ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

הילף, עצות און טיפס
whatever
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 04, 2023 3:42 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re:

שליחה דורך whatever »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 3:24 pm איך בין מציע אז מ׳זאל מאכן אן אפיציעלע ליסט פון טאפיקס פארן בחור און מיידל, זיי צו גיידן פון וואס צו רעדן ביי די בעשוי.

וואס האלטן ענק, ס׳איז א מהלך? ס׳קען ארבייטן/אויפטון?
ס'איז זיכער אז אויב מ'רעדט זאכליכע זאכן, איז עס אביסל מער ערערענסט ווי סתם א בחור און א מיידל זיצן זיך קעגן איבער איינעם דעם צווייטען
ביי מיין צווייטע (!) בעשוי, האט מען מיר אנגעזאגט אז איך זאל רעדן וועגן די צודעק אויפ'ן שייטל... זי האט שוין לאנג געטוישט זייט דעמאלטס, אבער ס'האט געשטעלט די טאון אז דא זיצן ערענסטע מענטשן וואס גייען מאכן א לייף דיסישען
מיין אישי ארבעט נישט, מ'קען מיך אימעיל'ן k32158734@gmail.com
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך שאלתיאל »

איך וויל אביסל אויסקלארן מיינע מחשבות איבער דעם נושא:

איך ווייס נישט צו די קורצע בעשוי איז די נקודה אויף וואס מען דארף פאקוסען ווען מען רעדט פון די פראבלעם פון נישט צוגעפאסטע קאפלעך.

מען רעדט דא פון ארום 20- יעריגע בחורים/מיידלעך וואס האבן נאכנישט אוועקגעשטעלט זייער פערסאנעליטי, זיי קענען נישט זיך אליינס און האבן א קנאפן מושג וואס זיי ווילן באמת פון לעבן. אפילו אויב זיי ווייסן יא וואס זיי ווילן וועט זיך עס בדר"כ טוישן אין די קומענדיגע יארן (ביי איינער מער ביי איינער ווייניגער). צו טראכטן אז די יונגע קינדער קענען אויסגעפינען צו די מדוברת איז צוגעפאסט צו זיי און צו זי איז דאס איין און איינציגסטע בת זוג מיט וואס ער/זי וועלן לעבן פון יעצט ביז די 120 גליקליך און צופרידן און אז די מערידזש זאל טאקע מצליח זיין איז גאנץ אבסורד און נישט ריאליסטיש.
צולייגן נאך מיטונגען און זיך טרעפן פאר א לענגערע תקופה וועט נישט העלפן קיין סאך, חוץ פון פעיקן און שמייכלען איינס צום אנדערן וועט דאס נישט העלפן צו מברר זיין באמת איינער פארן אנדערן אויך נישט צושטעלן א ליסט מיט נושאים צו אויסשמועסן.

איז וואס טוט מען אז א אינגערמאן זאל זיך נישט טרעפן א שטיק צייט נאכן חתונה סטאק מיט א פרוי וואס ער קען נישט ליידן און מיט וועלכע ער וואלט קיינמאל נישט חתונה געהאט מלכתחילה ווען ער קען זיך אדער איר בעסער?

איך מיין אז די לעזונג וועט נישט קומען דורך פראבירן פארבעסערן די פראצעדור אליין פון זיך באקענען אין שידוכים ביים יונגן עלטער. מען דארף אנערקענען אז חתונה האבן יונג מיט איין פרוי פאר א גאנץ לעבן וועט אייביג אויסשטיין די ריסק פון קריצונגען שפעטער. די איינציגסטע ברירות וואס איז דא איז:
1. אדער נארמאליזירן חתונה האבן אין א שפעטערדיגער עלטער ווען מען איז מער רייף און נאכן זיך סעטלן בדעת במחשבה ובמעשה.
2. אדער נארמאליזירן בירט קאנטראל און האבן קינדער שפעט + נארמאליזירן די אפציע זיך צו גט'ן אויב מען געפינט אויס אז מען איז נישט צוגעפאסט. איך קען נישט די דאטא אבער איך מיין אז די סעקאנד מערידזש קאפלעך זענען אסאך מער סוקסעספול ווי די ערשטע. און ס'איז נאטורליך אזוי.

ביידע זענען טוישונגען וואס איז לכאורה נישט ריאליסטיש אבער אן אנדערע לעזונג איז לדעתי נישטא.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך yesiknow »

זייער שיין ארוסגעברנגט שאלתיאל,אפשר האבען צוויי אויפאיינמאל (לשיטתך אז מען נארמאלאזיררען וואס עס פעלט אויס) וועלען זיי פיין ביהעבען...
זיי וועלען זיך פיין צושטעלען והכל על מקומו יבוא בזמנו ובעתו .
זיי זאגען די צווייטע מעריטש איז געווענליך נישט בעסער
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך איך אויך »

זאגסט דאך אז די עצה איז מען זאל האבען די ערשטע מיט די צווייטע running concurrently.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך ים של שלום »

א גאסט אויף א וייל האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 1:05 am מען קען מיינען אז דער מאדערן ארטאדאקס אדער גוי וואס קען איעדע פרעקל פון זיין ווייב'ס גוף נאך פאר די חתונה האט א בעסערע לעבן ווייל ער האט געהאט א 250 יאריגע בעשוי....

עס האט זילטש מיטן בעשוי. מערידזש פארלאנגט שווערע ארבעט אויף זיך, און ליידער היינט איז א באקוועמע וועלט מיט אסאך חולי נפש, עס איז זייער שווער. קיינער וויל נישט אינוועסטירן אין זייער מערידזש וואס עס רעקווייערט. נאר משיח קען דא העלפןַ
משיח קען אויך נישט העלפן..... עבודת המידות קען העלפן.
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך ים של שלום »

שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 1:09 am די שאלה איז נאר וויפיל פראצענט לעבן דארטן מער צופרידן ווי אונז נאכן אנטרעפן א מער צוגעפאסטן פאר? עס לאזט זיך זאגן מסברה אז די פראצענטן זענען דארטן העכער. וכל המציל נפש אחת מישראל...


איך בין נישט זיכער אז עס איז מסברה
הלוואי עס וואלט געווען א וועג דאס אויסצוגעפינען
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך דערהויבענע איד »

ים של שלום האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:06 pm
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 1:09 am די שאלה איז נאר וויפיל פראצענט לעבן דארטן מער צופרידן ווי אונז נאכן אנטרעפן א מער צוגעפאסטן פאר? עס לאזט זיך זאגן מסברה אז די פראצענטן זענען דארטן העכער. וכל המציל נפש אחת מישראל...


איך בין נישט זיכער אז עס איז מסברה
הלוואי עס וואלט געווען א וועג דאס אויסצוגעפינען
סברא זאגט אז ווען איינער קוקט א הויז פארן קויפן טוט ער די ריכטיגע זאך.

דארפסט א פראפעשענעל סורוועי דאס צו פעסטשטעלן?
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך ים של שלום »

ווען איינער קויפט א הויז ווייסט ער וואס ער זוכט. א אכצן אדער צוואנציג יעריגע בחור אדער מיידל האבן נישט קיין אהנונג ווער זיי זענען אדער וואס זיי ווילן.
באניצער אוואטאר
מנחם מנדל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך מנחם מנדל »

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p5171591
זבולון ווייס האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:19 am
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 11:21 pm איך מיין אז מען דארף ריסטראקשערן די שידוכים פראסעס, בחורים (און מיידלעך) ווייסן היינט וואס זיי זוכן, די טאטע שוין נישט...
ס'איז נאר גאר אינטערסאנט אז ביי די ליטווישע וואס דארט זענען טאקע די הויפט מיינונג ביים שידוך דער בחור און מיידל זעלבסט, און דער בחור איז שוין בא בשנים מיט א דעה צלולה, און איז שוין ארויסגעגאנגען כמה פעמים מיט די מדוברת צו מאכן זיכער אז זי איז טאקע די זאך, וואלט דאך דארט די גיטין ראטע געברויכט צו זיין אסאך נידריגער. און למעשה איז פארקערט... וואס איז פשט דערפון?

יעצט לאמיר גיין נאך ווייטער, ביי די נאך שוואכערע אידן וואס דארט איז מען שוין אסאך מער עוסק אין שידוכים און טאקע אליינס אן די עלטערן, איז די גיטין ראטע נאך העכער, און ביי להבדיל אלף אלפי הבדלות די גוים, וואס דארט האבן די עלטערן קיין שום ווארט ביי די נושא, און זיי האבן שוין בכלל נישט קיין תורה, דארט איז די דיווארס ראטע ממש האר אויפשטעלנדע נומערן, און די שאלה איז, לכאורה וואלט געדארפט זיין קאפויער, פונקט פארקערט. ביי די גוים וואלט מען זיך די ווייניגסטע געדארפט צוטיילן, און ביי די היימיש פרומע חסיד'ישע אידן וואלט חלילה געדארפט זיין די מערסטע, און גאר ביי זיי איז די ווייניגסטע?

נאר דער ענטפער איז, דער ערליכער תורה'דיגער פרומער וועג איז דאס מערסטע פארזיכערט ווי סיי וועלכער וועג אין די וועלט. פינטל.

די גיטין העכערונג איז הויפטזעכליך צוליב מאנגל אין מדות, צוליב דעם גרויסן פזרנות, צוליב די באקוועמליכקייט פון דור, וישמן ישורון ויבעט. גארנישט עפעס אנדערש.

און זיכער, עלטערן דארפן קענען פארקוקן ביי שידוכים, און זיין אמת'דיג. דאס איז אויך א מדות נושא.
אינטרעסאנט צו הערן וואס די עולם זאגט אויף די תגובה..
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך ים של שלום »

ער איז זייער גערעכט. די עיקר פראבלעמען זענען א מאנגל אין מדות און צוליב די באקוועמליכקייט פון דור. אינטייטעלמענט בלע"ז. אלע אנדערע פראבלעמען זענען [אויך אמת אבער] Secondary
באניצער אוואטאר
מנחם מנדל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך מנחם מנדל »

איך ווייס נאר נישט צו די סטאטיסטיק אז ביי די ליטווישע גט מען זיך מער איז וואר...

איינער ווייסט? וואלט געווען אינטרעסאנט צו הערן...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך שמעקעדיג »

ים של שלום האט געשריבן:
א גאסט אויף א וייל האט געשריבן: מערידזש פארלאנגט שווערע ארבעט אויף זיך, און ליידער היינט איז א באקוועמע וועלט מיט אסאך חולי נפש, עס איז זייער שווער. קיינער וויל נישט אינוועסטירן אין זייער מערידזש וואס עס רעקווייערט. נאר משיח קען דא העלפןַ

משיח קען אויך נישט העלפן..... עבודת המידות קען העלפן.

ער רעדט לכאו' פון די חלק פון "חולי נפש", אויף דעם קען משיח העלפן...
אבער יא, עבודת המדות איז דער שליסל, עס פעלט שטארק די עבודה! די באקוועמע וועלט איז אויך א שטארקע פאקטאר, און צומאל אידישקייט דיפערענצן אויכעט.
וירח ה' את ריח הניחוח
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך שפילער »

מנחם מנדל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 1:12 am איך ווייס נאר נישט צו די סטאטיסטיק אז ביי די ליטווישע גט מען זיך מער איז וואר...

איינער ווייסט? וואלט געווען אינטרעסאנט צו הערן...
אדער יא אדער ניין
מסתם זאגט מען ביי זיי אז ביי חסידים גט מען זיך סך שנעלער
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך שמן למאור »

ים של שלום האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:46 am ווען איינער קויפט א הויז ווייסט ער וואס ער זוכט. א אכצן אדער צוואנציג יעריגע בחור אדער מיידל האבן נישט קיין אהנונג ווער זיי זענען אדער וואס זיי ווילן.
ס'איז אפשר שווער צו וויסן וואס מען וויל, אבער ס'איז גרינגער צו וויסן וואס מען וויל זיכער נישט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

מנחם מנדל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:54 am https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p5171591
זבולון ווייס האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:19 am
את פתח לו האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 11:21 pm איך מיין אז מען דארף ריסטראקשערן די שידוכים פראסעס, בחורים (און מיידלעך) ווייסן היינט וואס זיי זוכן, די טאטע שוין נישט...
ס'איז נאר גאר אינטערסאנט אז ביי די ליטווישע וואס דארט זענען טאקע די הויפט מיינונג ביים שידוך דער בחור און מיידל זעלבסט, און דער בחור איז שוין בא בשנים מיט א דעה צלולה, און איז שוין ארויסגעגאנגען כמה פעמים מיט די מדוברת צו מאכן זיכער אז זי איז טאקע די זאך, וואלט דאך דארט די גיטין ראטע געברויכט צו זיין אסאך נידריגער. און למעשה איז פארקערט... וואס איז פשט דערפון?

יעצט לאמיר גיין נאך ווייטער, ביי די נאך שוואכערע אידן וואס דארט איז מען שוין אסאך מער עוסק אין שידוכים און טאקע אליינס אן די עלטערן, איז די גיטין ראטע נאך העכער, און ביי להבדיל אלף אלפי הבדלות די גוים, וואס דארט האבן די עלטערן קיין שום ווארט ביי די נושא, און זיי האבן שוין בכלל נישט קיין תורה, דארט איז די דיווארס ראטע ממש האר אויפשטעלנדע נומערן, און די שאלה איז, לכאורה וואלט געדארפט זיין קאפויער, פונקט פארקערט. ביי די גוים וואלט מען זיך די ווייניגסטע געדארפט צוטיילן, און ביי די היימיש פרומע חסיד'ישע אידן וואלט חלילה געדארפט זיין די מערסטע, און גאר ביי זיי איז די ווייניגסטע?

נאר דער ענטפער איז, דער ערליכער תורה'דיגער פרומער וועג איז דאס מערסטע פארזיכערט ווי סיי וועלכער וועג אין די וועלט. פינטל.

די גיטין העכערונג איז הויפטזעכליך צוליב מאנגל אין מדות, צוליב דעם גרויסן פזרנות, צוליב די באקוועמליכקייט פון דור, וישמן ישורון ויבעט. גארנישט עפעס אנדערש.

און זיכער, עלטערן דארפן קענען פארקוקן ביי שידוכים, און זיין אמת'דיג. דאס איז אויך א מדות נושא.
אינטרעסאנט צו הערן וואס די עולם זאגט אויף די תגובה..

איה״נ אז פאר לאמיר זאגן לערך 99% פון מערידזשעס, פעלט אויס ׳קאמיטמענט׳ עבודת המדות וכו׳, אפילו מ׳האט געטון די שידוך אויף די אייגענע בחירה, נאכן אריינפאלן אין ליבע וכדו׳. און טאקע דאס איז די סיבה פון די הויכע גיטין ראטע ביי נישט חסידים, ווייל זייער צוגאנג צו מערידזש איז אז ס׳דארף זיין בלויז האניג, און פון עני קליינע שוועריקייט ווערן זיי דיסעפוינטעד און פון דארט הייבטסעך אָן די דאון ספיירעל ביז א גט ה״י.

יעצט, מוז מען לכאורה מודה זיין אז טאקע באופן כללי, איז דער חסידישע מהלך די בעסטע. אבער למעשה, געשעט זייער אפט אז מ׳פאלט אריין בלא יודעים מיט א שידוך וואס ווי שווער דו זאלסט נאר ארבייטן עס צו מאכן ארבייטן וועט עס נישט גיין. האביך געהערט אמאל דער טעראפיסט ר׳ מרדכי וויינבערגער עס אנרופן א ״דעדט סענטענס פאָר לייף״. ועל זה אנו דנים כאן...

אונז דארפן אפשר נישט נאכמאכן די ליטפישע, אבער עפעס א טשעינדזש עס צו עוואוידען מוז מען טון. מאי שנא פון די ׳דור ישרים׳ טעסטס וואס מ׳טוט אזוי ערליך? א שטוב ווי טאטע מאמע פארשטייען זיך נישט אדער קריגן זיך עפעקט עס אימאשענלי די קינדער טיף טיף... ל״ע

און פאר די וואס זענען שוין ׳סטאק׳, איז די אשכול געווידמעט - זיך מחזק זיין און סופארטן ווי ווייט מעגליך...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך berlbalaguleh »

בתוך עמי: ס'איז דא א ווערטל אין די אמעריקאנער קולטור...אויב איינער געט דיר א לעמאן, מאך לעמאנעיד דערפון.

דער נמשל איז אויב איינער פאלט (ח"ו) אריין מיט א שידוך. סיי דער מאן אדער די פרוי. זאל ער פרובירן צו פארבעסערן דעם מצב.

אין לשה"ק (כ'מיין ס'איז א פסוק אין נ"ך שופטים ביי שמשון הגיבור) איז דא אן ענליך ווארט...מעז יצא מתוק...!

דער גרויסער אידיש שרייבער חיים גראדע ברענגט אן ענליכע מעשה. אין דעם קאפיטל..."לייבע לייזער'ס הויף"...איבער א פרוי וועלכע איז אריינגעפאללן מיט א מאן א צרה'לייט. זי האט אסאך געליטן פון זיינע שטיק. די שכנים האבן איהר גע'עצה'ט אז זי זאל זיך גט'ן. זי האט אבער נישט געוואלט. ווייל די סטיגמע פון האבן דעם צונאמען (כלשונה) "גרושה" איז געווען צו שווער פאר איהר. האט זי ענדערש געליטן.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: Re:

שליחה דורך מילך טראק »

א גוט יאר האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:28 am
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:20 am
א גוט יאר האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:28 am און איך לעב ב"ה זייער גוט מיט מיין ווייב

לאקי יו!
איך וויל דו זאלסט וויסען צו עפרישיעטן אז דו האסט זוכה געווען צו א ריכטיגע אשת חיל.

עספעשעלי דארפסטו זיין דאנקבאר צו איר אז זי לאזט דיר גיין אויף ק״ש... :)
ווער זאגט דיר זי ווייסט?
די האסט געהארגט די גאנצע זאך .
אויב קענסטו נישט זיין אפען מיט דיין ווייב האסטו נישט גוט חתונה געהאט.

אויף שלום בית קען מען ארבטען אבער אויף א גוטע מערידש קען מען נישט ארבטען,

ווען מען דעיט לענגער קען מען זעהן אויב ביידע האבן די זעלבע שאיפות אין לעבען , אויב מען דעיט א האלבע שעה קען מען בכל נישט וויסן ,סקען טאקע פונקט געלונגען, אבער איך מיין די עולם וואס איז צופרידן האט נישט קיין אנוג וואס מערידש מיינט
אתרוגים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:11 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך אתרוגים »

מנחם מנדל האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:45 am לדעתי איז די פוינט נישט אזוי ווייט די בעשוי, ווי לאנג עס איז, אין וויפעל, טייל וועלן לאזן זייערע קינדער אפילו האבן פינעף בעשוי'ס אבער קיין פרייע באשלוס וועט מען אים נישט געבן.

פארשטייצעך די טאטע מאמע וועלן זאגן עס איז דיין באשלוס...
אבער די בחור ווייסט גאנץ קלאר אז ער האט גאנץ א קנאפע ווארט דא ווי כאילו עס איז נישט זיין לעבנ'ס באשלוס...

וויאזוי גייט די ווערטעל, א טאטע מאמע שטיפן אריין דעם בחור'ל אין קאר צום בעשוי, דער בחור פרעגט , טאטי ווי גייט מען? נאכאיינמאל די פרעגסט קומסטע נישט מיט ענטפערט די טאטע מיט רעגעניש...

אין די וועג וויאזוי מען טוט עס איז קודם מיט ברעינוואזשינג פין די מאמע, אז דאס איז די בעסטע מיידל פין בית רחל, אבער מאמי זי איז נישט אזוי שיין זי איז אביסל גראב... די ביסט אינגאנצען משוגע וואס ווייסטו א תמימות'דיגע בחור'ל וואס שיין מיינט... ביסט נאריש דאס איז דאך די בעסטע שידוך..
פארשטייצעך אויפן וועג צום בעשוי רופט שוין די מאמע אלע קאנטרי פרענדס אז זי טוט א שידוך מיט טראני גאלדבערגער...

אין באמס מזל טוב, נאך פאר וואס טרעפט ער זיך מיט צוויי פיצלעך וואס וויינען אין עפעס א פרוי וואס ער קען נישט אנקוקן..
די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן אין קאממען איז אז ביידע רעדן אידיש..

אין אזוי ווערן טעגליך אומשולדיגע לעבנס חרוב ונחרב.
און אויב די בחור וואלט איהר נישט גענומען, וואלט א צווייטע איהר געמוזט נעמען, אדער וואלט די מיידל געבליבן סינגל פאר אייביג.
א צווייטע וואלט איהר אויך נישט געוואלט וועגן די לוקס.
מער קוקן נישט אויס גוט ווי יא.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: Re:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מילך טראק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:00 am
א גוט יאר האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:28 am
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:20 am
א גוט יאר האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:28 am און איך לעב ב"ה זייער גוט מיט מיין ווייב

לאקי יו!
איך וויל דו זאלסט וויסען צו עפרישיעטן אז דו האסט זוכה געווען צו א ריכטיגע אשת חיל.

עספעשעלי דארפסטו זיין דאנקבאר צו איר אז זי לאזט דיר גיין אויף ק״ש... :)
ווער זאגט דיר זי ווייסט?
די האסט געהארגט די גאנצע זאך .
אויב קענסטו נישט זיין אפען מיט דיין ווייב האסטו נישט גוט חתונה געהאט.

אויף שלום בית קען מען ארבטען אבער אויף א גוטע מערידש קען מען נישט ארבטען,

ווען מען דעיט לענגער קען מען זעהן אויב ביידע האבן די זעלבע שאיפות אין לעבען , אויב מען דעיט א האלבע שעה קען מען בכל נישט וויסן ,סקען טאקע פונקט געלונגען, אבער איך מיין די עולם וואס איז צופרידן האט נישט קיין אנוג וואס מערידש מיינט
נאר זיי געפונען אויס שפעטער.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך berlbalaguleh »

אתרוגים האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 4:18 am
מנחם מנדל האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:45 am לדעתי איז די פוינט נישט אזוי ווייט די בעשוי, ווי לאנג עס איז, אין וויפעל, טייל וועלן לאזן זייערע קינדער אפילו האבן פינעף בעשוי'ס אבער קיין פרייע באשלוס וועט מען אים נישט געבן.

פארשטייצעך די טאטע מאמע וועלן זאגן עס איז דיין באשלוס...
אבער די בחור ווייסט גאנץ קלאר אז ער האט גאנץ א קנאפע ווארט דא ווי כאילו עס איז נישט זיין לעבנ'ס באשלוס...

וויאזוי גייט די ווערטעל, א טאטע מאמע שטיפן אריין דעם בחור'ל אין קאר צום בעשוי, דער בחור פרעגט , טאטי ווי גייט מען? נאכאיינמאל די פרעגסט קומסטע נישט מיט ענטפערט די טאטע מיט רעגעניש...

אין די וועג וויאזוי מען טוט עס איז קודם מיט ברעינוואזשינג פין די מאמע, אז דאס איז די בעסטע מיידל פין בית רחל, אבער מאמי זי איז נישט אזוי שיין זי איז אביסל גראב... די ביסט אינגאנצען משוגע וואס ווייסטו א תמימות'דיגע בחור'ל וואס שיין מיינט... ביסט נאריש דאס איז דאך די בעסטע שידוך..
פארשטייצעך אויפן וועג צום בעשוי רופט שוין די מאמע אלע קאנטרי פרענדס אז זי טוט א שידוך מיט טראני גאלדבערגער...

אין באמס מזל טוב, נאך פאר וואס טרעפט ער זיך מיט צוויי פיצלעך וואס וויינען אין עפעס א פרוי וואס ער קען נישט אנקוקן..
די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן אין קאממען איז אז ביידע רעדן אידיש..

אין אזוי ווערן טעגליך אומשולדיגע לעבנס חרוב ונחרב.
און אויב די בחור וואלט איהר נישט גענומען, וואלט א צווייטע איהר געמוזט נעמען, אדער וואלט די מיידל געבליבן סינגל פאר אייביג.
א צווייטע וואלט איהר אויך נישט געוואלט וועגן די לוקס.
מער קוקן נישט אויס גוט ווי יא.
נישט אינגאנצן: דו דראמאטיזירסט עס צו שטארק. ס'א ביסל איבערגעטריבן.
באניצער אוואטאר
א גוט יאר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 417
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:23 am
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

Re: Re:

שליחה דורך א גוט יאר »

מילך טראק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 3:00 am
א גוט יאר האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:28 am
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 11:20 am
א גוט יאר האט געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2024 10:28 am און איך לעב ב"ה זייער גוט מיט מיין ווייב

לאקי יו!
איך וויל דו זאלסט וויסען צו עפרישיעטן אז דו האסט זוכה געווען צו א ריכטיגע אשת חיל.

עספעשעלי דארפסטו זיין דאנקבאר צו איר אז זי לאזט דיר גיין אויף ק״ש... :)
ווער זאגט דיר זי ווייסט?
די האסט געהארגט די גאנצע זאך .
אויב קענסטו נישט זיין אפען מיט דיין ווייב האסטו נישט גוט חתונה געהאט.

אויף שלום בית קען מען ארבטען אבער אויף א גוטע מערידש קען מען נישט ארבטען,

ווען מען דעיט לענגער קען מען זעהן אויב ביידע האבן די זעלבע שאיפות אין לעבען , אויב מען דעיט א האלבע שעה קען מען בכל נישט וויסן ,סקען טאקע פונקט געלונגען, אבער איך מיין די עולם וואס איז צופרידן האט נישט קיין אנוג וואס מערידש מיינט
איך כאפ נישט,
פון ווי דארף מיין ווייב וויסן אז ס'דא א וועבסייט קאווע שטיבל?
און אויב ווייסט זי יא, פארוואס זאל עס איר שטערן?
זי ווייסט אז איך בין אויף אייוועלט, איך בין טאקע דארט! זי האט נישט קיין פראבלעם דערמיט.
מיין ווייב ווייסט אויך אז איך פארברענג אויף יוטוב, ס'גייט איר נישט אן.
אויב גיי איך נישט מיטטיילן מיט איר פינקטלעך וועלכע ווידיא איך קוק, דאן הייסט דאס אז איך באהאלט עפעס פון איר???
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך זאקן »

די שאלה איז צו זי ווייסט נישט אז די ביסט אויף קאווע שטיבל וועגן די מאכסט זיכער אז זי זאל נישט וויסן אדער וויבאלד די זאגסט איר נישט יעדן טאג א רעפארט וועלכע וועבסייט די קוקסט, איך האב אויך נישט געזאגט אז איך שרייב אויף קאווע שטיבל אבער איך האב עס קיינמאל נישט באהאלטן פון איר, זי האט שוין אסאך מאל געזעהן קאווע שטיבל אפען אויף מיין פאון און איך זאג איר איבער זאכן פון קאווע שטיבל אפאר מאל אין איך זאג איר אז ס׳קומט פון קאווע שטיבל סוי איך גלייב זי ווייסט אז איך בין דא.
יקנהז
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2024 12:45 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

Re: ביזטו אויך א וויקטעם פונעם האלבן שעה בעשוי? (סופארט גרופ)

שליחה דורך יקנהז »

פון וואו דארף א פרוי צו וויסן אז ק"ש אז עפ"י סיסטעם א פראבלעמאטישע פלאץ?
פארשפארט