די "קשר נפשי" ארגאניזאציע וואס איז באקאנט מיט זייער געוואלדיגע אויפטוהנגען פאר עלטערן וואס האבן קינדער וואס האבן זיך געקלויבט אן אנדערע דרך האבן געמוזט קענסעלען א רעדנער וואס האט געזאלט דערציילן זיין פערזענליכע געשיכטע ביי זייער קומענדיגע שבת.
די זינגער און ארטיסט חילי וואגאשל איז געווען אדווערטייזט אז ער גייט אראפלייגן זיין פערזענליכע געשיכטע,
חילי איז אן אייגענארטיגע טאלאנט, זינגט מיט א ריינע הארץ און נשמה, אזש דיין הארץ קען צוגיין ווען דו הערסט אים זינגען. הער נאר די קליפ, אזא טיפקייט.
פאריגע וואך האט ליפא שמעלצער חתונה געמאכט און האט מכבד געווען חילי צו זינגען בשעת זיין דערהויבענע מצוה טאנץ ווי ליפא האט געטאנצן אויף "עלינו לשבח" פארפאסט דורך רבי יצחק פוקס.
זעהט אויס אז די עד האט געצויגן די אויגן פון געוויסע און געברענגט קריטיק.
און היינט האט ער געפואסט אויף אינסטעגרעם אז מען האט אים געקענסעלט.
אינטערסאנט אז אן ארגאניזציע וואס איז אפיציעל פאר מענטשן וואס זענען דערווייטערט פון אונזער סיסטעם זאל האבן א פראבלען מיט איינעם.
קשר נפשי קענסעלט רעדנער
דער אשכול פארמאגט 63 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן