איך האב (נאך) נישט מיטגעהאלטן די גאנצע מעמד. נאר דערווייל עטליכע אבזערוואציעס:
דער הערליכער און רירנדער מעמד איז געווען זייער שטארק "אינקלוסיוו". א יעדער קרייז איז געווען רעפרעזענטירט. די אנפיהרערס האבן אפגעגעבן דעם כבוד הראוי פאר גדולי ישראל פון א יעדע קהילה. סיי חסידים, ליטוויש/ישיבה'ש און סיי ספרדים. אויך די זינגערס און שפילערס האבן רעפרעזענטירט אלע שיכטן פון כלל ישראל. ס'איז געווען זייער אינטרעסאנט צו זעהן ווי זינגערס מיט א ליטווישן לבוש און געשטעל זינגען מיט א ווארימקייט די אלע חסיד'ישע ניגונים. עז עי סייד נאוט. איז מיר א חידוש אז דער זינגער אהר'לע סאמעט, וואס איז געווען אנגעטון מיט דעם גאנצן שבת ויו"ט'דיגן לבוש (ווייל אין בעלזא גייט מען נישט מיט ווייסע זאקן אום שבת. נאר יום טוב.) האט געשפיעלט אזא קליינע ראלע. ער האט מיטגעזינגען מיט דעם אנדער'ן זינגער. ער איז דאך א גרויסער מומחה אין מאכן א מצב.
ס'איז מיר א חידוש אז איין קהילה/חסידות איז ארויסגעשטאנען מיט זייער אפוועזנהייט. ליובאוויטש. איך בין זיכער אז ר' דויד האפשטעטער און זיינע מיטהעלפערס האבן זיי גערופן. זיי האבן דאך זיכער אויך עטליכע גדולי הוראה.
היינט איז שוין (כמעט) נישט דא קיין חילוק צווישן חסידים און "מתנגדים" די אידן פון די ליטוויטשע קרייזן האבן געזינגען די חסיד'ישע ניגונים פונקט מיט אזא ווארימקייט.
בן ישי: ייש"כ. דרך אגב איז מיר אויך פארענטפערט געווארן פארוואס די קהילה קדושה חב"ד איז נישט אנוועזנד געווען ביי דעם מעמד אדיר. איך בין זיכער אז מ'האט זיי גערופן. נאר אין ליובאוויטש איז דער משנה ברורה א ביסל "אפגעפרעגט". זיי פס'קנען נאר לויט'ן שו"ע הרב (בעל התניא). ס'איז מיר דאך א חידוש. ווייל דער חפץ חיים זצוק"ל אין משנה ברורה ברענגט א סאך פסקים און הלכות פון הרב בעל התניא זצוק"ל. ער צייכנט אבער אייביג צו און געט קרעדיט פון וואו ער האט עס גענימען, אין משנה ברורה אליין. אדער אין שער הציון. ער רופט איהם בלשון חיבה... הגאון ר' זלמן. אדער הגר"ז. מיט ראשי תיבות.
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 10:04 am
בן ישי: ייש"כ. דרך אגב איז מיר אויך פארענטפערט געווארן פארוואס די קהילה קדושה חב"ד איז נישט אנוועזנד געווען ביי דעם מעמד אדיר. איך בין זיכער אז מ'האט זיי גערופן. נאר אין ליובאוויטש איז דער משנה ברורה א ביסל "אפגעפרעגט". זיי פס'קנען נאר לויט'ן שו"ע הרב (בעל התניא). ס'איז מיר דאך א חידוש. ווייל דער חפץ חיים זצוק"ל אין משנה ברורה ברענגט א סאך פסקים און הלכות פון הרב בעל התניא זצוק"ל. ער צייכנט אבער אייביג צו און געט קרעדיט פון וואו ער האט עס גענימען, אין משנה ברורה אליין. אדער אין שער הציון. ער רופט איהם בלשון חיבה... הגאון ר' זלמן. אדער הגר"ז. מיט ראשי תיבות.
איך האב אמאהל געהערט אז זייער ברוגז מיט דער משנה ברורה איז ווייל אויף א געוויסע ארט ברענגט דער משנה ברורה א קשיא אויף "חכם אחד" וואס זעהט אויס מיינט דער גר"ז.....
היימלינד האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 12:49 pm
צ/ק
א קאנצערט ברשות התורה
גארנישט מיט כבוד התורה ולומדיה
לאוו דוקא: איך האלט אז דרשו איז א גוטע זאך. נאר איך נעם נישט קיין חלק. איך לערן, ב"ה משנה ברורה אן דרשו. ועוד. די משנה ברורה מהדורת דרשו שטערט מיר. ווייל ס'איז מיט נקודות. ביי מיר א יעדע זאך אויסער א סידור מיט א חומש וואס האט נקודות שטערט עס מיר. ממש איך קען נישט אריינקוקן.
דרך אגב: ס'איז אין ד לעצטע פאר יאר געווארן א "טרענד" (כ'ווייס נישט וויאזוי מ'זאגט די ווארט אין עברית.) צו דרוקן ספרים מיט נקודות. אפילו אזעלכע ספרים וואס ס'וואט לפענ"ד נישט אויסגעפעהלט. ווייל די ספרים זענען נישט פאר מתחילים. אדער מתחזקים. ווען איינער איז שוין א פאר יאר אין מצב פון התחזקות (חוזר בתשובה) און ער האט שוין געלערנט אין ישיבות קען ער שוין ממילא אן נקודות.
למשל: אור החיים הק' אדער ספר באר מים חיים. מילא, ספרי מוסר ווי אורחות צדיקים, מסילת ישרים אדער פלא יועץ קען איך נאך פארשטיין.
שוין יארן וואס איך וואונדער מיר פארוואס צו דרשו קאנצערטן און כא כסליו מעג מען גיין, אבער צו א מעמד מיט די רבנים החסידים ר' אברהם פריעד און ר' מרדכי ווערדיגער טאר מען נישט
קל לזכור האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 1:07 am
שוין יארן וואס איך וואונדער מיר פארוואס צו דרשו קאנצערטן און כא כסליו מעג מען גיין, אבער צו א מעמד מיט די רבנים החסידים ר' אברהם פריעד און ר' מרדכי ווערדיגער טאר מען נישט