ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

הילף, עצות און טיפס
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

אויב וואלט מען מיר געגעבן די מעגליכקייט צו טוישן איין זאך פונעם סיסטעם, וואלט איך אויסגעריסן די פארמאלע קורצע בעשוי, וואס פיל קאפלס האבן חתונה נישט וויסענדיג וואס זיי ווילן אין מערידזש בכלל און פון דעם ספאוס בפרט. און ביז וואס ווי ווען טרעפט מען זיך מיט א קינד צוויי דריי און ווען מ׳הייבט אָן כאפן אז מ׳איז סטאק :evil: מיט א מענטש וואס מאכט זיין/איר לעבן מיזרעבל, איז שוין טו לעיט!!!

_ _
שוין כ׳האב אויסגעשאסן מיין כעס... יעצט קעניך רעדן ווי א נארמאלע מענטש :P

איז אזוי.

זייט איך האב ארויסגעשטעלט מיין אימעיל בנוגע ׳טרינקען׳, האבן זיך געוואנדן צו מיר טייערע חברי השטיבל וואס ווילן זיך העלפן זה בכה וזה בכה. אבער די אישו וואס ״רוב״ חבירים ווענדן זיך צו מיר איז מאָר לעסס, ווי פאלגענד:

כ׳בין חתונה געהאט א שיינע ביסל יארן.

איך זעי איין אז מיין ווייב איז _ _ _ _ [יו נעים איט]. איך קען ממש נישט אנגיין. ס׳שטערט מיר געפערליך...

זיך גט׳ן איז נישט שייך. שוין דא אפאר קינדערלעך...

סאוי, כ׳וויל מיר טוישן (מיטן גלעזעלע טיי) אז די _ _ _ _ אישו מיט מיין ווייב זאל מיר נישט אזוי שטערן.
_

ס׳איז נישט דא די פלאץ דן צו זיין צו די טיי איז א ישועה פאר דעם אדער נישט. כ׳וויל נאר אויפמערקן אז פיל מאל באמערק איך אז דער פרוי איז סיריעס חולה, ווי למשל א קאנטראל פריעק, פערסאנאלעטי דיסארדער וכדו׳ און דער מאן וויל ״זיך״ גאר טוישן...

ס׳גראדע עכט שיין פון אים :)

אגב; איז דא זייער אסאך מאל וואס דער מאן דארף פשוט ווערן אינערליך ׳שטערקער׳ מער אויפגעבויעט מיט סעלף עסטיעם וכדו׳ און דאן געשעט ערנסטע פאזעטיווע טשעינדזשעס ביי איר בס״ד. (די זעלבע איז אויך פארקערט מאן/פרוי, כ׳רעד נאר פון די פעלער וואס איך האב געהערט).

עכ״פ. האביך געזען אז ס׳איז א צרת רבים וחצי נחמה.

און כדי עס צו נעמען א סטעפ פאראויס. האביך אוועקגעשטעלט א ״סופארט-גרופ״ אויף סאשעל מידיע און ווי אויך ׳לייוו׳ פון צייט צו צייט. ווי אינגעלייט אין דעם סיטואציע האלטן זיך צוזאם, זענען זיך מחזק און העלפן איינער דעם אנדערן...!

סאוי, דער אשכול איז אן ״אינוויטאציע״ פאר דיר. אז אויב דו טראכסט אז דו קענסט אויך בענעפיטן פון דעם גרופ דאן ביזטו מאָר דען וועלקאם.

שיק מיר א אימעיל אדער אין אישי (דאס האט גארנישט קיין שייכות מיטן טיי).

וחפץ ה׳ בידינו יצליח!
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
קלמישל2
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 14, 2024 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך קלמישל2 »

איך פיל דיין פיין.

איך וואלט נישט געוועלט בעסער ווי מיינע עלטערן. א אינגע בחור פון עני קרייז האט נישט קיין בלאסן אנונג וואס לעבן און חתונה איז.
Too immature to be trusted.
באניצער אוואטאר
מנחם מנדל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך מנחם מנדל »

אויף די לאָאקס האט ער אבער יא א קנאפע אנונג, אבער דאס לאזט מען אים איינמאל נישט וועלן...
נאר א שיינע אתרוג מעג מען וועלן..
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך צקון לחש »

פון אתרוג לערנט מען טאקע ארויס אז "הדר" איז וואס די תורה הק' זאגט אז ס'איז שיין! (א פרעקל אויפ'ן דד, למשל, איז פסול,) מ'גייט נישט נאך די פשוט'ע מענטש'ס טעיסט...!
טיילונג איצט!
יענקעל ג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 8:09 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך יענקעל ג »

קלמישל2 האט געשריבן: איך וואלט נישט געוועלט בעסער ווי מיינע עלטערן. א אינגע בחור פון עני קרייז האט נישט קיין בלאסן אנונג וואס לעבן און חתונה איז.
Too immature to be trusted.

נישט אייביג ווייסן זיי וואס דו ווילסט עכט,

און אסאך בחורים ווייסן נישט וואס עס איז דא וואס צו ווילן און קוקן אויף.
קלמישל2
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 14, 2024 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך קלמישל2 »

ער ווייסט גארנישט צו קענען וועלן עפעס. אן אפרוח שלא נפתחו עיניו. אחריות'דיגע עלטערן פארשטייען זייער גוט זייער סחורה נאך אכצן יאר און זוכן א פאסיגע זאך. Looks איז נאריש. וואס דארפן די אנדערע אכציג פראצענט טוהן? נאר דא לאמיר זאגן צוואנציג פראצענט וואס קען באקומען לאאקס.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך שמן למאור »

קלמישל2 האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 6:49 pm איך פיל דיין פיין.

איך וואלט נישט געוועלט בעסער ווי מיינע עלטערן. א אינגע בחור פון עני קרייז האט נישט קיין בלאסן אנונג וואס לעבן און חתונה איז.
Too immature to be trusted.
וואס פאלט דיר ביי אז מען דארף חתונה האבן אלץ א 'אינגע בחור'?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך town1 »

שמן למאור האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 8:27 pm
קלמישל2 האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 6:49 pm איך פיל דיין פיין.

איך וואלט נישט געוועלט בעסער ווי מיינע עלטערן. א אינגע בחור פון עני קרייז האט נישט קיין בלאסן אנונג וואס לעבן און חתונה איז.
Too immature to be trusted.
וואס פאלט דיר ביי אז מען דארף חתונה האבן אלץ א 'אינגע בחור'?
האחד, לימוד יסודות התורה, כדי שיעצב את תפישת עולמו וידע לנהוג כהלכה. זהו שאמרו חכמים (משנה אבות ה, כא): "בן חמש שנים למקרא, בן עשר למשנה, בן שלוש עשרה למצוות, בן חמש עשרה לתלמוד, בן שמונה עשרה לחופה". וכן אמרו חכמים שיש להקדים לימוד תורה לנשיאת אשה, שאם ישא אשה תחילה, עול הפרנסה עלול למנוע ממנו ללמוד תורה כפי הראוי לו (קידושין כט, ב). וכן נפסק בשולחן ערוך (יו"ד רמו, ב): "ילמוד אדם תורה ואח"כ ישא אשה, שאם ישא אשה תחילה, אי אפשר לו לעסוק בתורה, מאחר שרחיים בצווארו".

השני, פרנסה. באותן השנים שלמדו את יסודות התורה, הקדישו חלק מהיום לעבודה, כדי לסייע לאב ובתוך כך ללמוד את המלאכה שממנה יוכל להתפרנס, וכדי לבנות בית ולחסוך כסף לרכישת אמצעים לצרכי פרנסה. וכן למדו חכמים (סוטה מד, א) מסדר הפסוקים (דברים כא, ה-ז): "אֲשֶׁר בָּנָה בַיִת… אֲשֶׁר נָטַע כֶּרֶם… אֲשֶׁר אֵרַשׂ אִשָּׁה…". "לימדה תורה דרך ארץ, שיבנה אדם בית ויטע כרם ואח"כ ישא אשה. ואף שלמה אמר בחכמתו (משלי כד, כז): הָכֵן בַּחוּץ מְלַאכְתֶּךָ וְעַתְּדָהּ בַּשָּׂדֶה לָךְ, אַחַר וּבָנִיתָ בֵיתֶךָ. הָכֵן בַּחוּץ מְלַאכְתֶּךָ – זה בית, וְעַתְּדָהּ בַּשָּׂדֶה לָךְ – זה כרם, אַחַר וּבָנִיתָ בֵיתֶךָ – זו אשה". וכן כתב הרמב"ם (הל' דעות ה, יא): "דרך בעלי דעה שיקבע לו אדם מלאכה המפרנסת אותו תחילה, ואחר כך יקנה בית דירה, ואחר כך ישא אשה… אבל הטיפשים מתחילים לישא אשה ואחר כך אם תמצא ידו יקנה בית, ואחר כך בסוף ימיו יחזור לבקש אומנות או יתפרנס מן הצדקה…".

לפיכך הורו חכמים לדחות את נישואי הגברים לגיל שמונה עשרה, והזהירו שלא ידחו אותם מעבר לגיל עשרים. אמרו חכמים (קידושין כט, ב): "עד עשרים שנה יושב הקב"ה ומצפה לאדם מתי ישא אשה, כיוון שהגיע עשרים ולא נשא, אומר: תיפח עצמותיו", לשון קללה, על שאינו מקיים את מצוות פרו ורבו. וכן אמרו חכמים (קהלת רבה ג, ג): "עֵת לָלֶדֶת וְעֵת לָמוּת, משנולד אדם הקב"ה מצפה לו שישא אשה עד עשרים שנה. הגיע לעשרים ולא נשא אשה, הקב"ה אומר לו: עֵת לָלֶדֶת הוא לך ולא רצית – אין זו אלא עֵת לָמוּת".

בנוסף לכך אמרו חכמים: "בן עשרים שנה ולא נשא אשה – כל ימיו בהרהורי עבירה", מפני שכל עוד הוא יודע שכאשר יגיע זמנו יתחתן ויאהב את אשתו כגופו, גם אם הוא נכשל לעיתים בהרהורי עבירה והוצאת זרע לבטלה, הוא יודע שהדבר אינו ראוי, וכשיגיע לנישואיו ישמור את כל תשוקתו לאשתו. אבל כאשר רווקותו נמשכת מעבר לזמן, הוא מתייאש מיכולתו להתגבר עליו ונכנע ליצרו הרע ומתרגל לספק את יצרו בעבירה, ולכן אף לאחר שיתחתן ויהיה נאמן לאשתו, יתקשה להינצל מהרהורי עבירה, כי הם כבר הפכו להיות חלק ממנו. ורק אם ישוב בתשובה גדולה מאהבה יוכל לתקן עצמו (לעיל ד, ב, 2).

והיו צעירים מגיל שמונה עשרה שקיבלו עזרה מההורים, או שהיו מוכשרים ואחראים במיוחד, ויכלו להתחתן בגיל צעיר יותר, והיה בכך שבח. וכפי שאמר רב חסדא על עצמו, שעדיפותו על חבריו אינה מפני כשרונותיו או צידקותו אלא מפני שזכה להתחתן בגיל שש עשרה, ומתוך כך למד תורה בטהרה בלא שיצר הרע יתגרה בו. ואילו היה מתחתן בגיל ארבע עשרה, היה כל כך שמור מהיצר עד שהיה יכול להתגרות בשטן בלא פחד שמא יחטיאו (קידושין כט, ב).[7]
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך שמן למאור »

ווילסט גיין אויף דעם מהלך, פיין, אבער קום נישט מיט קיין טענות אז זאכן האבן זיך נישט אויסגעארבעט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך berlbalaguleh »

מנחם מנדל האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 7:01 pm
קלמישל2 האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 6:49 pm איך פיל דיין פיין.

איך וואלט נישט געוועלט בעסער ווי מיינע עלטערן. א אינגע בחור פון עני קרייז האט נישט קיין בלאסן אנונג וואס לעבן און חתונה איז.
Too immature to be trusted.
אויף די לאָאקס האט ער אבער יא א קנאפע אנונג, אבער דאס לאזט מען אים איינמאל נישט וועלן...
נאר א שיינע אתרוג מעג מען וועלן..
נאר אין זייער א סאך פעלער זענען די מענטשן (בחורים און מיידלעך) וועלכע האבן ספעציעל גוטע און שיינע לוקס ערנסטע פערסאנאליטי פראבלעמען. און שפעטער, נאך די חתונה ווען "ריעל לייף" זעצט זיך אריין איז אן ערנסטער פערסאנאליטי פראבלעם א סאך שווערער און מער ערנסט ווי א "לוקס" פראבלעם. ס'נישט אז "לוקס" איז נישט קיין ווערדפולע און ערנסטע זאך צו נעמען אין באטראכט ביי א שידוך. נאר ווען מ'זאל וועגן עוורידזש לוקס און א גוטע פערסאנליטי אקעגן "ספעציעלע" לוקס און א נישט גוטע פערסאנאליטי איז פארשטענדליך אז א גוטע און אנגענעמע פערסאנאליטי וועגט איבער "לוקס" און געלט.

א סאך מענטשן ווען די יסודות פון זייער אמונה און לייפ-סטייל שאקלען זיך און זיי זוכן א טויש וועלן זיי בלעימען די "קורצע בעשוי" פאר אלע זייערע פראבלעמען.

א סאך מענטשן. אזוי ווי "ראביי" יששכר כ"ץ וועלכער האט אנגעהויבן אלס חסיד'ישער סאטמאר'ער בחור מיט א פלאטשיגס און די סאטמאר'ער (באגרעניצטע) מהלך החיים האט געזוכט עפעס בעסער. און , זייענדיג אן אינטעלעקטואל האט ער געזוכט און געפונען א מער ברייטערן פערספעקטיוו אויף אידישקייט. אויך זיין מערידזש האט זיך נישט צוגעפאסט צו זיין נייעם מהלך החיים האט ער געמאכט א ראדיקאלן טויש אין ביידע. און ער האט מצליח געווען.

היינט איז ער א פראפעסאר און מגיד שיעור אין חובבי תורה. א ישיבה און עדיוקעישאנעל אינסטיטושן וואס איז 180 דעגריס אוועק פון סאטמאר. ממש אויפ'ן עק פון ארטאדאקסישן ספעקטרום. נאך א סאך מער אראפצו פון ישיבה יוניווערסיטי.

ס'זענען דא נאך א סאך אנדערע ווי שאולי גראסמאן. וואס איז נישט געגאנגען אזוי ווייט אין זיינע דערגרייכונגען אין לעבן ווי י. כ"ץ. ווייל זיי זענען נישט אזוי טאלאנטירט. נאר זיי האבן אויך געבלעימט די "האלבע שעה בעשוי" פאר אלע זייערע לעבנס פראבלעמען.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

קלמישל2 האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 6:49 pm איך פיל דיין פיין.

איך וואלט נישט געוועלט בעסער ווי מיינע עלטערן. א אינגע בחור פון עני קרייז האט נישט קיין בלאסן אנונג וואס לעבן און חתונה איז.
Too immature to be trusted.

סארי. אבער, ניין!!
דו פילסט ״נישט״ מיין פיין...

ווען דו וואלסט אוועקגעגעבן אזוי פיהל שעות ע״ג שעות ווי מיר, אויסצוהערן די ״פיין״ פון די אינגעלייט וואס גייען דורך שבעה מדורי גהינום אויף די וועלט [בשעת איך טייפ דא גייט עס אויפן חשבון פון א חבר מיינער וואס ווארט צו רעדן צו מיר פשוט אויסצוגיסן זיין אנגעפילטן מיט פיין טייער הארץ...] איינער ווייל כאטש ער האט געפילט נאך ביי די בעשוי אז עפעס טויג נישט און זיינע עלטערן האבן אים געשלעפט צו א דיין זאל אים ״צווינגען״ צו זאגן יא און 30 יאר נאך די חתונה און די שטוב איז חרוב ונחרב וכו׳. א צווייטער, איז זיין ווייב בכלל נישט מציל אותו מן החטא. א דריטער האט א ווייב א קאנטראלער וואס ער דארף וואקן אויף עגג שעלס (אייער שאלעכטס) אין איר געגנווארט און וואונטשט זיך דאס טויט. א פערדער, איז פשוט טאטעלי א דיפרענט נעיטשור פון זיין ווייב און זיי פארשטייען זיך נישט און קענען בכלל נישט רילעיטן און קאנעקטן איינע מיט די אנדערע... גענוג? אדער דו דארפסט נאך?? וואלסטו אויך אזוי געזאגט???

גענוג און נאך פעלער וואלטן נאך א ביסל אווערנעס און עפעס א שטיקל נארמאלע ׳דעיט׳ געזען צו ס׳איז א מעטש אדער נישט.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 9:06 pm א סאך מענטשן ווען די יסודות פון זייער אמונה און לייפ-סטייל שאקלען זיך און זיי זוכן א טויש וועלן זיי בלעימען די "קורצע בעשוי" פאר אלע זייערע פראבלעמען.

און ס׳אויך דא אסאך מענטשן געהעריג אינעם סיסטעם ״טו סטעי״ וואס בלעימען די ״קורצע בעשוי״.

ווי אויך א פארהאקטע סיסטעם מענטש ״ליידט און שווייגט״, סאוי דו הערסט נאר פון די וואס פארליידן מער נישט די סיסטעם וואס ווען זיי קומען ארויס בריש גלי קעגן סיסטעם קעמען שוין אויך בלעמען די בעשוי סטייל.

וחוץ מזה, בינעך נישט זיכער צו דו מענטשן וואס פאסירט צו זיי אז ״די יסודות פון זייער אמונה און לייפ-סטייל שאקלען זיך״ אויב ס׳איז אזאך וואס געשעט פליצלונג אדער ס׳איז א געוויסע טייפ מענטש וואס מ׳וואלט בעצם געקענט פאראויסזאגן אז ער איז עלול צו דעם און וואלט זיך ווען געקענט פאָרן מיט זיינס גלייכן בעוד מועד...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך berlbalaguleh »

בתוך עמי: אלס פראפעסיאנאל דארף איך דיר נישט זאגן אז א וואקלעניש אין אמונה און א ספק אין לייפסטייל געשעהט נישט פון איין מינוט צו די צווייטע. נאר ס'איז אן איוואלווינג פראסעס. וואס געשעהט אין פארלויף פון א לענגערע צייט ווען א מענטש זעהט פארשידענע זאכן אין לעבן וואס זענען אין קאנטראסט צו די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט ביי זיינע עלטערן און אין די ישיבה/סקול.

ווען איינער האט א פעסטן בעקגראונד אין אידישע היסטאריע און השקפה (נישט עקסטרעמיזם) דאס האט א קיום. אזא מענטש איז באקוועם מיט זיין רעליגיע. ס'איז נישט קיין לאסט אויף איהם. און ער איז נישט אינטרעסירט צו זוכן א נייעם, בעסערן לייפ-סטייל.
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re:

שליחה דורך תנחום »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 9:07 pm
קלמישל2 האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 6:49 pm איך פיל דיין פיין.

איך וואלט נישט געוועלט בעסער ווי מיינע עלטערן. א אינגע בחור פון עני קרייז האט נישט קיין בלאסן אנונג וואס לעבן און חתונה איז.
Too immature to be trusted.

סארי. אבער, ניין!!
דו פילסט ״נישט״ מיין פיין...

ווען דו וואלסט אוועקגעגעבן אזוי פיהל שעות ע״ג שעות ווי מיר, אויסצוהערן די ״פיין״ פון די אינגעלייט וואס גייען דורך שבעה מדורי גהינום אויף די וועלט [בשעת איך טייפ דא גייט עס אויפן חשבון פון א חבר מיינער וואס ווארט צו רעדן צו מיר פשוט אויסצוגיסן זיין אנגעפילטן מיט פיין טייער הארץ...] איינער ווייל כאטש ער האט געפילט נאך ביי די בעשוי אז עפעס טויג נישט און זיינע עלטערן האבן אים געשלעפט צו א דיין זאל אים ״צווינגען״ צו זאגן יא און 30 יאר נאך די חתונה און די שטוב איז חרוב ונחרב וכו׳. א צווייטער, איז זיין ווייב בכלל נישט מציל אותו מן החטא. א דריטער האט א ווייב א קאנטראלער וואס ער דארף וואקן אויף עגג שעלס (אייער שאלעכטס) אין איר געגנווארט און וואונטשט זיך דאס טויט. א פערדער, איז פשוט טאטעלי א דיפרענט נעיטשור פון זיין ווייב און זיי פארשטייען זיך נישט און קענען בכלל נישט רילעיטן און קאנעקטן איינע מיט די אנדערע... גענוג? אדער דו דארפסט נאך?? וואלסטו אויך אזוי געזאגט???

גענוג און נאך פעלער וואלטן נאך א ביסל אווערנעס און עפעס א שטיקל נארמאלע ׳דעיט׳ געזען צו ס׳איז א מעטש אדער נישט.
סאו א האלבע בעשוי איז צו ווייניג, וואס איז מיט א דריי שעה'דיגע בעשוי? בעסער? א נעכטיגן טאג. מ'זעהט גארנישט מער. א קאנטראלער וועט עס גוט באהאלטן אפילו מיט צען דעיטס. איך קען גענוג און נאך נישט-חסידים וואס האבן יא געהאט דעיטס און ליידן זיך אויך צאם. כ'ווייס נישט צו דעיטס מאכן אויס. כ'מיין אז א בעשוי איז געמאכט געווארן צו זעהן אויב מ'קען בכלל האבן א קאנווערסעישאן פאר מער פון צען מינוט און דעטס איט.
לא באתי לנצח (שולי)
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

Re:

שליחה דורך כפתור »

א גוטע פוינט. הגם איך האלט אויך פון אפאר בעשויס, אבער איך קען נישט זאגן אז ס'האט מער א קיום אדער אז ס' איז דא בעסערע שלום בית
א גאסט אויף א וייל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:06 pm
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך א גאסט אויף א וייל »

מען קען מיינען אז דער מאדערן ארטאדאקס אדער גוי וואס קען איעדע פרעקל פון זיין ווייב'ס גוף נאך פאר די חתונה האט א בעסערע לעבן ווייל ער האט געהאט א 250 יאריגע בעשוי....

עס האט זילטש מיטן בעשוי. מערידזש פארלאנגט שווערע ארבעט אויף זיך, און ליידער היינט איז א באקוועמע וועלט מיט אסאך חולי נפש, עס איז זייער שווער. קיינער וויל נישט אינוועסטירן אין זייער מערידזש וואס עס רעקווייערט. נאר משיח קען דא העלפןַ
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

עטליעסט האבן אונז חסידים וועם צו בלעימען… ;) :P

אבער, גראדע האט מיר איינער וואס טרעפט זיך אין דעם אשכול, געאישיט פריער אז ער וואלט ווען געזאגט ניין נאכן בעשוי. נאר…

פשט איז אז חלק פון די פראבלעם איז אונזער צוגאנג, אז אפגעזען פון ווי לאנג די בעשוי איז געווען, באקומט נישט די בחור/מיידל א אמת׳ע פרייע טשויס…

נאך די בעשוי איז דא א ריזיגע פרעשור אויפן בחור/מיידל צו זאגן ׳יא׳. און פיל מאל כאפן זיי נישט אדער פילן זיי נישט אז ס׳ווענטסעך אין זיי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בְּתוֹךְ עַמִּי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: Re:

שליחה דורך שמן למאור »

כפתור האט געשריבן: איך האלט אויך פון אפאר בעשויס, אבער איך קען נישט זאגן אז ס'האט מער א קיום אדער אז ס' איז דא בעסערע שלום בית

אודאי קען א גוטע פאפער זיך באהאלטן פאר צוואנציג דעיטס אויך, אבער ס'איז שווערער ווי צען, און שווערער ווי צוויי. איז עס נישט אמת אז ווי מער מען פארברענגט מיט א מענטש אלס בעסער קען מען אים? ס'איז דא געוויסע זאכן וואס עפענען זיך אויף ווי מער שמועסן עס גייט אדורך. אודאי קען מען נישט אלעס ראטעווען, אבער ווי מער מען וואלט פארברענגט פאר דעם אלץ מער וואלט מען געקענט ראטעווען נישט גוטע מעטשעס.

צו קוקן אויב די ליטווישע מהלך האט א קיום, איז נישט קיין מהלך ווי שוין אויסגעשמועסט מערערע מאל. סיי ביי אונז און סיי ביי זיי גט מען זיך נישט נאר אויב ס'איז עק וועלט, און די פראצענטן פון 'עק וועלט' איז בערך די זעלבע אין יעדע סעסייעטי. די שאלה איז נאר וויפיל פראצענט לעבן דארטן מער צופרידן ווי אונז נאכן אנטרעפן א מער צוגעפאסטן פאר? עס לאזט זיך זאגן מסברא אז די פראצענטן זענען דארטן העכער. וכל המציל נפש אחת מישראל...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך שמן למאור »

א גאסט אויף א וייל האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 1:05 am מען קען מיינען אז דער מאדערן ארטאדאקס אדער גוי וואס קען איעדע פרעקל פון זיין ווייב'ס גוף נאך פאר די חתונה האט א בעסערע לעבן ווייל ער האט געהאט א 250 יאריגע בעשוי....

עס האט זילטש מיטן בעשוי. מערידזש פארלאנגט שווערע ארבעט אויף זיך, און ליידער היינט איז א באקוועמע וועלט מיט אסאך חולי נפש, עס איז זייער שווער. קיינער וויל נישט אינוועסטירן אין זייער מערידזש וואס עס רעקווייערט. נאר משיח קען דא העלפןַ
פון וואו ווייסטו אז זיי האבן נישט א בעסערע לעבן? האסט געמאכט א סערוועי? האסט גענומען א פאול? ( מען רעדט נישט סתם בעסער, מען רעדט כמובן בעסער בין איש לאשתו)

אודאי פארלאנג מערידזש שווערע ארבעט, און אפילו צוויי מענטשן וואס האבן זיך ליב, פארשטייען זיך, און קערן איינער פארן אנדערן האבן אויך אסאך מאל מיינונגס פארשידנהייטן און אישוס וואס מען דארף אויסגלייכן, אבער כאטש איז דא די בעיס אויף וואס צו בויען.

מען קען באמת גאר שווער ארבעטן און מאכן כמעט אלע מערידזשעס 'ארבעטן', אבער ס'איז בערך ווי די משל פון דער וואס איז געקראכן א בארג פאר יארן און אנגעקומען אויבן נאכן ארבעטן אזוי שווער און געטראפן דארטן א קליינע אינגל - ווייל ער איז געבוירן דארטן אויפן בארג.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך דערהויבענע איד »

ראובן: איך עפן אויף א סופפארט גרופע פאר אידן וואס זענען געגאנגען באנקראט. מ'קען זיך מעלדן אין אישי.

שמעון: דו מיינסט עפעס אז יעדער האט פרנסה? דו רעדסט זיך איין אז געלט מאכט א מענטש העפפי? דו ווייסט אז די גאנצע תאוה פאר געלט איז נישט מער ווי א דמיון?




נעקסטיים מיין איך אז @בתוך עמי זאל צולייגן נאך אן אפשען: ווער ס'ליידט נישט פון דעם און פילט נישט קיין צורך אין קיין גרופעס, קען זיך אויכעט נישט מעלדן אין אישי.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 1:15 am פון וואו ווייסטו אז זיי האבן נישט א בעסערע לעבן? האסט געמאכט א סערוועי? האסט גענומען א פאול? ( מען רעדט נישט סתם בעסער, מען רעדט כמובן בעסער בין איש לאשתו)

אודאי פארלאנג מערידזש שווערע ארבעט, און אפילו צוויי מענטשן וואס האבן זיך ליב, פארשטייען זיך, און קערן איינער פארן אנדערן האבן אויך אסאך מאל מיינונגס פארשידנהייטן און אישוס וואס מען דארף אויסגלייכן, אבער כאטש איז דא די בעיס אויף וואס צו בויען.

מען קען באמת גאר שווער ארבעטן און מאכן כמעט אלע מערידזשעס 'ארבעטן', אבער ס'איז בערך ווי די משל פון דער וואס איז געקראכן א בארג פאר יארן און אנגעקומען אויבן נאכן ארבעטן אזוי שווער און געטראפן דארטן א קליינע אינגל - ווייל ער איז געבוירן דארטן אויפן בארג.

:like :like :like
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך דערהויבענע איד »

א גאסט אויף א וייל האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 1:05 am מען קען מיינען אז דער מאדערן ארטאדאקס אדער גוי וואס קען איעדע פרעקל פון זיין ווייב'ס גוף נאך פאר די חתונה האט א בעסערע לעבן ווייל ער האט געהאט א 250 יאריגע בעשוי....
מען קען מיינען אז די וואס האבן א בעסערע לעבן פארדינען עפעס דערפון, סה''כ א בעסערע מעריזש און שוין.

מען קען מיינען אז די וואס גייען קוקן א הויז פארן קויפן זענען מער העפפ''י.

מ'קען מיינען אז די וואס האבן נחת פון די קינדער האבן נישט קיין דיסעפפוינטמענטס אין לעבן.


מ'קען געהעריג מיינען.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך קען א מענטש וואס איז היינט א שטארק מאדערנער מענטש (מאדערן-ארטאדאקס). ער האט אפילו א רינגל (פון זיין סעקאנד מערידזש). ער איז אמאל געווען א סאטמאר'ער, חסיד'יש'ער יונגערמאן. אינדערוואכן איז ער געגאנגען א פלאטשיגס.

פארוואס דער ראדיקאלער טשענדזש איז אריינגעקומען ביי איהם ווייס איך נישט. איך האב איהם דאמאלס נישט געקענט. נאר היינט איז ער א שומר שבת און אן ארטאדאקסיש'ער איד.

דאס ווייזט אז מ'מוז נישט דוקא ווערן או. טי. די. כדי צו פארברייטערן דעם פערספעקטיוו אויפ'ן לעבן.

די מענטשן וועלכע ווערן או. טי. די. קומט עס געוויינליך מיט א סאך פעין. און טשאלענדזשעס וואס זיי טרעפן אן. סיי אין די משפחה לעבן אדער אין די ישיבה/סקול.
פארשפארט