צו צונעמען די ארגומענט דיינער ארבעט עס דורכ'ן טענה'ן אז עס ליגט דא עפעס וואס מ'רופט א הידען פּרעמיס. מיינענדיג, אז די לאגישע געבוי (אָנע סימבאלן) פונעם ארגומענט פון מאראליטעט איז בערך:שמן למאור האט געשריבן: ↑מוצ"ש מאי 11, 2024 11:34 pmדי ארגומענט אז מאראל איז באגרינדעט אין עפעס, איז בלויז באזירט אויף א פילינג. (און טאקע וועגן דעם איז די ארגומענט גאר שוואך אין די ערשטע פלאץ). די ארגומענט זאגט אז פילינג איז אזוי שטארק אז מען קען דערויף בויען אז ס'איז באגרינדעט אין עפעס, און אז די עפעס איז גאט.
די רגע אבער מען נעמט אוועק די פרעמיס אז פילינגס איז שטארק און מען קען דערויף בויען, פאלט דאך אוועק די גאנצע ארגומענט. און דאס געשעט ווען גאט הייסט טון עפעס וואס איז קעגן אונזער פילינג פון מאראל. דאס ווייזט קלאר אז אונזער פילינג איז נישט שטארק, און קען זיין א טעות.
1). מאראל איז אביעקטיווע "עכטע" פאקטן וואס עקזיסטירן, וועלכע זענען מחייב דעם מענטש
2). "ג-ט" איז די מערסטע-מסתבר'דיגע (צי גאר, איינציגסטע) זאך וואס קען באגרונדן אט די פאקטן דערפאר
∵ הענס,
3). ג-ט עקזיסטירט
יעצט, דו טענה'סט אז הנחה 1 האט אליינס צוויי באהאלטענע עפיסטעמאלאגישע הנחות: איינס אז דאס איז נאר מכח געפיהל, און צוויי אז מ'קען טראסטן די געפיהל. (הנחה 2 האט אויך א באהאלטענע הנחה: אז עס פעהלט אויס א באגרונדער פאר פאקטן שיחייבו. אבער נישט אויף די הנחה טוהסטו דיך דא דינגן.) קעגן די צוויי באהאלטענע הנחות, בויסטו א רידאָקטיִאוֺ עד אבּסורדום פירכא קעגן הנחה 1 כזה:
1). אויב ביי א גרונט פון דבר מה, זענען דא ממנה יוצאי מן הכלל צו אט דעם דבר מה, דאן קען איך נאר זיכער זיין און טראסטן אז דאס איז די גרונט דערפאר טאמער איז דאס אז איך ווייס אז דאס איז די גרונט דערפאר נישט באזירט נאר אויף א געפיהל
2). מאראל איז ״עכט״ (און א ריעליסט סענס) און האט אַן אביעקטיווע גרונט
3). דאס אז אונז ווייסן אז מאראל איז ״עכט״ (און א ריעליסט סענס) און האט אַן אבּיעקטיווע גרונט איז נאר מכח געפיהל
4). ג-ט איז די גרונט פאר מאראל {כנ״ל עפ״י הנחה 2 פונעם ארגומענט פון מאראליטעט}
5). ג-ט באפעהלט אויך אימאראלישע זאכן
∵ הענס,
6). אונז קענען נישט זיין זיכער אז מאראל איז ״עכט״ (און א ריעליסט סענס) און האט בכלל א גרונט
דאס דערמאנט אביסל פונעם קאַרטיזשיען סירקעל.
ווי מ׳קען זעהן פארלאזט זיך דיין פירכא סיי אויף דעם אז די פאזיציעס לגבי געפיהל זענען טאקע צוויי באהאלטענע פּרעמיסעס בתוך הנחה 1 פונעם ארגומענט. און סיי אויף הנחות 1 און 3 (וועלכע הנחה 3 איז טאקע איינע פון די פריערדיגע באהאלטענע פּרעמיסעס) פון דיין רידאָקטיִאוֺ עד אבּסורדום ארגומענט. אויף די הנחות אליינס קען מען זיך לכאורה דינגען. אויב אבער מ׳נעמט זיי יא אָן, איז טאקע דיין פירכא וואַליד - עס פאַלוֺיט טאקע יא אז אויב ג-ט באפעהלט עפעס אימאראליש, דאן האט מאראל נישט קיין גרונט (עכ״פ אונז קענען נישט מאכן אזא טענה אז מאראל האט אַן אביעקטיווע גרונט, מכח א פעהלער אין אונזער עפּיסטאמאלאגיע פון דאס וויסן בכלל).