קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קרעפלעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 10:41 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

קידוש השם אויף וועמענ'ס אחריות?

שליחה דורך קרעפלעך »

פארציילט מיר א שכן אין בית הכנסת א האר שטעלן געשיכטע.

זיינ'ס א חבר טוט אין ריעל עסטעט אין ניו יארק. איין טאג לעצטענס איז ער געווען אין יאנקערס אויף ביזנעס און אזוי שפאצירנדיג באפאלט אים א גוי פון א גאס ארויפציר מיט טויטע קללות און אנטיסעמיטישע לאזונגען. האט ער נישט געוויסט וואס על מה יצא הקצף, דער גוי האט אויסגעזען גראדע ווי א בעסערע צאמגענומענער באשעפעניש. דער אינגערמאן קלערט מסתם איז דאס א מיטל מזרח פאלעסטינער מלחמה אויסברוך און פרובירט צו גיין אין א פארקערטע דירעקציע ער האט נישט געזוכט קיין צרות.

אונזער גוי, וואס לויט ווי דער פארציילט מיר מאלט אים אראפ וואלט געקענט פעססען פאר א דאקטאר אדער לויער לויט זיין געשטעל און טראגע, ריקט זיינע טריט אינעם זעלבן דירעקציע אבער זיינע טענער לאזן נאך, פאר דער אינגערמאן זעט אויס ווי ער וויל דוקא יא א וויכיח האבן, ער ווייזט אים מיט די הענט ווי צו זאגן וואס ווילסטע פון מיר, דער גוי האלט זיך רואיג ער וויל אים עפעס פארציילן.

פארוואס האס איך דיר? פארוואס איך האב דיר צוזאמגעשאלטן ווילסטע אוודאי וויסן? דער אינגערמאן שטייט אביסל אפגעריקט אבער איז גרייט צו הערן.

איך בין א קריסט א קאטאליק הייבט ער אן מיט ווייטאג, מיין טאטע זיידע ביז דורות ארויף. איך האב איין אייציג קינד א בן יחיד געהאט אויף דער עלטער, קענסט זיך פארשטעלן וואס איך האב אלץ אריינגעלייגט אינעם קינד ווי אזוי איך האב אים געוואלט זען אויסוואקסן מיין חינוך און ווירדן.

א חודש צוריק האב איך אנגעהויבן באמערקן שטארקע שיניום אין מיין זון ער האט אויפגעהערט גיין אין קלויסטער, טראגט מער נישט זיין נעקלעס און בכלל איז ער געווארן זייער פאר זיך עפעס האב איך געזען באדערט און נאגט עם.

ווען איך האב ענדליך עפעס געקענט דערטאפן וואס דא קומט פאר האב איך געזען דעם בראך דאס ערגסטע וואס קען פאסירן ער וויל א איד ווערן, ער וויל זיך מגייר זיין. ס'האט מיר נישט געהאלפן די גרעסטע טעראפיסטן פאר אים גלחים און טאטעס גארנישט.

וואס פאר א משוגעת איז עם אין קאפ אריין? ער האט נישט געהאט קיין פארקער מיט אידן קיינמאל.

ווען איך האב ענדליך מצליח געווען צו זיך עפענען פאר מיר האט ער אויסגעזאגט דעם סוד.

פאר עטליכע מאנאטן צוריק איז מיין קינד געווען אין רוים אויף א וואקאציע. אויפן וועג צוריק העכערן ים אויפן פליגער האט איינער פון די פאסאזשירן געהאט א מעדיקעל אישו, און נישט מער אדער ווייניגער א אידישע מאן איז אים געקומען דערמינטערן. פאר מיין זון איז דאס געווען צופיל, ס'טייטשט?! א איד א EMT איז געקומען העלפן א נישט איד וואס האט גע'חלש'ט?!?

פון דארט און ווייטער האט ער אנגעהויבן האבן ספיקות איבער די גאנצע קריסטליכע רעליגיע. אזא קידוש השם וואס דער הצלה האט געמאכט האט מיין זון געמאכט טראכטן אביסעלע טיפער, און דא האלט מען, מיין גאנצע חינוך און האפענונג פאר מיין זונ'ס עתיד איז אוועק מיט די ווינט און דו פרעגסט פארוואס איך האס ענק אידן?

-----

אויב די געשיכטע איז אמת קלער איך אז מ'וואלט געדארפט מעורר זיין די הצלה ארגאניזאציע אז ווען ס'פאסירט אמאל אזא מעשה אין די לופט זאל מען פרובירן מסביר זיין די פארוואונדערטע קידוש השם פארלאזירטע פאסאזשירן אז ס'העכסט נארמאל וואס זיי טון און אז זיי וואלטן עס געטון אפילו זיי וואלטן נישט געווען אידן ווייל פשוט דאס איז נארמאל און מענטשליך און אפשר אויך נישט ארויסצואווייזן צופיל עקסייטמענט פאר דעם און נאכדעם און זאל יעדער זיין געזונט און שטארק א געזונטן זומער.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר