ווי זענען די נעשאנעל גארדס?פאליטיקאנט האט געשריבן:די רשעות און אכזריות פונעם פאליציאנט איז קלאר און ער דארף גע'משפט ווערן אויף מארד.
אבער מיט דעם אלעם האף איך אז די פאליציי גייט האבן גענוג שכל אפצושטעלן די ראיאטן מיט אלע מעגליכקייטן פאר די ריכטיגע שאדנס פאנגען זיך אן......
ווייטאג איז נישט קיין פאס צו ברעכן די געזעץ און פאראורזאכן ווייטאג פאר אנדערע!
ווי איז די גאווערנארס שכל?
נאך אזאך, ווען די גאנצע מצב איז פאראיבער דארף די פאליציי אוועקגעבן שעות און נאכגיין 'אלע' ווידעאוס, און פראצעסירן "יעדער" וואס האט געבראכן דאס געזעץ - זאל עס נעמען 5 יאר!
לאו דוקא תפיסה, א שטארקע געלט קנס קען מען אויך געבן.
אזוי האט מען געטון אין לאנדאן אין 2012 און זייט דעמאלסט ווייסט יעדער אז, 'אין רואה' 'וכל מעשך בספר נכתבים' 'ועתיד ליתן את הדין' - נישט קיין חילוק וויאזוי די מצב איז יעצט אויפ'ן גאס.