איך שטוין מיט וואונדער!
קיינער דא האט זיך נישט גענומען די מיה עקטשולי אפצוליינען די צעטל וואס מען האט דא געברענגט פון זאלי???
ער זאג דארט אז מען האט אים געזאגט פון די לעיקוואד קאמפיין, און ער האט גאר מסכים געווען דערצו! נאר דערנאך איז ער געוואויר געווארן אז די קאמפיין גייט אויף אן אויפן פון ”סאושעל מידיע”, און ער זיך קלאר מסביר וואס ער מיינט דערמיט! נישט סתם די אינטערנעט, נאר יעדער קען זעהן יעדעם’ס קאמענטס, פרויען קענען שרייבן צו מענער וכדו’, און דאס איז וואס איז אסור בהנאה. דאס איז וואס זיין פראבלעם איז.
פאר סאם ריזען האבן ענק אלע באשלאסן דאס צו איגנארירן...!
די זאליס האבן טאקע אזוי געטון, און אראפגענומען די אלע זאכן ביי די ק”י קאמפיין, און געמאכט אסאך גדרים.