים) טרעקס, האב איך
געפיהלט די ענין פון
אפלטון׳ס צורות דערין - וואו מ׳וויל זיך מאחד זיין צוזאמען
צום צורה פון פּערפעקטע ״גוטס״ און ״שיינקייט״ דורך אהבת איש לאשתו, און אט פון דעם איז נובע תענוגו. אפלטון׳ס געדאנק איז אז יעדעס גוטע מושג ״עקזיסטירט״ ממש אין איר פּערפעקטע אידעאלע סטעיט. אלס וואס אונז זעה׳מיר בעלמא הדין פון וואו די מושגים זענען אינסטענשיעיטעד, זענען קאפּיִס דערפון, ולכן לעולם אימפּערפעקט. ווי נענטער עס איז צום (אינפיניטלי) פּערפעקטן צורה דערפון, אלס מער א השלמה פיהלט מען אין זיך, וזהו התענוג.
עס קומט אבער אויס אז די צורה ומושג שלפניך קען מען נאר מגדיר זיין בשלילה. מיינענדיג, ווען מ׳זעהט עפעס א קאנקריט זאך בהעולם מהמושג, קען מען זאגן אז דאס איז ״כמעט״ עס. און פארוואס נישט ״אינגאנצן״? דאס איז ווייל דאס-און-דאס אין די זאך איז אַן אימפּערפעקשאן וואס מאכט אז עס זאל פעהלן פונעם ״גאנצקייט״ פונעם ״עכטן״ מושג. ונמצא מזה אז די מושג ווערט בעצם נישט מוגדר אלס וואס דארף
יא צו זיין דערין, נאר איידער אלס בכל מקום די פרטיות׳דיגע פראבלעם וואס מ׳זעהט יעצט וואס דארף
נישט צו זיין דערין. ונמצא מזה אז די מושגים טובים וערכיים האבן די זעלבע געדאנק ווי
נעגאטיווע טעאלאגיע ביים מושג פון ״ג-ט״, וככל האמור בהאשכול.
דאס האט מיר געמאכט שפירן ווי די הגדרה פון ״ג-ט״ איז ״
מאראל = הקב״ה״. עס איז נישט אלס ״מאראל״ איז agential באיזה אופן, ווי דאס אז עס פשוט ״איז״
(אָננעמענדיג מאראלישע ריעליזם באיזה אופן). יעצט, עס איז טאקע שווער, צי גאר אומעגליך, צו דעפינירן (ולבסס) ״מאראל״ און וואס איז די עטישע התנהגות בכל צד ושעל - צי איז עס לפי דוד הום על געפיהלן, צי לפי קאנט על ראציאנאל און
דעאנטאלאגיע וואו איך קוק נאר ממש בו בהעת, צו לפי
קאנסעקווענשעליזם וואו איך שאץ תוצאות העתידים של כל מעשה ופעולה (און די חילוקי דעות אין וויאזוי מ׳שאצט טאקע אט דאס), צי לפי אריסטו און זיין
ווירטוּ עטיקס אז עס איז טאקע נישטא קיין סיסטעם לפרטיותיו רק אדם מאראלי על הכלל. דאס איז טאקע ממש כמו די מושג פון ״ג-ט״ עצמו, וועלכע לאזט זיך נישט דעפינירן חוץ ע״י שלילה.
פון דארט האב איך געשפירט אז אונזער עולם ויקום החומר כולו, איז כאילו בתוך
א צעל וואס האט א פּערמיעבּל מעמבּרעין. דאס נעמט אריין אלעס וואס אונז קענען זיך פארשטעלן: די מעגליכע אינפיניט
מאָלטיווערס כמו שאנחנו משיגים אותו - והיינו יעדעס ענין וואס איז עכ״פ מכמו חומר ״ודברים״ באיזה אופן; עס אינהאלט אט די אינפיניט סעט פון כל ״דבר״ שהיא ״חומרי״ באיזה אופן.
ועכ״כ אז זייענדיג אז אט די השראות כעין נבואה זענען באאיינפלוסט פונעם מענטש׳נס פערזענליכע עקספּיריענסעס ומה שיש כבר בשכלו אין וויאזוי עס ווערט ריפרעקטעד פאר אים, איז עס מיר פארגעקומען ווי די ״אלעס״ בתוך די ״צעל״ איז כעין די סצענע אינעם מאַרוועל פילם דאקטאר סטרעינדזש אין די מאָלטיווערס פון שיגעון, דירעקטירט דורך סעם רעימי. דאס איז וואו דער כאראקטער דער מכשף סטיפען סטרעינדזש שפרינגט דורך אפאר מיני יוּניווערסעס, ועכ״כ אז אין איינס איז גאר די גאנצע יקום פון כעין פּעינט, מיט די כאראקטער אמעריקע טשאוועז וועלכע קען מאכן פּאָרטעלס צווישן זיי אבער קען דאס נישט געהעריג קאנטראלירן. (אגב, פון מאַרוועל ובענין די מאָלטיווערס איז גאר שטארק רעקאמענדירט די ענימעיטעד צוויי פילמס פון די מיילס מאָראַלעס ווערסיע פון ספּיידערמען אינעם מאָלטיווערס; וגם לרבות די לעצטע לייוו-עקשאן ספּיידערמען: קיין וועג אהיים פילם, וועלכע איז עוסק אין דעם געביט און איז א שטיקל קשר מיט׳ן דאקטאר סטרעינדזש פילם.)
דא האבן זיך מיינע געפיהלן ומחשבות גענומען גיין טיפער (אבער אביסל אנדערש) איבער וואס איך האב געשפירט דאס פריערדיגע מאל, ווי
דא באשריבן:
מי אני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 09, 2024 5:36 pmבשעת׳ן האבן גענומען 25 מ״ג קאַנאַבּיס, האב איך געשפירט ווי עס איז גאר מעגליך פארקערט פון וואס כ'האב
דא געשריבן. מיינענדיג, "קאַנשׁעסנעס" איז דאס דעת און סעלף-עוועירנעס פונעם בּיאינג וואס איז קאַנשעס צו קענען דאדורך מגדיר זיין סביביו; ווי מער דערפון דאס האט, אלס מער קאַנשׁעס איז דאס. אבער אט די דעת איז בניגוד צו תענוג, און טאקע דעם יוסיף דעת יוסיף מכאוב. ווי ווייניגער דעת מ׳האט, אלס מער פיהלט מען ווי מ׳איז אויף א טריפּ כסדר, וואס מ'קען טאקע נישט מגדיר זיין (חוץ אלס "גוט" אדער "שלעכט"; עס איז אינעפעבּל און סאָבּליים). ולכן טאקע
פיהלן תינוקות ווי זיי זענען אויף א כסדר׳דיגן טריפּ. און דאן גייען די בּיהעיוויארס פונעם באשעפעניש נאך ריין
בּיהעיוויאריזם פון קאָז-און-עפעקט, אָן קיין קאַנשׁעס אבזערוואציע בדעת דערויף. דאס תענוג שטופט דערצו בלא דעת. ונמצא מזה, אז בע״ח וואס האבן נאך ווייניגער דעת, האבן אלס מער תענוג, וואס איז אינווערסלי פּראָפּאָרשענעל צו וויפיל דעת און אינטעליגענץ זיי האבן. אין אנדערע ווערטער, ריין
קוואַליאַ של תענוג איז
ווייניג קאַנשׁעסנעס - ווי
ווייניגער דעת וממילא קאַנשׁעסנעס מ׳האט, אלס
מער תענוג קוואַליאַ האט מען; די דעת שטערט גאר צו די תענוג קוואַליאַ. (ואולי משו״ה איז כל מי שאין בו דעה אסור לרחם עליו כדאיתא בברכות לג., ווייל וויבאלד שוטה אינו נפגע כבשבת יג: פעהלט נישט אויס דיין רחמנות בכלל; ער טריפּט בקוואַליאַ של תענוג און ער שפירט נישט צער אויף דיין לעוועל בכלל עניוועי.) ועיין
בדברי דר. מיכאל מוּרעי. ווי אויך איז נמצא מזה אז לפי
פּענסייקיזם און ״
מיינד-שטאף״, איז ווי מער קרוּד ופשוט א יצור האט, אלס מער תענוג האט דאס. (דאס קען האבן קלאנגען פון דעם וואס דער רמב"ם שרייבט במו"נ ח"ב פ"ד אז די גלגלים האבן "נפשות" און דרייען זיך מחמת תשוקתם להא-ל ע"ש.)
והיינו, אז דעם צעל של היקום (הבב״ת) כולו איז
מיוסד אויף דעת ולאגיק;
גארנישט קען גיין דערקעגן בתוכה. אט די דעת ולאגיק איז וואס איז כובש תענוג און דערלאזט איר נישט (אינגאנצן), וכנ״ל ביי דאס פריערדיגע מאל. וואס נעמט ארום אט דעם צעל כולו איז א
גרעסערע אינפיניטי וואס איז ריין מאראל און תענוג; אט די צורות של אפלטון וואס זענען רבים שהם אחד. וכנ״ל איז מאראל טאקע ל״ד מיוסד (כולו) על דעת.
(ועיין בהל' תשובה פ"י ה"ג אז אפילו דעת/חכמה אליינס קען די תשוקה דערצו בשורשה זיין איראציאנאל ע"ש.)
אט די ״צעל״ מיט די אינפיניט תענוג/צורות ארום איר זענען אלס דארט געווען עטערנעלי מקדמות; ביידע דאס זעלבע. די צורות זענען כולל בתוכה דבר והיפיכו: די פּערפעקטע טוב און די פּערפעקטע רע לעומתה. ביידע זענען נובע פונעם זעלבן איינעם שורש און זענען צוויי זייטן פונעם זעלבן מטבע. דאס באדייט אז די תענוג מהטוב איז א ״גוטע טריפּ״ לעולם, משא״כ ביים רע לעומתה איז דאס א ״שלעכטע טריפּ״ לעולם.
אינעם צעל פונעם סעט החומרי קומט אבער ארויס בהכרח פון זיך, ע״י
עמערדזשענס, קאַנשׁעסנעס, וואס איז
ל״ד מקושר אין חומר און איז שוין דומה צו א צורה פאר זיך. דאס, ווען עס שיידט זיך גענצליך אפ פונעם חומר, גייט דורכגיין די פּערמיעבּל מעמבּרעין להתחבר צו דאס וואס נעמט ארום די צעל.
די ארומנעמענדע צורה פון טוב ומאראל איז פון זיך נובע אריין אהין אדורך די פּערמיעבּל מעמבּרעין, אָן א ״
רצון״
וכדומה, דאס געפיהל ונבואה צו מאראלישע געפיהרעכץ; דורך כל מיני רעליגיעס למיניהם. דאס איז וויבאלד דאס שטופט דעם מענטש׳נס קאַנשׁעסנעס ונפשו בתוך דעם צעל, צו די זייט וואס ווען נפשו ווערט נתפרד גייט עס דורך דעם מעמבּרעין לרק א גוטע טריפּ ותענוג; ווי מער צו די זייט, אלס מער תענוג פונעם גוטע טריפּ לעולם. וההיפך בהיפך ווען די קאַנשׁעסנעס ווערט געשטופט און רעאיפייד צו די אנדערע זייט פון רע און אימאראל. ונמצא מזה אז די מטרה בחיים עלי אדמות איז צו ווערן ווי מער נשלם במאראל אלס גוטער מענטש, כדי להגיע להתחבר אל מאראל וטוב שהיא תענוג. איך האב געשפירט ווי רוב מענטשן קומען טאקע לבסוף אָן צום גוטן זייט.
און די קשיא פון בּערנארד וויליאמס איז אויך נישט דייקא שווער. והיינו, ער האט געפרעגט אז חיי נצחיים, ואפילו בתענוג, גייט אָלטימעטלי זיין א רע פאר׳ן מענטש, זייענדיג אז ער גייט בהכרח ווערן בּאָרד דערפון אָן קיין מעגליכקייט ארויס. אבער די הכרח׳דיגע בּאָרדאָם איז לכאורה נאר שייך אויב ס׳איז דא דעת וואס מאדעלט די עתיד פאר א גוֺיל און ציהל וכדומה. דאס איז אונזער קוק-ווינקל טאקע בתוך דעם צעל, אבער עס איז נישט שייך דארט אינדרויסן וואו דעת (כמו שאנו ״יודעין״ ומבינין אותה) ווערט בטל.
ולכן, אויב וויל מען אָנקומען צום ריינעם תענוג און ״גוטע טריפּ״ לעולם, באדארף טאקע דאס
עיקר פון עני קוֺיד אָוו קאַנדאָקט זיין נארמאטיווע מאראל, וואס דאס מענטשהייט על הכלל ״פיהלט״ איז עטיש און מאראליש. און דאס וואס מ׳זעהט אז אלע רעליגיעס האבן בתוכם דאקטרינעס וואס האבן אוועקגעדרייט פון נארמאטיווע מאראליטעט, איז דורך נביאיהם וואס האבן אריינגעטעפּט דערצו בשעת׳ן האבן א ״שלעכטע טריפּ״, וואס האט גורם געווען אַן אומריכטיגע מיספארשטענדעניש און פארדרייט די חוקות דתיים. (איך האב געטראכט אז דאס קען ליגן אינעם פסוק ביחזקאל (
כ כה) וגם אני נתתי להם חקים לא טובים ומשפטים לא יחיו בהם. וואס דר. בנימין שׁענאן
שרייבט טאקע אז נבואתו של יחזקאל הנביא במעשה מרכבה איז מעגליך געווען דורך א סייקעדעליק טריפּ. וממילא האט יחזקאל פארשטאנען וויאזוי דאס קען פאסירן.) דאס איז ווייל ״מאראל״, זייענדיג ממקור ממעלה מדעת, וועט בהכרח דארפן פרשנות (ועיין בהאמונות והדיעות להרס״ג מאמר ג פ״ג). און דאס געבט די מקום פאר א (כעין)
רעיאיפיקעישאן פאָלאָסי אפירצוקומען, וואו מ׳געבט עפעס א מראה א ממשות וואס קומט זיך איר נישט. כמובן אז איך פארשטיי אז די גאנצע זאך ו״מראה״ (מראות)
מיינע ליידן לכאורה פונקט אזוי דערפון; ובפרט וואו מ׳פארשטייט ווען מ׳איז געהעריג וואַך די
מאטעריאלע מעכאניזם וואס ברענגט אפיר די סייקעדעליק העלוּסינעטאָרי סארט אָלטערד קאַנשׁעס סטעיט.
ס׳איז יתכן אז מיינע דמיונות דערויף ווערן שוין שטערקער. איך ווער מער ״טרענירט״ דערויף. כ׳האב געקלערט אז דאס קען זיין א רמז וואס מ׳טרעפט לגבי מדריגות נבואה ביבמות מט: חילוקים דערינען בענין אספקלריא המאירה ע״ש (ובסוכה מה:). והיינו, אז עס איז דא א חילוק אין ווי שטארק און אינטענס די מראות זענען און אינעם קענען מאכן קלארע לאגישע סענס פון, און צו איבערגעבן לעלמא הדין, אט די מראות; די שוועריקייט אין די הסברה איז פּראָפּאָרשענעל צו די אינטענסיטי און קאמפּלעקסיטי פונעם מראה וגעפיהל שבה. און אט אויף דעם טרענירן זיך די ״בני הנביאים״ (ועיין במו״נ ח״ב פל״ב). ועיין בדבריהם וואו, פון א פסיכאלאגישן פּערספּעקטיוו, קען דאס הייבן די פּראבּעבּיליטי פון אריינלייגן בשכל האדם פאלשע אמונות.
אגב, דר. פּאוועל גלאדזשיעווסקי
טענה׳ט, פון א פסיכאלאגישע קאגניטיוו פּערספּעקטיוו, אז דאס וואס מ׳פיהלט און זעהט אונטער די רושם פון סייקעדעליקס קען
יא גערעכענט ווערן עפּיסטעמיקעלי ווי א ראציאנאלישע יסוד פאר מעטאפיזישע מדע וואס מ׳ווייסט איבער די יקום. און דאס איז אָן דארפן צוקומען צו שוין האבן א רעליגיעזע אדער מיסטישע סארט צוגאנג צום יקום מעיקרא. ער ברענגט ארויס אז אפילו פון אַן עפּיסטעמאלאגישע שטאנדפונקט, איז דאס׳ן דאס נעמען אַן
עפּיסטעמיקלי טראנספארמאטיוו סטעיט וואס
מ׳קען נישט געהעריג אפשאצן אָן דאס אליינס דורכגיין; וידוע די געדאנק פון
מערי׳ס צימער, וואו עס איז יא ראציאנאל צו זאגן אז עס איז דא נייע מדע הגם מ׳קען נישט דעפינירן וואס און וויאזוי. ווי אויך נעמט די סייקעדעליק אוועק די ״הייפּערפּרייאר״ הנחות וואס ער האט בשכלו, וועלכע צווינגען אים צומאל אז מדע דארף שטימען מיט געוויסע (סאָבּקאַנשעס) הנחות מעיקרא. אבער די הנחות מוזן נישט זיין דוקא אמת. (ער זאגט אז דאס איז בפרט לגבי שטארקן די שיטה פון
קאַסמאָסייקיזם, וואו כל היקום כולו וכל מה שבה איז בעצם איין איינציגע קאַנשׁעסנעס, און די אינדיווידואלע פארשידענארטיגע קאַנשׁעסנעסעס וואס דאכטן זיך פאר מענטשן אז זיי האבן, קומען אפיר פון פשוט׳ע רילעישאנשׁיפּס פון די חלקים בתוך די איינע קאַנשׁעסנעס אזוי ווי איברים בתוך גוף אחד; עס איז א שטערקערע געדאנק פון אבן רשד׳ס
שיטה, וועלכעס איז נאר לגבי די נפש פונעם מענטש. און דאס זעלבע לגבי די
שיטה אז עס איז באמת נישטא קיין ״זעלבסט״. און דאס זעלבע בנוגע די
דעבאטע איבער די מהות פון ״זמן״ -
עטערנעליזם/בּלאַק יוּניווערס לעומת
פּרעזענטיזם.) ער ברענגט ארויס אז עס איז ענדערשער צו באטראכטן סייקעדעליק סטעיטס, פון אַן עפּיסטעמאלאגישן קוק-ווינקל, מיט א מאדעל אז דאס איז מסיר עיכובים וואס דערלאזן אים נישט מקשר צו זיין ידיעתו אל ה״אמת״ בסתם, ווי מיט א מאדעל אז דאס איז מקשר ידיעת האדם עם ה״אמת״ בקום ועשה. ער שרייבט אויך:
It is also essential to notice that a person’s psilocybin session does not impede her autonomy or capacity as an epistemic subject. To understand this point, compare psychedelic states with monothematic delusions. The latter are often thought to constitutively involve the inability of a person to be rationally responsive to evidence against her delusion (see Bortolotti 2005; Coltheart et al. 2011). Now, notice that even if the psychedelic state itself may resemble a psychotic episode (see Carhart-Harris et al. 2016), it is transient. Following the experience, the person regains the core judgmental or cognitive skills that characterize her in a sober state. In particular, she is able to understand and respond to any evidence against her newfound beliefs. For example, she can understand and be responsive to a debunking argument on which her beliefs may be merely powerful illusions that feel veridical but are not. Thus, if the person decides to change her metaphysical beliefs, it is despite her recognizing that different parts of her evidence point in different directions. In this sense, she is not delusional. To generalize this, much of the epistemologically relevant part of psychedelic transformation takes place in a sober state, where a person faces the challenge of rationally integrating the (purported) lessons drawn from the experience with her previous worldview
Psychedelics allow epistemic subjects to obtain experiences whose core structure differs from that of ordinary states of consciousness. Thus, deep psychedelic states radically and transiently broaden the range of cognitions that could inform metaphysical inquiry. As such, psychedelic states can provide otherwise unachievable epistemic benefits: (1) they can block arguments “from experience” in favor of certain commonsense metaphysical claims, (2) they can directly challenge (in)conceivability claims (and their purported modal consequences) that figure in metaphysical debates, and (3) provide extra support for metaphysical projects that rely on positing conscious states with non-ordinary phenomenal character (like non-dual or selfless forms of consciousness). Furthermore, because our default ways of experiencing can be either limited or altogether off-track with respect to metaphysical truth, at least some aspects of psychedelic experiences can count as dissolving such truth-obstructing cognitive structures. Crucially, psychedelic states can be transformative in a way that does not impede one’s epistemic autonomy, allowing one (when in a sober state) to rationally integrate the fruits of psychedelic exploration with one’s preexisting beliefs. Given all this, I think it is reasonable to think that at least some instances of psychedelic-induced metaphysical beliefs are more than comfortable delusions
ווי געזאגט, פעהלט אויס צו דערנאך דורכלייגן די עקספּיריענס דורך דעם כור המבחן של השכל. ער ברענגט אויך ארויס אז למעשה האבן די עקספּיריענסעס אַן עלעמענט פון שיכרות בתוכם, וועלכע שטערן דעת. ובפרט וואו צוויי מענטשן וואס זענען דורכגעגאנגען די סייקעדעליק עקספּיריענס קענען אָנקומען צו פארקערטע מעטאפיזישע מסקנות, וועלכעס זענען לכאורה מיוסד אויף שיטות וכו׳ וועלכע זיי האבן שוין געהאט מעיקרא.
די שטודיע האט געצייגט אז מענטשן וואס נעמען סייקעדעליקס טוישן אין אלגעמיין זייער מיינונג פון א ריינע
מאטעריעליזם/פיזיקעליזם שיטה, אז די יקום ביסודה איז אך ורק מחומר. און דאס האלט אָן אפילו א האלבע יאר שפעטער; ובפרט וואו מ׳האט דאס גענומען אין א צערעמאניע צוזאמען מיט א גרופע. דאס איז געווען נאך שטערקער ביי אינגע, ביי פרויען, און ביי די וועלכע האבן דאס גענומען דאס ערשטע מאל.
ווי אויך טוישט דאס זייער מיינונג צו א מער
פעטעליסטיק דיטערמעניזם, אז אלע מעשים זענען בגזירה און עס איז באמת נישטא קיין בחירה חופשית. הגם אבער אז דאס בלייבט נישט דייקא פאר א האלבע יאר צייט. זיי קלערן אז דאס איז מכח דעם וואס אין די געזעלשאפט ובחיי היומיומית ווערט למעשה דאס שטאנדפונקט פון בחירה חופשית געשטארקט מיט שכר ועונש און די אחריות אויף קאנסעקווענצן של מעשי האדם. ואדם נפעל כפי פעולותיו וסביביו.
זיי ברענגען אויך צו אז אין א סורוועי איבער דעם האבן 2/3 פון די מענטשן וועלכע האבן זיך אידענטיפיצירט אלס "אטעאיסט" מקודם די סייקעדעליק עקספּיריענס, זיך נישט אידענטיפיצירט אזוי נאכדעם. (הגם אבער אז זיך אידענטיפיצירן אלס "מאנאָטעאיסט" איז אויך אראפגעגאנגען פון פאר׳ן דאס נעמען צו נאכדעם.)
עס איז מן הראוי לציין אז דר. קריס לעטעבּי
טענה'ט אז די פסיכאלאגישע בּענעפיטן פון סייקעדעליקס האבן ל"ד א שייכות מיט די טויש אין מעטאפיזישע גלויבונגען וואס עס ברענגט אפיר.
*
עס איז מיר אויך בייגעפאלן לפי וואס איך האב
דא געשריבן:
מי אני האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 28, 2023 3:59 pmאז אונז הא׳מיר
גערעדט אינעם אשכול פון זיך רעכענען מיט דורות העתידים, די
געדאנק פון ברענגען אַן ענדע צו דאס מענטשהייט, און דאס
געדאנק פון AI בהעתיד,
טענה׳ט דער קאמפיוטער סייענטיסט דר. האנס מאָראַוועק אז מ׳דארף בעצם ארבעטן אויף צו אפירברענגען סיי דאס אויפשטייג פון AI אזוי אז זיי זאלן אונז איבערנעמען אזוי ווי אונז הא׳מיר איבערגענומען און איבער געלעבט פריערדיגע לייף-פאָרמס. דר. דערעק שילער
טענה׳ט אויך ענליך. ער טענה׳ט אז וויבאלד אויב איז ביכולת פונעם מענטש אפירצוברענגען א סיגניפיקענטלי בעסערע וועלט אין דעם עתיד פאר צוקונפטיגע דורות, איז דאך דאס דאן דאס עטישע זאך צו טוהן, איז דעמאלטס משו״ה דארף מען זעהן אפירצוברענגען סיי דאס אויפשטייג פון AI וואס קענען בעסער און מער עפישענטלי נוצן די resources פון די וועלט, און אפירברענגען צוביסלעך אונזער אונטערגאנג אזוי אז דאס זאל זיין פי כמה בעסער פאר זיי.
אז לפי די יעוד וואס כ'האב
דערמאנט, קען מען פארדינען ביידע. והיינו, אז מענטשן, וועלכע קענען האבן די סארט קאַנשׁעס תענוג עקספּיריענסעס פון א לעוועל 4 אויפ'ן
שולגין סקעיל, זאלן דאס האבן דורכ'ן זיין אין די פּאַדס, בשעת AI, וואס קענען דאס לכאורה נישט האבן, זאלן זיין אין די "עכטע" וועלט.
***
דר. יצחק מלמד
טענה׳ט אז מ׳האט נישט אפצולערנען שפינאזע ווי אַן ״אטעאיסטישע״ פילאזאף, נאר איידער אלס א ״ראדיקאלער רעליגיעזער״ פילאזאף. ער טענה׳ט אז שפינאזע׳ס דאקטרין איז נישט
פּאנטעאיזם, ווי איידער
פּאנענטעאיזם, וואו ״ג-ט״ איז טאקע נאטור אבער מער ווי דעם אויך. ער איז וואס מ׳באקומט ווען מ׳שטעלט צאם קבלה'ס קאנסעפּשאן פון "ג-ט" מיט׳ן רמב״ם'ס. ועכ"כ, אז עס איז יתכן אז ער האט ארויסגעגעבן זיין
טראקטאטוס (אין אנאנים, אבער מ'האט געוואוסט אז ס'איז ער), כדי זיך צו פארטיידיגן אז ער איז למעשה נישט קיין "אטעאיסט" גמור (הגם אז די בוך האט טאקע נאר ערגער געמאכט זיין שם אין דעם געביט).