מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שמעקעדיג »

היימלינד האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 12:57 pm
מנשסתר האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 12:45 pm איינער האט גערופען זיין ווייב "בחוקותי"
זי איז געווען קליין און פול מיט קללות....

טיף אינעווייניג איז באהאלטן ברכות...

וועלכע ברכות? אשר יצר....?
חמת מלא צואה :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
חלק גדול
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:27 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך חלק גדול »

איינער איז אמאל געווען אין א האום , ער האט זעך באקלאגט אז זיין שכן מאכט זיך איין 3 מאל א יאר

ווינטער
זומער
און ווען סקומט אים אונטער
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

א ליטווישער גאדעל א ראש ישיבה קומט ארויף נאך 120 און מען פרעגט איהם אויב ער קען לערנען

לייגט ער אראפ א דרשה א פלפול פון 2 שעה אויף א רמב'ם

צום סוף קומט אן דער רמב'ם אליין און זאגט איהם... עס איז פאלש, דו האסט נישט פארשטאנען פשוט פשט.

נעעע, רופט זיך אן דער גאדעל וואס פארשטייט א פרענק צו א רמב"ם
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

דו וועיסט ניט? דער רמב"ם איז געווען א בריסקער. אויך א תלמיד פון וואלאזשין. ער האט נאך אלס 5 יעריג אינגל געקנעלט ר' חיים'ס.

עפסער האבן די פרענקן עיך געהאט א ראמבא"ם. נאר ר'איז ניט דער אונזעריגער...!
[NAMELESS]

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזוי ווי רמבעה"נ
עס איז דא א רבי מאיר פון פולין
אנ'אנדערע רבי מאיר פון גאליציא
נאך איינער פון אונגארן
אפילו איינער פון זיבענבערגען
כולם אוחזים ברבי מאיר ואומרים כולו שלי....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

אויך: אין לוח פון כולל שומרי החומות איז דא א פיקטשער וואס שטייט דארט די פאלגנדע ווערטער...אידן לערנען משניות לעילוי נשמת די מנדבים.

די אינטרעסאנטע זאך איז אז די מענטשן זענען די זעלבע וואס זענען געווען אויף די פיקשטער פון לוח ווען איך בין נאך געווען א יונגל.
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

חלק גדול האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 3:49 am איינער איז אמאל געווען אין א האום , ער האט זעך באקלאגט אז זיין שכן מאכט זיך איין 3 מאל א יאר

ווינטער
זומער
און ווען סקומט אים אונטער
לאנגסאם זאגט אז ער האט אויף געהערט צו רייכערן, שוין אסאך יארן צוריק,
זייט דאנמאלץ רייכערט ער ממש קיינמאל, חוץ פון דריי זמנים אין יאר...
מוצאי תענית.
חול המועד.
און וואכן טעג…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:59 pm די פאלגנדע מעשה איז אמת'דיג געעהן ביי ר' שמואל סאלנט, אב"ד ירושלים.

איין טאג ווען ער האט געהאלטן אינמיטן פארלערנען זין שיעור פאר די תלמידים קומט אריין א אידענע (פרוי/אשה) און זי פרעגט א שאלה...זי האט געהאט א לעבער פון א טשיקן אויף די פענצטער אין א טעללער. די קאץ האט אויפגעגעסן די לעבער. צי מעג מען עסן די טשיקן...די תלמידים האבן זיך איינגעהאלטן פון לאכן. די רבי האט זיי געווינקען אז זיי זאללן נישט לאכן. ער האט ארויסגענימען ספרים. אריינגעקוקט. פארמאכט. און ארויסגענימען אנדערע ספרים. נאך א שטיק צייט רופט ער זיך אן צו די פרוי...די טשיקן איז כשר צו עסן. נאר איהר זאלט נישט איבערלאזן די לעבער אז די קאץ זאל דאס קענען אויפעסן.

ווען זי איז ארויס האבן די תלמידים אויסגעשאסן אין א געלעכטער. זיי האבן זיך אויך געוואונדערט פארוואס זייער רבי האט גענימען די שאלה ערנסט. האט ער זיי מסביר געווען...אויב איך וואלט נישט גענימען ערנסט די שאלה פון די פרוי וואלט זי אויפגעהערט קומען פרעגן. אפילו ווען זי וועט האבן אן ערנסטע שאלה...!
וואלט זיך געפאסט מער אין אנאנדערן אשכול…
נאך נישט זיכער וועלעכע.
אבער נישט דא ביי די בדיחתא…
איך מיין אזוי, אפשר, וואס האלטסט דו?
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

היום: ייש"כ. זיכער דאס איז א שטארקער לימוד און גאר אן ערנסטע נושא. איך האב עס נאר געברענגט וועגן די "פאני" זייט פון די געשיכטע.
ועוד: מילתא דבדיחותא איז א גרויסע זאך פון וואס מ'קען זיך א סאך אפלערנען.

להבדיל פון ליצנות. ליצנות הייסט שפעטן/אפשפעטן, וואס גרעניצט זיך מיט אפיקורסות.

איך האב אמאל אויפגעמאכט אן אשכול איבער ווער ס'זענען די ליצני הדור וואס רש"י ברענגט ביי אברהם אבינו. ואלה תולדות אברהם. אברהם הוליד את יצחק. זאגט די הייליגע רש"י...שהיו ליצני הדור אומרים...מאבימלך נתעברה שרה...לפיכך צר קלסתר פניו של יצחק כאברהם. והיו כולם אומרים אברהם הוליד את יצחק...!
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:49 am אויך: אין לוח פון כולל שומרי החומות איז דא א פיקטשער וואס שטייט דארט די פאלגנדע ווערטער...אידן לערנען משניות לעילוי נשמת די מנדבים.

די אינטרעסאנטע זאך איז אז די מענטשן זענען די זעלבע וואס זענען געווען אויף די פיקשטער פון לוח ווען איך בין נאך געווען א יונגל.
שפתותיהם דובבות בקבר...
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך תנחום »

Until I met my wife I always felt incomplete... now I'm finished."

Norman McDonald
לא באתי לנצח (שולי)
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך כספי »

<"
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
שטריימל באקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:50 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שטריימל באקס »

photo_2024-06-20_21-58-58.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

די סיבה פארוואס אלע רבי'ס קומען יעצט צו די ניחום אבלים ביי הרב ה"גאון" ר' שאול אלטר שליט"א.
ווייל יעצט בימי השבעה קען ער נישט רעדן אין לערנען...
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך נעקסט לעוועל »

צוויי פרויען טרעפן זיך, און איינער פארציילט פארן צווייטן אז פיינעלי נאך יארן ווארטן, זי איז פרעגנענט..
וויאזוי האסטו מצליח געווען? פרעגט די אנדערע

- איך בין געגאנגען צו א געוויסע רב אין באר שבע פאר א ברכה

איך און מיין מאן זענען אויך געווען ביי אים, אבער ער האט אונז נישט געקענט העלפן..

- אוואדע נישט, מדארף גיין אליינס...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

דאס דערמאנט מיר אן ענליכע מעשה: אינדערהעים, אין מארמאראש אדער גאליציע אדער אונגארן איז געווען א תקופה ווען ס'איז געווען א שפע פון רבי'לעך און גוטע אידן. אזוי ווייט אז ס'זענען געווען רבי'ס ספעציאליסטן. איינער איז געווען גוט פאר שטארקע קאפוויי. א צווייטער פאר ציין ווייטאג. א דריטער פאר בויך וויי.

האבן זיך געטראפן צוויי אידענעס. פארציילט איינע פאר איהר חבר'טע...איך האב געהאט שטארקע קאפ וויי.איך בין געגאנגען צו דעם געוויסן רבי. זאגט איהר חבר'טע... אוי וויי וואס האסטו געטון? דער רעבא איז דאך פאר בויך וויי...!

נאך א מעשה: איינער האט אמאל געזעהן א "פרומער" איד אין ביהמ"ד דאוונט זייער ערליך. ער שאקלט זיך ווי א לולב ביי הושענות. ער קלאפט אין שטענדער. ער מאכט קולות. גייט ער צו צו איהם און פרעגט...דו האסט שוין פרובירט מיט גוטן?...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

א איד קומט צוריק פון זיין ווייב'ס לוי' און גייט ארויף די טרעפ פאר זיין הויז און פלוצלונג פאלט אראפ א ציגל פון דער הויז פונקט ארויף אויף זיין קאפ.

גיבט ער א שריי... שוין... איך זעה אז דו ביזט אנגעקומען
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך כרם זית »

פון א ספר פון 1707.

Screenshot_20240627_204218_Chrome.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

כרם זית האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:48 pm פון א ספר פון 1707.


Screenshot_20240627_204218_Chrome.jpg
לא זכיתי להבין: ביטע זיי א ביסל מרחיב את הדיבור. ס'ארא שייכות די רישא האט מיט די סיפא. וכו'. אפשר 'עמיר דאמאלס קענען לאכן.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שמן למאור »

סייענטיסטן פון א געוויסע יוניווערזיטעט האבן דורכגעפירט אן עקספערימענט. זיי האבן אפערירט א מענטש בשעת ער איז געווען וואך און ארויסגענומען די רעכטע זייט פון זיין מוח און אים געבעטן צו ציילן ביז צען.

דער מענטש האט זיך גענומען צו ציילן: איינס, דריי, פינעף, זיבן, ניין...

דאן האבן זיי צוריקגעלייגט די חלק פון זיין מוח און ארויסגענומען די לינקע זייט פון זיין מוח, און אים ווידער געהייסן ציילן ביז צען.

דער מענטש האט זיך ווידער גענומען ציילן: צוויי, פיר, זעקס, אכט, צען...

דאן האבן זיי ארויסגענומען די גאנצע מוח און אים געבעטן צו ציילן ביז צען.

די מענטש האט זיך גענומען צו רעדן:

"איך האב די בעסטע נומערן, די מעכטיגסטע נומערן פון סיי וועמען. יעדער ווייסט אז איך קען ציילן ביז צען און יעדער ווייסט אז איך קען ציילן ביז צען בעסער פון יעדעם. איך קען בעסער ציילן פון א סקול טיטשער אדער מעטמעטישן. איך קען שוין אנפאנגען צו ציילן ביז צען, ממש די רגע. איך קען עס טון אן קיין שום פראבלעם, יעדער ווייסט דאס, פרענקלי צייל איך כסדר ביז צען אלל די טיים".
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
[NAMELESS]

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך [NAMELESS] »

לערן זיך פון דיין בארד: וויפיל דו וועסט אים פליקן וועט ער נאר גרעסער ווערן .
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 5:18 pm דאס דערמאנט מיך די מעשה פון די גמ' אין מס' פסחים. רב מתנא (וועלכער איז געקומען פון ארץ ישראל) האט אמאל ביי די שבת הגדול דרשה אין די שטאט פפוניא געזאגט אז מ'דארף נעמען מים שלנו פאר די מצות. צו מארגנס זענען אלע פרויען פון שטאט געקומען צו איהם אהיים מיט זייערע כלים און געבעטן אז די רבי זאל זיי געבן פון זיין וואסער. די רביצין האט נישט געוויסט וואס צו טון האט זי געפרעגט פון איהר מאן...וואס גייט דא פאר. פארוואס קומען אלע פרויען בעטן וואסער פון די רבי? האט ער זיך צולאכט...אוי, איך האב נעכטן ביי די דרשה געזאגט אז מ'דארף נעמען מים שלנו (איבערגענעכטיגט וואסער) האבן זיי פארשטאנען אז איך וויל מ'זאל נעמען אונזער וואסער...!

נאך א מזל די מעשה פון די גמרא (מס' פסחים) איז נישט געשעהן היינטיגע צייטן אין ארץ ישראל ביי איינעם פון די באבא'ס. מ'וואלט שוין מפרסם געווען אויף זיין וואטס-עפפ סטאטוס אז ביי דעם געוויסן באבא הקדוש קענמען באקומען הייליגע וואסער, און אלע "מסורתיים" וואלטן געלאפן מיט זייערע פלעסטיק באטלעך צו קויפן די היייליגע וואסער. דער באבא וואלט געמאכט מיליאנען.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

ביי די לויה פון מיין פעטער, ע"ה. א איד א גרויסער תלמיד חכם ומרביץ תורה האט איינער פון די מספידים, דער ס-----ץ'ער רב שליט"א אלס שכן פונ'ם נפטר (ער האט נאך געדאוונט דארט מנחה-מעריב און א סאך מאל שבתים. נאך ביי דעם פריער'דיגן רב) געזאגט אינמיטן די דרשה ווען ער האט זיך שטארק צופייערט...ר'--- ווען איהר וועט ארויפגיין צו בי"ד של מעלה זאלט איהר זאגן אז אונז (דא אין וויליאמסבורג) קענמיר שוין נישט אויסהאלטן פון די רשעות פון די ציונים. האטציך דער נפטר אנגערופן...גוט. כ'וועל איבערגעבן...!

מיין פעטער איז געווען אזוי ווייט פון די גאנצע זאך הן לטוב והן למוטב. זיין גאנצער קאפ איז געליגן אין תורה. שיעורי תורה פאר זיך און פארגעלערנט שיעורים ברבים אין ביהמ"ד. אויך האט ער געלערנט מיט די אידישע קינדערלעך אין ת"ת.

אין זיין יוגנט איז ער געווען א סוחר. אויך א גרויסער בעל צדקה.

ווער ס'האט זיך נאכנישט געווארפן פאר געלעכטער פון די מעשה'לע ביז אהער 'עמיר מסביר זיין. דער רב שליט"א. נישט קיין איבערגעשפיצטער האט פארגעסן אז די אלע זאכן האבן ביים נפטר נישט געהאט קיין שום שוויות.

מדי דברי: האביך מיך דערמאנט אן אנדערע טשיקאווע מעשה'לע פון א "פלאפ" וואס א רב א בעל מספיד האט געהאט ביי א לויה.

ווען מ'האט מספיד געווען מיין מומע, ע"ה האט דער בעל מספיד, א חשוב'ער רב שליט"א שטארק ארומגערעדט וויפיל די נפטרת האט זיך איבערגעגעבן אז די קינדער זאללן אויסוואקסן תלמידי חכמים און בני תורה. וואס זיי זענען ב"ה אויסגעוואקסן. לסיום האט דער רב געזאגט..."אונז זעהמיר דאך וויאזוי זיי זעהען "ליידער" אויס...עה עה ...ברוך ה'...!

די פסיכאלאגן רופן דאס אן א "פרוידיען סליפ"...! להבדיל אלף אלפי הבדלות די מוסר ספרים און די תלמידי הבעש"ט הק זאגן די זעלבע. אז וויאזוי דער הילוך המחשבה פון א מענטש איז דאס קומט ארויס בעל כורחו.
פארשפארט