מנחם מנדל האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 19, 2024 12:54 am
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 1#p5171591זבולון ווייס האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 18, 2024 11:19 am
את פתח לו האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 17, 2024 11:21 pm
איך מיין אז מען דארף ריסטראקשערן די שידוכים פראסעס, בחורים (און מיידלעך) ווייסן היינט וואס זיי זוכן, די טאטע שוין נישט...
ס'איז נאר גאר אינטערסאנט אז ביי די ליטווישע וואס דארט זענען טאקע די הויפט מיינונג ביים שידוך דער בחור און מיידל זעלבסט, און דער בחור איז שוין בא בשנים מיט א דעה צלולה, און איז שוין ארויסגעגאנגען כמה פעמים מיט די מדוברת צו מאכן זיכער אז זי איז טאקע די זאך, וואלט דאך דארט די גיטין ראטע געברויכט צו זיין אסאך נידריגער. און למעשה איז פארקערט... וואס איז פשט דערפון?
יעצט לאמיר גיין נאך ווייטער, ביי די נאך שוואכערע אידן וואס דארט איז מען שוין אסאך מער עוסק אין שידוכים און טאקע אליינס אן די עלטערן, איז די גיטין ראטע נאך העכער, און ביי להבדיל אלף אלפי הבדלות די גוים, וואס דארט האבן די עלטערן קיין שום ווארט ביי די נושא, און זיי האבן שוין בכלל נישט קיין תורה, דארט איז די דיווארס ראטע ממש האר אויפשטעלנדע נומערן, און די שאלה איז, לכאורה וואלט געדארפט זיין קאפויער, פונקט פארקערט. ביי די גוים וואלט מען זיך די ווייניגסטע געדארפט צוטיילן, און ביי די היימיש פרומע חסיד'ישע אידן וואלט חלילה געדארפט זיין די מערסטע, און גאר ביי זיי איז די ווייניגסטע?
נאר דער ענטפער איז, דער ערליכער תורה'דיגער פרומער וועג איז דאס מערסטע פארזיכערט ווי סיי וועלכער וועג אין די וועלט. פינטל.
די גיטין העכערונג איז הויפטזעכליך צוליב מאנגל אין מדות, צוליב דעם גרויסן פזרנות, צוליב די באקוועמליכקייט פון דור, וישמן ישורון ויבעט. גארנישט עפעס אנדערש.
און זיכער, עלטערן דארפן קענען פארקוקן ביי שידוכים, און זיין אמת'דיג. דאס איז אויך א מדות נושא.
אינטרעסאנט צו הערן וואס די עולם זאגט אויף די תגובה..
איה״נ אז פאר לאמיר זאגן לערך 99% פון מערידזשעס, פעלט אויס ׳קאמיטמענט׳ עבודת המדות וכו׳, אפילו מ׳האט געטון די שידוך אויף די אייגענע בחירה, נאכן אריינפאלן אין ליבע וכדו׳. און טאקע דאס איז די סיבה פון די הויכע גיטין ראטע ביי נישט חסידים, ווייל זייער צוגאנג צו מערידזש איז אז ס׳דארף זיין בלויז האניג, און פון עני קליינע שוועריקייט ווערן זיי דיסעפוינטעד און פון דארט הייבטסעך אָן די דאון ספיירעל ביז א גט ה״י.
יעצט, מוז מען לכאורה מודה זיין אז טאקע באופן כללי, איז דער חסידישע מהלך די בעסטע. אבער למעשה, געשעט זייער אפט אז מ׳פאלט אריין בלא יודעים מיט א שידוך וואס ווי שווער דו זאלסט נאר ארבייטן עס צו מאכן ארבייטן וועט עס נישט גיין. האביך געהערט אמאל דער טעראפיסט ר׳ מרדכי וויינבערגער עס אנרופן א ״דעדט סענטענס פאָר לייף״. ועל זה אנו דנים כאן...
אונז דארפן אפשר נישט נאכמאכן די ליטפישע, אבער עפעס א טשעינדזש עס צו עוואוידען מוז מען טון. מאי שנא פון די ׳דור ישרים׳ טעסטס וואס מ׳טוט אזוי ערליך? א שטוב ווי טאטע מאמע פארשטייען זיך נישט אדער קריגן זיך עפעקט עס אימאשענלי די קינדער טיף טיף... ל״ע
און פאר די וואס זענען שוין ׳סטאק׳, איז די אשכול געווידמעט - זיך מחזק זיין און סופארטן ווי ווייט מעגליך...