די נייעס באריכטן פארציילן אז נעכטן, זונטאג איז געווען "פאדהער'ס דעי". און לכבוד פאדהער'ס דעי האט דער חשוב'ער סענאטאר "געוואלט" מאכן א בארביקיו.
די נייעס באריכטן פארציילן אויך אז כאטש ער איז א מאכטפולער סענאטאר איז ער דאך א באשיידענער מענטש (מאדעסט). ער האט אלע יארן געוואוינט אין אן אפארטמענט בילדיגנ מיט זיין משפחה. נאר די לעצטע צייט זייט זיין טאכטער האט "חתונה" געהאט האט זי און איהר "ווייב" געקויפט א פרייוועט הויז מיט א בעקיארד. דארט האט דער סענאטאר געמאכט א גרילל וואו ער האט געבאקן טשיעז-בורגערס און פרענקס.
צווישן זיינע פרענדס און באקאנטע וואס זענען אנוועזנד געווען איז אויך געווען איינער אן עכטער גוי וואס איז א מבין אין באקן טשיעז-בורגערס. האט ער איהם געזאגט "מוסר" אז ער ווייסט נישט וויאזוי מ'באקט טשיעז-בורגערס. דער סענאטאר האט ארויפגעלייגט די טשיעז אויפ'ן בורגער גלייך אין אנהייב ווען די פלייש איז נאכנישט געווען געבאקן. און דאס איז א סכנה וועגן געזונטהייט. ווייל דאס אנטהאלט די אי-קאליי באקטעריע. מ'דארף ארויפלייגן די טשיעז ערשט ווען די בורגער איז שוין געבאקן...!
פארוואס פארצייל איך אט די טשיקאווע מעשה'לע? צו לערנען עטליכע לימודים. ערשטנס: ווי ווייט דער חשוב'ער סענאטאר האלט אין אידישקייט. און וואספארא קינדער ער האט ערצויגן.
אויך: אז ער ווייסט אפילו נישט וויאזוי צו זיין א גוי כהלכתו. כאטש ער פרובירט.
נאך א גאר זייטיגער אבער וויכטיגער לימוד: אויב חז"ל האבן פארבאטן צו עסן בשר בחלב איז א סימן אז ס'קען אויך שאטן פאר'ן געזונט.
א טשיעז-בורגער קען אפשר טעיסטן גוט. נאר דער גערוך פון פלייש מיט טשיעז איז שרעקליך. איך בין אמאל געווען אין א פעקטארי וואו א גוי האט געגעסן א טשיעז-בורגער. איך האב געשפירט זייער א מאדנע און נישט אנגענעמען גערוך. דאס איז געווען פון זיין סענדוויטש.
סענאטאר טשארלס שומער איז מקיים די "מצות היום".
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט: