חברה הצלה - ריאומבורסמענט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

חברה הצלה - ריאומבורסמענט

שליחה דורך או אינו »

פין אן הלכה פראספעקטיוו ביז עטיש גערעדט.

פארוואס יא ?
פארוואס נישט ?

911 סיסטעם אדער פריוואט ?

איך פארשטיי עס ווענדט זיך אין די קאמפאניס באזונדער, ווי למשל קרית יואל בילט שוין א לענגערע צייט פאר געוויסע סערוויסעס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ק"י הצלה האט געבילט מיין חבר'ס קאר אינשורענס מיט איבער $8,000 פאר א מיינער קאר עקסידענט ווי א קינד איז געווען אינוואלווד, וואס אדאנק דעם האט אים די אינשורענס אראפגעווארפן פין די פאליסי, אין ער האט געהאט א גרויס שאדן דארפענדיג נעמען ביי א נייע קאמפאניע פאר זייער א טייערע פרייז,

אין דאס איז שוין געווען נאכדעם וואס ער האט זיך געבעטן ביי וויטראל אז ער זאל נישט נעמען די אינשורענס אינפא, אין ער איז גרייט צי באצאלן אלע קאסטן וואס דער אמבולאנס קאסט, אבער ער האט נישט געוואלט הערן דערפין,
טיכטיגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל

שליחה דורך טיכטיגער »

פארוואס נישט און פארוואס יא?

פארוואס יא? וויאזוי זאלן זיי זיך דעקן? אבער די טענה איז נאר גילטיג אויב הערן זיי אויף בעטן נדבות און דעקן זיך בלויז פון אינשורענס.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס זיי זענען אזוי אויסגעשפראכן קעגן עזרת נשים, זעהט אויס אז חמדת הממון איז שטערקער פון חמדת נשים...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ס'איז א קאמפליצירטע נושא. מ'קען דערפון רעדן און רעדן. לדעתי איז עס א געפערליכער זאך.

די פאקט איז אז חברה הצלה האט פעסט עקזיסטירט אן דעם און ס'האט גארנישט געפעלט. יעדער ווייסט פון דער כלל אז ווער ס'באצאלט מיט דעם רעכנט מען זיך. לעת עתה דארף זיך הצלה רעכענען מיטן קאמיוניטי. ווען די אינשורענס פירמעס באצאלן וועט מען זיך רעכענען מיט די אינשורענס פירמעס....
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס זיי זענען אזוי אויסגעשפראכן קעגן עזרת נשים, זעהט אויס אז חמדת הממון איז שטערקער פון חמדת נשים...

אדער פארשטייט איר שוין אויף וואס עזרת נשים שלאגט זיך....
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

עזרת נשים האב איך שוין פארשטאנען פון פריער, פארשטייט זיך אז יעצט פארשטיי איך זיי מער..
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
געדאנקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

Re: חברה הצלה - ריאומבורסמענט

שליחה דורך געדאנקן »

WhatsApp-Image-2024-06-06-at-9.07.51-AM-696x865.jpeg
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

Re: חברה הצלה - ריאומבורסמענט

שליחה דורך דוד שריפטליך »

וואס איז די מעשה?
שטריימל באקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:50 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

Re: חברה הצלה - ריאומבורסמענט

שליחה דורך שטריימל באקס »

FWD:
עס איז ממש א בושה אז מיט א נארישע פאליטיק קען מען מאכן מיט רבנים וואס מען וויל (דאס איז איידל גערעדט) און דאס וואס גייט יעצט פאר האט ממש ממש נישט קיין פשט!!

הצלות נפשות איז א נייע הצלה וואס האט זיך געעפענט און לעיקוואד נאכדעם וואס די הצלה (וואס איז אינטער וויליאמסבורג בארא פארק. ווי זיי רופן זיך סענטראַל הצלה) האט נישט געוואלט אריין נעמען זייער אסאך מעמבער'ס ממש און קיין סיבה!!! (א רשעות וואס מען הערט ליידער זייער אסאך!!)
האט זיך געגרינדעט א נייע הצלה און לעיקוואד וואס רופט זיך הצלות נפשות. יעצט עס ווערט אסאך געפירט דורך ר' מאיר וועבער א זוהן פון ר' הערשל וועבער וואס האט געעפנט הצלה (אגב סענטראַל הצלה האט אים אויך נישט אריין גענומען.)

איז וואס טוט סענטראַל הצלה ווען מען האט א נייע בער?!?!
מען הייבט אן טערעזירן ווי עס איז נישט אזוי באקאנט האט די סענטראַל הצלה ארום געלאפן צו רבנים און ראש ישיבות און לעיקוואד און זיי אלע איבער גערעדט אז זיי זאלן עס אסר'ן (געוויסע מיט שוחד און געוויסע מיט'ן איינרעדן אז יעדער האט שוין אינטער געשריבן)

פארשפארט