אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

שליחה דורך yatzmachp »

ער האט נישט געהאלטן זיין קני אויפן האלדז נאר אויפן אקסל. דאס האלטן אויפן האלדז איז א שקר.
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

שליחה דורך זאקן »

yatzmachp האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:29 am ער האט נישט געהאלטן זיין קני אויפן האלדז נאר אויפן אקסל. דאס האלטן אויפן האלדז איז א שקר.
איך האב מורא די ווייסט נישט ווי אזוי א האלדז קוקט אויס, די שמאלע זאך אינטער די קאפ איז נישט קיין אקסל.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

שליחה דורך אלפא »

@סקעפטיקער איך האב נאכנישט געליינט די קאונטער ארטיקלען.
(דא זע איך אבער א פאלאו-אפ ארטיקל פון קאלמאן האדזשעס)

אזוי פיל יא, נאכן זען די דאקומענטרי וואלט איך נאך טאקע נישט אינגאנצן איינגעשטומט אז דערעק שאווין איז טאטאל אומשילדיג הגם אפשר 'ריזאנעבל דאוט' איז יא דא, למעשה האט ער געטון ווי אזוי ער איז טרענירט געווארן (לויט וויאזוי זיי ברענגען די פאקטן) - זיין קני איז במקצת אויפן אקסל און במקצת אויפן האלז (פון אנדערע ווידעאוס קוקט עס אויס אנדערש - אבער עס איז אויך יתכן אז ער האט געטוישט אינמיטן פאזיציע) און דאס זיך נישט צוהערן צום עולם קען זיין פשוט מתוך סטרעס אדער אנגעשטרענגטקייט פונעם מצב דארט וכו', פלויד אליין האט שוין געשריגן נאך פאר מ'האט אים אפי' אנגערירט אז ער קען נישט אטעמען - וואס פארדעם קען זיין מ'האט אים נישט צוגעהערט בכלל.

פלויד איז געווען 'הויך' פון די ערשטע מינוט, און ווי עס קוקט אויס איז ער א פשוט'ע פחדן און האט געציטערט אימת מות פון יעדע ריר פון די פאליציי, ער האט שנעל איינגענומען א טויטליכע מאס פילן ברגע וואס די פאליציי איז צוגעקומען צו זיין קאר, און ער האט נישט אויסגעזען ווי ער וועט צו לאנג קענען אנהאלטן סייווי. פאליציי האט טאקע גערופן די EMS סערוויס 36 סעקונדעס אריין אין די געראנגל (אזוי אויך איז די אקסידזשען רער בטעות נישט געווען באהאפטן צום טאנק פאר אפאר קריטישע מינוט נאך וואס מ'האט אים שוין געלייגט אויפן בעטל).

די זאך וואס האט מיר געבאדערט דאס מערסטע איז די ברוטאליטעט פון די פאליציי און זייערע קאנדוקט מלכתחילה. ווי ווייט איך פארשטיי האט עס גארנישט מיט שווארצע און ווייסע - איך האב שוין צוגעזען גענוג און נאך ווידעאוס פון די וועג וויאזוי (אמעריקאנער) פאליציי באגייען זיך און געוויסע מצבים און עס איז זייער ברוטאל און לדעתי מיט צופיל גוואלדטאט.
עס איז לכאו' טאקע נישט מער ווי זייערע פארשריפטן - לדוגמא צו פוינטן די רעוואלווער אין יעדע מצב, צו מאכן אומבאנומענע קולות (אלס מיטל צו אינטימידירן), זיך נישט צו רעכענען מיטן מטופל בכלל, א.א.וו.
און איך האלט אז זיי וואלטן געדארפט בשיטה ניצן שכל אויך און אסאך מצבים - נישט נאר פארשריפטן - אין דעם פאל קען מען קלאר זען וויאזוי פלויד פחדן'ט אוועק פון יעדע ריר ובפרט פון דאס אריינגיין אינעם פאליציי קאר, איך פארשטיי אז מ'קען נישט ווערן דירקטירט דורך יעדע פארברעכער און למעשה ווען איינער פאלגט נישט אויס א באפעל הייסט עס אז ער 'רעסיסט' ודינו חמוּר ביותר, אבער לאידך גיסא פארשטייט יעדער אז און געוויסע מצבים העלפט באמת נישט קיין 'באפעלן' און מ'דארף קענען ניצן טאקטיקעל סענס (ווער ס'האט קינדער לכאו' פארשטייט).

ווי עס איז דאס מערסטע בולט איז אין די קאנטראסט מיט ענגלישע פאליציי, חוץ פון וואס געווער איז בבל ימצא, האבן זיי בשיטה אזא 'good cop - bad cop' מעטאדע, און ווען ס'קומט צו דיעלן מיט סיי וועלכע פארברעכער - בפרט אויב ער שטעלט זיך נישט גלייך ארויס ווייעלענט, גייען זיי צו פון איין זייט מיט מאכט אבער פון די צווייטע זייט בדיבור רכה ווי זיי פראבירן צו האלטן די מטופל אונטער קאנטראל דורכ'ן זיי מאכן שפירן באקוועמער או ןווי מ'הערט זיי אויס. (דא קען מען זען אפאר לענגערע דאקומענטריס פון ענלישע פאליציי אויפפיראכטץ, ויחי ההבדל.)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

שליחה דורך berlbalaguleh »

ועוד, אפילו אויב די פאליס זענען געטרעינט געווארן צו ניצן MRT וואלטן זיי עס נישט געדארפט צו ניצן אין דעם פאל וואו ער (פלויד) האט געהאט א מעדיקל קאנדישן, ספעציעל אויב ער איז נישט געווען קיין THREAT צו זיי.

אין ניו יארק איז מיט בערך זיבן יאר צוריק געווען אן ענליכע פאל, וואו אן אפריקאנער-אמעריקאנער "פארברעכער" האט רעזיסטעד צו ווערן ארעסטירט. זיין חטא איז געווען אז ער איז געגאנגען קאמפעטישן מיט א סטאר וואס פארקויפט ציגארעטלעך, וואס דער אייגנטימער איז אויך געווען פון זיין ראסע. ער האט גערופן די פאליס, ווייל יענער האט פארקויפט "לוסי'ס", איינציגע ציגארעטלעך פאר א דאללער פארנט פון זיין געשעפט. ווען פאליס איז געקומען האבן זיי געשיקט א "קליינטשיגן" געוואקסענעם פאליס פון איטאליענער אפשטאם, ער איז געווען א הויכער, העכער זעקס פוס. ווען ער האט זיך נישט געוואלט אונטערגעבן האט דער פאליסמאן איהם מיט כח אראפגעווארפן צו די ערד. ער האט די גאנצע צייט געשריגן אז ער קען נישט אטעמען, ווייל ער איז געווען חולה קראנק מיט אסטמא און הארץ פעלער און אנדערע מחלות. דער פאליס האט איהם נישט אויסגעהערט נאר אנגעהאלטן פעסט ביים האלז ביז ער האט אויסגעהויכט זיין נשמה. דארט האט דער פאליס און זיין לויער גע'טענה'ט אז דאס איז געווען א טייל פון זיין טרעינינג, און ער איז געשטארבן פון אנדערע געזונטהייטס סיבות. נאר ס'האט איהם גארנישט געהאלפן, מ'האט איהם געפייערט. איך געדענק שוין נישט אויב ער איז געגאנגען זיצן אויך.

ווען די פאליס דעפט. וואלט גענוצט מער שכל ווי כח וואלט נישט געווען קיין פראבלעם, ווייל ער איז נישט געווען ווייאלענט, ער האט נישט געסטראשעט די פאליס אדער איינעם אנדערש. אויב איינער איז ווייאלענט אדער סטראשעט די פאליס אדער סיי וועם מיט א גאן אדער מעסער דעמאלס קען מען איהם אראפברענגען אפילו מיט שעדליכע מעטאדן.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

שליחה דורך אלפא »

berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:08 pm אין ניו יארק איז מיט בערך זיבן יאר צוריק געווען אן ענליכע פאל, וואו אן אפריקאנער-אמעריקאנער "פארברעכער" האט רעזיסטעד צו ווערן ארעסטירט. זיין חטא איז געווען אז ער איז געגאנגען קאמפעטישן מיט א סטאר וואס פארקויפט ציגארעטלעך, וואס דער אייגנטימער איז אויך געווען פון זיין ראסע. ער האט גערופן די פאליס, ווייל יענער האט פארקויפט "לוסי'ס", איינציגע ציגארעטלעך פאר א דאללער פארנט פון זיין געשעפט. ווען פאליס איז געקומען האבן זיי געשיקט א "קליינטשיגן" געוואקסענעם פאליס פון איטאליענער אפשטאם, ער איז געווען א הויכער, העכער זעקס פוס. ווען ער האט זיך נישט געוואלט אונטערגעבן האט דער פאליסמאן איהם מיט כח אראפגעווארפן צו די ערד. ער האט די גאנצע צייט געשריגן אז ער קען נישט אטעמען, ווייל ער איז געווען חולה קראנק מיט אסטמא און הארץ פעלער און אנדערע מחלות. דער פאליס האט איהם נישט אויסגעהערט נאר אנגעהאלטן פעסט ביים האלז ביז ער האט אויסגעהויכט זיין נשמה. דארט האט דער פאליס און זיין לויער גע'טענה'ט אז דאס איז געווען א טייל פון זיין טרעינינג, און ער איז געשטארבן פון אנדערע געזונטהייטס סיבות. נאר ס'האט איהם גארנישט געהאלפן, מ'האט איהם געפייערט. איך געדענק שוין נישט אויב ער איז געגאנגען זיצן אויך.
איך גיי נישט איבערגיין דא אלע ארגומענטן וואס די דאקומענטרי און קאלמאן האדזשעס טענה'ן, זיכער גיי איך נישט אויסלייגן אדער ענטפערן אלע קארטלעך פון רעדלי באלקא.

אזוי פיל יא, קאלמאן איז נישטא צו טענה'ן די אומשולד פון דערעק שאווין, און אויב ער וואלט - וואלט זיין בורדען אוו פרוף געווען זייער הויך, ער וויל נאר ארויסברענגען די ספיקות אין די קעיס וועלכע שטעלן 'ריזנאבל דאוט' צום אורטייל, און וויבאלד געוויסע זאכן זענען ניטאמאל אויפגעברענגט געווארן פארן דזשורי בשעתו וויל ער שטעלן די פראצעס אונטער פראגע צייכן, (ווי צום ביישפיל די פאקט אז ער איז געווארן טרענירט אזוי (ריכטיג אדער אומריכטיג) און אז ער האט עס יא געטון לויט די פארשריפטן, די טעאריעס אז ער איז נישט געשטארבן פון דערעק'ס פוס אדער פון ווייניג לופט, וכו').

באלקא - מיט זיין גרינטליכע אנאליז - לייגט נאכאלץ אראפ א שיינע צאל הנחות בדרך צו פעסטשטעלן זיין צד - און הגם מ'קען טענה'ן אז עס איז זייער מסתבר וואס ער זאגט - איז עס אבער נישט סופישענט אנקעגן 'ריזנאבל דאוט', און דאס איז וואס קאלמאן מערקט אויף..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

שליחה דורך אלפא »

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!

שליחה דורך berlbalaguleh »

אלפא האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:00 am
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:08 pm אין ניו יארק איז מיט בערך זיבן יאר צוריק געווען אן ענליכע פאל, וואו אן אפריקאנער-אמעריקאנער "פארברעכער" האט רעזיסטעד צו ווערן ארעסטירט. זיין חטא איז געווען אז ער איז געגאנגען קאמפעטישן מיט א סטאר וואס פארקויפט ציגארעטלעך, וואס דער אייגנטימער איז אויך געווען פון זיין ראסע. ער האט גערופן די פאליס, ווייל יענער האט פארקויפט "לוסי'ס", איינציגע ציגארעטלעך פאר א דאללער פארנט פון זיין געשעפט. ווען פאליס איז געקומען האבן זיי געשיקט א "קליינטשיגן" געוואקסענעם פאליס פון איטאליענער אפשטאם, ער איז געווען א הויכער, העכער זעקס פוס. ווען ער האט זיך נישט געוואלט אונטערגעבן האט דער פאליסמאן איהם מיט כח אראפגעווארפן צו די ערד. ער האט די גאנצע צייט געשריגן אז ער קען נישט אטעמען, ווייל ער איז געווען חולה קראנק מיט אסטמא און הארץ פעלער און אנדערע מחלות. דער פאליס האט איהם נישט אויסגעהערט נאר אנגעהאלטן פעסט ביים האלז ביז ער האט אויסגעהויכט זיין נשמה. דארט האט דער פאליס און זיין לויער גע'טענה'ט אז דאס איז געווען א טייל פון זיין טרעינינג, און ער איז געשטארבן פון אנדערע געזונטהייטס סיבות. נאר ס'האט איהם גארנישט געהאלפן, מ'האט איהם געפייערט. איך געדענק שוין נישט אויב ער איז געגאנגען זיצן אויך.
איך גיי נישט איבערגיין דא אלע ארגומענטן וואס די דאקומענטרי און קאלמאן האדזשעס טענה'ן, זיכער גיי איך נישט אויסלייגן אדער ענטפערן אלע קארטלעך פון רעדלי באלקא.

אזוי פיל יא, קאלמאן איז נישטא צו טענה'ן די אומשולד פון דערעק שאווין, און אויב ער וואלט - וואלט זיין בורדען אוו פרוף געווען זייער הויך, ער וויל נאר ארויסברענגען די ספיקות אין די קעיס וועלכע שטעלן 'ריזנאבל דאוט' צום אורטייל, און וויבאלד געוויסע זאכן זענען ניטאמאל אויפגעברענגט געווארן פארן דזשורי בשעתו וויל ער שטעלן די פראצעס אונטער פראגע צייכן, (ווי צום ביישפיל די פאקט אז ער איז געווארן טרענירט אזוי (ריכטיג אדער אומריכטיג) און אז ער האט עס יא געטון לויט די פארשריפטן, די טעאריעס אז ער איז נישט געשטארבן פון דערעק'ס פוס אדער פון ווייניג לופט, וכו').

באלקא - מיט זיין גרינטליכע אנאליז - לייגט נאכאלץ אראפ א שיינע צאל הנחות בדרך צו פעסטשטעלן זיין צד - און הגם מ'קען טענה'ן אז עס איז זייער מסתבר וואס ער זאגט - איז עס אבער נישט סופישענט אנקעגן 'ריזנאבל דאוט', און דאס איז וואס קאלמאן מערקט אויף..
עטליכע פאקטן דארפן ווערן ארויסגעהויבן:

ערשטנס.דא קען זיין ריזאנעבל דאוט. נאר אויך דער פוס פון דערעק שאווין אויף דעם גענאק פון פלויד איז געווען א קאנטריביוטינג פאקטאר צו זיין טויט. אפשר די מערסטע און גרעסטע גורם איז געווען אז די אקסידזשען פייפ איז נישט געווען באהאפטן פאר א פאר קריטישע מינוטן צו דעם טענק.

אויך: ס'איז בלי שום ספק אז די מידיא פארדרייט און איז נישט אינטרעסירט צו ארויסברענגען דעם אמת. ס'זענען דא צענדליגער ביישפילן. למשל ביי די רייאטס אין לאס אנדזשעלעס. אויך ביי די ראיאט אין קרוין הייטס אין יאר 1991. האט די מידיע פארהוילן געוויסע קריטישע פאקטן און ארויסגעהויבן אנדערע, נישט ריכטיגע און האלב אמת'ע פאקטן.

ווער ס'געדענקט אז אין אנהייב פון די נייעס באריכטן איז געווען א קליפ ווי א קליינע קאר געטריבן דורך א שווארצן האט אריינגעקראכט אין די קאר פון מר. ליפש דער אידישער דרייווער. און האט איהם ארויפגעשטופט אויפ'ן סיידוואק וואס דאס האט גורם געווען דעם טויט פון דעם אפריקאנער שגץ'ל. נאר אין די שפעטער'דיגע באריכטן האבן עס די נייעס סטאנציעס אויסגעמעקט.
פארשפארט