ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 653
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 836 מאל

ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

אויב וואלט מען מיר געגעבן די מעגליכקייט צו טוישן איין זאך פונעם סיסטעם, וואלט איך אויסגעריסן די פארמאלע קורצע בעשוי, וואס פיל קאפלס האבן חתונה נישט וויסענדיג וואס זיי ווילן אין מערידזש בכלל און פון דעם ספאוס בפרט. און ביז וואס ווי ווען טרעפט מען זיך מיט א קינד צוויי דריי און ווען מ׳הייבט אָן כאפן אז מ׳איז סטאק :evil: מיט א מענטש וואס מאכט זיין/איר לעבן מיזרעבל, איז שוין טו לעיט!!!

_ _
שוין כ׳האב אויסגעשאסן מיין כעס... יעצט קעניך רעדן ווי א נארמאלע מענטש :P

איז אזוי.

זייט איך האב ארויסגעשטעלט מיין אימעיל בנוגע ׳טרינקען׳, האבן זיך געוואנדן צו מיר טייערע חברי השטיבל וואס ווילן זיך העלפן זה בכה וזה בכה. אבער די אישו וואס ״רוב״ חבירים ווענדן זיך צו מיר איז מאָר לעסס, ווי פאלגענד:

כ׳בין חתונה געהאט א שיינע ביסל יארן.

איך זעי איין אז מיין ווייב איז _ _ _ _ [יו נעים איט]. איך קען ממש נישט אנגיין. ס׳שטערט מיר געפערליך...

זיך גט׳ן איז נישט שייך. שוין דא אפאר קינדערלעך...

סאוי, כ׳וויל מיר טוישן (מיטן גלעזעלע טיי) אז די _ _ _ _ אישו מיט מיין ווייב זאל מיר נישט אזוי שטערן.
_

ס׳איז נישט דא די פלאץ דן צו זיין צו די טיי איז א ישועה פאר דעם אדער נישט. כ׳וויל נאר אויפמערקן אז פיל מאל באמערק איך אז דער פרוי איז סיריעס חולה, ווי למשל א קאנטראל פריעק, פערסאנאלעטי דיסארדער וכדו׳ און דער מאן וויל ״זיך״ גאר טוישן...

ס׳גראדע עכט שיין פון אים :)

אגב; איז דא זייער אסאך מאל וואס דער מאן דארף פשוט ווערן אינערליך ׳שטערקער׳ מער אויפגעבויעט מיט סעלף עסטיעם וכדו׳ און דאן געשעט ערנסטע פאזעטיווע טשעינדזשעס ביי איר בס״ד. (די זעלבע איז אויך פארקערט מאן/פרוי, כ׳רעד נאר פון די פעלער וואס איך האב געהערט).

עכ״פ. האביך געזען אז ס׳איז א צרת רבים וחצי נחמה.

און כדי עס צו נעמען א סטעפ פאראויס. האביך אוועקגעשטעלט א ״סופארט-גרופ״ אויף סאשעל מידיע און ווי אויך ׳לייוו׳ פון צייט צו צייט. ווי אינגעלייט אין דעם סיטואציע האלטן זיך צוזאם, זענען זיך מחזק און העלפן איינער דעם אנדערן...!

סאוי, דער אשכול איז אן ״אינוויטאציע״ פאר דיר. אז אויב דו טראכסט אז דו קענסט אויך בענעפיטן פון דעם גרופ דאן ביזטו מאָר דען וועלקאם.

שיק מיר א אימעיל אדער אין אישי (דאס האט גארנישט קיין שייכות מיטן טיי).

וחפץ ה׳ בידינו יצליח!
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com

דער אשכול פארמאגט 99 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר