דער אייוועלט אשכול

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
באניצער אוואטאר
מנחם מנדל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך מנחם מנדל »

שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:10 pm מענטשן האבן ריזיגע דאגות

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69406פ
פלעין זאגן? ער ברויך אים דערלאנגן צוויי פעטש וואס ער זאל געדענקען א גאנץ לעבן...

דאס האט מען געטון ווען איך בין געווען א אינג בחור.
הכנה דרבה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך הכנה דרבה »

שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:10 pm מענטשן האבן ריזיגע דאגות

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69406פ
כ'בין אזוי אינספערירט געווארן פונעם אשכול אז פון היינט און ווייטער וועל'ך גיין אין גאס אהן גלעזער, חלילה נישט נכשל ווערן מיט
1. ראיית גוים (גזירה לאיסור הסתכלות בפני רשע)
2. ראיית אנשים (גזירה למשקפיים במקוה)
3. ראיית נשים (גזירה להסתכלות לשם הנאה)
4. ראיית בחורים (גזירה למין במינו שאינו בטל)
5. ראיית ילדים (גזירה להסתכלות המביא לידי הרהור המביא לידי איסור משחק עם ילדים)

וואס זאלעך טוהן אז ביים טיר פון ביהמ"ד האבעך געזעהן א בחור'ל ארויסגיין אין גאס אהן אויסטוהן די גלעזער!
זאלעך עם פריוואט אריין רופן און עם מסביר'ן בדרכי נועם?
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

זאלן קיאסקן בלאקן אייוועלט?

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

ברדלס האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:40 pm אין די הבדלה בליצן פון דעם חודש אייר איז געווען געדרוקט א הארציגע בריוו פון א חשובע יונגערמאן וואס זיצט אין כולל על התורה ועל העבודה, און איז אריין אין קיאסק טשעקן זיין אימעיל און ערלעדיגן עפעס, אז ער איז שוין דארט געווען האט ער שוין געכאפט א בליק אין די אויסגעהאלטענע סייט, וואס איז פול מיט נייעס און קליפס, און האט זיך געטראפן פארשווענדן שעות ארוכות און אויסגעהארעוועטע געלטער, פאר נארישע גוי'אישע קליפס און שטותימ'דיגע נייעס און טענה'רייען.

דאס איז נישט די איינציגע פאל, אין די לעצטערע וואכן איז געווען עטליכע אזוינע בריוון, סיי אין יעזורו און אין אנדערע פלעצער, דאס ווייזט אז ס'איז א פארשפרייטע מכת מדינה.
היינטיגע טעג זענען די קיאסקן פארשפרייט אל אווער די פלעיס, די חשובע כולל יונגעלייט ברויכן אריינגיין ערלעדיגן זייערע זאכן, און אנשטאט דער יונגערמאנ'ס מוח זאל זיין פארנומען מיט די סימנים און שו"ע און/אדער פירצת הדור איז ער בקי בכל שבילי דאייוועלט כחד מנן.

וואס איז די סעלושן?

זאגן פאר א יונגערמאן, קוק נישט אייוועלט, איז זייער שווער. ער זיצט סיי ווי דארט אויף א באקוועמע בענקל, א גרויסע סקרין און שיינע מוזיק. ער וויל נאר געבן איין בליק וואס טוט זיך. און מען פארט אריין אומוועלנדיג. מ'קען אפשר מאכן קבלות מיט גורלות... אבער כ'מיין ס'איז נישט אזוי געשמאק...

זאל'ן די פילטערס פארמאכן אייוועלט? ווילאנג ס'איז אן אויסגעהאלטענע סייט און ראטעוועט מענטשן פון זען פיל ערגערס, ווייס איך נישט ווער ס'נעמט אזוינס אויף זיך.

זאל מען פארשפארן די קיאסקן? קענען דאך מענטשן קויפן ח"ו קווין פאונס צו זען זייערע אימעילס... ערנסט גערעדט, מענטשן דארפן עס האבן, און למעשה איז דאס דער זאך וואס האלט אפ אסאך מענטשן פון האבן אינטערנעט און שטוב, און ווילאנג ס'האט א גוטע פילטער, קען מען נישט זאגן עס צוצושפארן.

וואס יא, מ'קען פשוט זאגן פאר די פילטערס זאלן בלאקן אייוועלט פון די קיאסקן...
די אלע מענטשן וואס דארפן קוקן אייוועלט לצורך פרנסה האבן סיי ווי אייגענע דעווייסעס. די מענטשן וואס זיצן אין קיאסקן ווילן זיך שפאר געלט, און ס'זאל זיי נישט אריינקאסטן אין די הויזן.
די פראבלעם איז נאר אז די קיאסקן ווילן נישט דערלייגן קיין געלט... אבער כ'מיין ס'איז אויך פאר זייער טובה, אז מען זאל פשוט אויפהערן האקן אויף די קיאסקן, ווייל ווי מער יונגעלייט און בחורים ווערן פארכאפט אין שוואוילטאג און צייט אויסברענעריי, גייט דאס גורם זיין מער צו האקן אויף זיי.

גראדע איז דא א קיאסק אין וומב"ס וואס האט לעצטנס איינגעפירט פילטער לעוולס, מען קען אויסוועלן וועלכע לעוול פילטער מען זאל האבן, און די דיפאולט לעוול לאזט נישט קיין ענטערטעימענט. מען קען עס אליינס אנשטעלן די ערשטע מאל, און שפעטער דארף עס שוין די מענטש טוישן. ס'איז א שטיקל מהלך ארויס, עס נישט אינגאנצן צו פארבאטן אויב איינער וויל עס שטארק.
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69355
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סעגאל »

שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:10 pm מענטשן האבן ריזיגע דאגות

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69406פ
שוין פארשפארט
וואס איז געשטאנען דארט?
באניצער אוואטאר
א גוט יאר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 417
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:23 am
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך א גוט יאר »

סעגאל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:05 pm
שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 2:10 pm מענטשן האבן ריזיגע דאגות

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69406פ
שוין פארשפארט
וואס איז געשטאנען דארט?
א אינגערמאן איז אין א דילעמע אויב ער דארף פארהאלטן א פרעמדע 13 יעריגע בחור וואס גייט אריין אין מקוה מיט די גלעזער...
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

א אפענע בריוו צו דער וואס האט זיך דערקלערט צו רעדן אין נאמען פון אייוועלט -אבימלך
אבימלך האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 4:53 pm צו דיר מיין טייערע דערשראקענער שוואכלינג.
בראווא! עס איז דיר געלונגען, דו האסט אויסגעפינען מיין אימעיל אדרעס.
האסט זיך באקאנט געמאכט צו מיר מיט א העסליכע אימעיל, אז איך אבימלך פיר אראפ כלל ישראל פון וועג, און אז אייוועלט איז נישט געמאכט פאר אידן ווי מיר. איך וועל נישט ציטירן די גאנצע אימעיל, אבער עטליכע שורות וועל איך יא לייגן

מחוץ לנושא
"איך האב מיטגעהאלטן פון אנפאנג וויאזוי אייוועלט ווערט גרעסער און שענער, אבער מיט דעם זענען מיטגעקומען פארשידענע סארט ניקס וואס האבן אנדערע השקפות ווי די מענטשן וואס האבן געמאכט און אויפגעשטעלט אייוועלט. אייוועלט האט זיך אסאך געטוישט, און ליידער נישט אויף א גוטע וועג, עס איז געווארן א פלאץ ווי יעדע פרעכע גוישע נייעס ווערט באריכטעט, און ווי אלע סארטן אזוי גערופענע כשר'ע קליפס ווערן ארויפגעלייגט. נעם עס נישט פערזענליך, אבער דו האסט א גרויסע יד אין דעם, איך גלייב נישט אז דו מיינסט שלעכטס אבער אויב דו ווילסט א גרויסע גרופע מענטשן זאלן זען דיינע קליפס און גוישע נייעס זאלסטו גיין צו די פלעצער ווי די סארט מענטשן דרייען זיך, וואטסעפפ אדער טעלעגראם וכו׳ גיי לייג די נייעס פאר וואטסעפפ אידן. אייוועלט איז נישט די פלאץ פאר דעם. און בכלל דיינע אינטערוויוס ברענגען ארויס די ערגסטע פון די גוישע גאס, האסט אמאל געטראכט פון מאכן א אינטערוויו מיט א ערליכע איד? אדער עס איז נישט גענוג אינטערסאנט פאר דיר? עס איז נישט אינטערסאנט פאר רוב אייוועלט ליינער דאס לעבן און שאפן פון א נידריגע גוי. ביטע שלעפ נישט אראפ דעם דור, און טרעף דיך א צווייטער פלאץ צו אנפילן דיין ליידיגע טעג."
היינט ביסטו ווידעראמאל ארויס פון באהעלטעניש מיט א שטרענגע אימעיל וואס האט געטראגן די שארפע ווערטער ״שגץ ארויס״ אויפן קעפל. און מיט הארציגע רייד האסטו געשריבען דאס פאלגענדע:

מחוץ לנושא
"יא אמת, עס קען זיין אז די האסט אסאך מענטשן וואס לייקען דיינע באריכטן, אבער עס איז דא אסאך מער וואס האבן אסאך ווייטאג מיטהאלטנדיג ווי די ברענגסט אראפ די נארמאלע סטאנדארטן פון אייוועלט.
טראכט דיך גוט איבער צי עס לוינט זיך!
עס אינטרעסירט קיינעם נישט איבער א סייבער טראק ביי א הייליגע מעמד ווי א הכנסת ספר תורה"
קודם כל האב איך הנאה אז די ליינסט מיינע באריכטן! און די דרייסט דיך נישט אויף אומאויסגעהאלטענע וועבסייטס צו זעהן די נייעס.
יעצט, דו שרייבסט אז אייוועלט איז נישט געמאכט פאר אידן ווי מיך, זאג, דו קענסט מיך? האסט מיך אמאל געטראפן? דו ביסט א דערשראקענער שוואכלינג וואס באהאלט זיך אונטער א באשיידענע אימעיל, און דו טענה'סט אז דו רעדסט אין נאמען פון 'אייוועלט', ווער ביסטו מחליט צו זיין ווער באלאנגט אויף אייוועלט?
יעצט, איך האב שוין אויף מיין ניק איבער 10,000 תגובות, איך קען זאגן מיט א גרויסע שמייכל און מיט שטאלץ! אז איך האב נישט געלייגט קיין איין נייעס אדער קליפ וואס איז נישט אויסגעהאלטן! אויב איז בטעות אמאל ארויף עפעס וואס איז אפשר אויף די גרעניץ פון אומאויסגעהאלטנקייט, האב איך עס גלייך פארמעקט!
אבער די עיקר וואס איך וויל דיר זאגן:
פון וועם האסטו מורא? באהאלט דיך נישט! שיק מיך נישט א אימעיל פון א פרישע אימעיל אדרעס וואס דו האסט אויפגעמאכט ספעציעל פאר טעראר, איך בייס נישט! האסט א פראבלעם מיט עפעס וואס איך לייג, איך בין גרייט פאר א פאבליק דעבאטע דא אויף אייוועלט! איך וועל זיין זייער אפן, און איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט סיי וואס דו שיקסט מיך פריוואט, אז דאס זאל ארויפגיין דא אין פאבליק.
אויב עפעס אנדערש שטערט דיך, און דאס איז די וועג ווי אזוי די פילסט בעסער, איז דא פארדעם ספעציעלע מענטשן וואס קענען דיך העלפן! כלל ישראל האט אסאך ארגענזאציעס! איך בין זיכער אז עס איז דא א ארגענעזאציע וואס וועט דיך קענען ארויסהעלפן!
און פארשטייט זיך עס איז דא א דווח קנעפל, און א אישי קעסטל פאר די מנהלים וואס שטייען גרייט צו מסדר זיין סיי וועלכע אומאויסגעהאלטענע תגובה אויף אייוועלט. ביטע פון יעצט און ווייטער, נוץ יענע אפציע. דו וועסט אסאך שנעלער אנקומען ווי מיט מיין אימעיל אדרעס.

מיט ליבשאפט - אבימלך

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69487
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שמעקעדיג »

אז עטץ ווילטס ענק אביסל אונטערהאלטן:

וואס דארף א בחור טון ווען ער כאפט זיין טאטע מיט א סמארטפאון?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69494
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שמעקעדיג »

טאקע שטארק! (משוגע)
בייגעלייגטע פיילס
מורה דרך .jpg
וירח ה' את ריח הניחוח
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שפילער »

מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

שפילער האט געשריבן: מוצ"ש יוני 15, 2024 10:31 pm https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69538
דאס איז א שרעקליכע אשכול, כאפט אריין ווילאנג אס איז אפן!
חֶנְוָנִי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2024 10:53 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך חֶנְוָנִי »

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69548

איינער האט אן אישו מיט חנן בן ארי, וויאזוי סאטמארע בחורים קענען זינגען זיינע ניגנים
צווישן אנדערע קלעימט ער (צווישן איין גרעבץ אונ'אנדערן) אז "א סאלדאט אין נצח יהודה הייסט נישט א שומר תורה"
אינטערעסאנט צו זען ווי סאו פאר באוואשט אים יעדער פארן מאכן אזוינע און נאך ענליכע קלעימ'ס
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך עמרם »

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p5166184
וואס עפעס? האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 2:36 pm
עכט היימיש האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 12:09 pm א קליינע פראגע @וואס עפעס?

האסט פיינט די ציונים פונקט ווי כאמאס?
אויב מיינסטו דיין פראגע באמת איז די ענטפער אז - בשום אופן קיין פארגלייך

די היינטיגע ציונים זענען אונזערע ברודער און זענען אפשר קינדער אדער אייניקלעך פון כופרים אבער על פי הלכה זענען זיי ריינע תינוקים שנשבו און יעדער האט א חיוב ערבות זיי צו פרובירן מחזיר בתשובה זיין אדער שטיצען בממון די ארגונים וואס ברענגען צוריק טויזענטע פרייע אידן לאבינו שבשמים - קוק אריין זוהר הק׳ פרשת תרומה איבער די נושא

משא״כ די פארשאלטענע דשיהאדיסטען וואס הארגענען אידן מיט אלע סארט מיתות משונות זיי האביך פיינט

בקיצור פרייע ציונים דארף מען אינזינען האבן ביי השיבנו און די אראבער ביי ולמלשינים
בדרך אגב אלס מוחאה אויף דיין שפרייך , מיין רבי האט מיר אויסגעלערענט אז מען רופט נישט אויף א איד ימ״ש עכ״פ אוודאי נישט אויף תינוקים שנשבו

זיי נישט ברוגז אבער דער אינגערמאן מיטן וואלענעם ציצית וואס דרייט זיך מיט אומגעפילטערטע כלים איז נישט גארנישט בעסער וואו דער פרייער אינג וואס זיין טאטע ווייסט נישט וואס מיינט שמע ישראל

געדענק אויך אז הרב אורי זוהר זצ״ל איז אין די קאטעגאריע וועם די וואלטסט באטיטעלט מיט מיסע לשונות אנשטאט אים צו מקרב זיין צו אידישקייט

עס איז סך גרינגער צו שרייען שר״י וואו צו ארויסנעמען א הונדעטער פון טאש און געבן פאר אש התורה / שובו /אור שמח וואס ברענגען צוריק טויזענטע קינדער פון אבינו שבשמים וואס וויינט אויף זיינע קינדער און פונקט וואו די וואלסט נישט געניצט אזוינע לשונות קעגן א היימיש OTD זאלסטו נישט ניצען אזא שפראך קעגן אנדערע קינדער פונעם אייבעשטער וואס זענען תינוקים שנשבו ( צו מען מעג אזוי שרייבן אויף א מומר להכעיס פרעג זיין רב)
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

פאר וועים איז כולל געמאכט??!! עס דארף א תיקן

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

איך וויל האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 6:42 pm די מושג פון א כולל איז א רעלאטיוו אינגע זאך.
אז מען כאפט א בליק אין די גמרא, זעט מען אז אלע תנאים ואמוראים האבן געטון השתדלות צו ברענגען ברויט אויפן טיש,
כאטשיג מיר האבן נישט דאס מינדעסטע השגה אין א תנא אדער אמורא, דאך קען מען זעהן וואס די סדר איז געווען אפילו ביי זיי. פארשטייט זיך אז זיי האבן געלערנט פיל מער שעות ווי סיי וואספארא כולל אינגערמאן הײנט צו טאָגס, אבער דאך זענען זיי געווען דער וואס האט געשפייזט דאס געזינדל אונדערהיים,
אז א פרוי זאל ארבייטן, נישט געווען אזא מציאות בכלל.
פאר א סיבה האט דער אייבישטער געגעבן א קללה פאר אדם הראשון בזעת אפיך תאכל לחם און פאר חוה בעצב תלדו בנים, פארוואס האט נישט חוה באקומען די זעלבע קללה ווי אדם'ן? אלא מאי ווייל די וועלט האט א סדר, די מאן ארבעט, און די פרוי ברענגט קינדער אויף די וועלט, און ציעט זיי אויף.
( דרך אגב פרויען זענען בכלל נישט ארויס געגאנגען פון דערהיים און יענע צייטן)
אזוי אויך אין אלע דורות האט מען געוויסט, אז דער מאן איז דער וואס ברענגט פרנסה אינדערהיים, און די בני בית גיבט זיך אפ מיט די קינדערליך.
חוץ א רב וואס האט באקומען א וועכנטליכע געהאלט פון די קהילה, האט געקענט זיצן און לערנען.

די ערשטע כולל אין די וועלט איז געווען כולל חבת ירושלים, וואס איז געגרינדעט געווארן דורך א קבוצה פוילישע אידן בני עליה אין ירושלים, וואס האבן געוואלט מקדיש זיין זייער גאנצע לעבן פאר די תורה,
און זיי זענען אויסגעהאלטן געווארן דורך די נדבות פון די פוילישע אידן.

א שטיק צייט נאכדעם איז נאכגעקומען די זעלבע זאך פאר די אונגערישע אידן מיט'ן נאמען כולל שומרי החומות.
און ביידע שטייען נאך היינט אויפן זעלבן ארט אין אלט שטאט ירושלים עיר הקודש.
פון דארטן און ווייטער, האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן די מושג פון א מסגרת פאר אידן בני עליה וואס ווילן זיך מקריב זיין זייער לעבן פאר די תורה. און וואוילע אידן מיט א ברייט הארץ לאזן זיך קאסטן צו ארויסהעלפן די אונגעלייט.

נאך די מלחמה יאהרן, ווען די שארית הפליטה האט געלאנדעט אויף די אמעריקאנע בארטענס,
איז געקומען דער הייליגער סאטמארער רבי ז"ל, און האט מיט מסירות נפש אנגעהויבן אויפשטעלן א פרישע דור פון ערליכע אידן,
ער האט אויפגעשטעלט מוסדות התורה, און אפילו מחדש געווען די ערשטע היימישע סקול פאר מיידלעך,
אבער א כולל האט ער נישט געוואלט אויפשטעלן, זאגענדיג "איך דארף ערליכע בעלי בתים".
נישט ווייל ער האט נישט געהאלטן פון אזא מושג פון אינגעלייט וואס זיצן און לערנען,
והא ראי' ווען ער האט אויפגעשטעלט קרית יואל האט ער פארלאנגט איינער פון די ערשטע זאכן, אז ס'זאל זיין א קבוצה פון חשובע אינגעלייט, וואס זאלן זיצן און לערנען, זאגענדיג אז בני תורה זענען מגין אויף א שטאט.
נאר וואזשע דען? ער האט געהאלטן אז עס איז נישט געמאכט פאר די געווענטליכע המון עם, נאר פאר די אינגעלייט וואס זענען באמת גרייט זיך אוועק צו געבן זייער לעבן פאר די תורה.
למעשה שפעטער הערענדיג אז אינגעלייט גייען אוועק לערנען אין פרעמדע פלעצער, איז ער שוין יא גרייט געווען צו עפענען א כולל, אבער בתנאי אז ס'זאל זיין אויסגעשטעלט אויף א וועג אז די אינגעלייט וואס קומען דארט, זאלן זיין באמת גרייט זיך אוועקצוגעבן פאר די תורה,
למשל ער האט געוואלט אז סדר זאל זיך אנהייבן 9 אינדערפרי,
ווייל ער האט געהאלטן אז כולל איז נאר געמאכט פאר די סארט אינגעלייט וואס זענען באמת גרייט דערפאר.
(טרעף מיר היינט א אינגערמאן וואס איז אין כולל 10)

וואס האט אבער פאסירט פון דא און ווייטער, רייסט באמת ביים הארץ.

ס'איז געווארן אזא נידעריגע מאדע, אז א יעדע אזוי גערופענע נארמאלע עוורעדזש אינגערמאן ברויך גיין אין כולל פאר אזא צוויי דרייַ יאהר מינומים,
יעצט אמת אז ס'איז דא א פראצענט אינגעלייט, וואס מען קען זיך ווירקליך אויסדריקן אויף זיי אז זיי זענען תורתם אומנתם.
אבער לאמיר זיך נישט פאפן, רוב עולם איז נישט דעיס!
נאר וואס דען?
זיצן זיך אין עיר התורה וויליאמסבורג צענדליגע ליידיגע זעק מיט שלייקעס אויף זייערע גראבע באכער, מיט אפאר טאלער און די זייט שטייטצעך,
און זיי האבן אפגעמאכט אז זיי קענען צולייגן צו זייער ליסט פון תוואת, אנ'יידעם א בן תורה.
דא קומט אבער די גרויסע פראבלעם, ער וויל דאך נישט קיין איידעם וואס זאל נישט פארשטיין צו זיינע בארביקיוס.
האט מען געטראפן א לעזונג!

מען האט איינגעפלאנצט א נייע מין סארט געוויקס פון א אינגערמאן, וואס רופט זיך א תורה וגדולה אינגערמאן,
וואס באמת איז דאס אזא געבארגטע ווארט,
ווייל אמאל האט תורה וגדולה געמיינט איינער וואס איז א תלמיד חכם און א עושר,
היינט מיינט תורה, אז ער האט געלערנט אין א פריוואטע ישיבה ווי יעדער בראשט די פיאות צו די שטערן ווי ווינדא שעידס, און אז ער ווייסט וועמענס זוהן ר' יאשע בער סאלאווייטשיק איז געווען.
(פארשטייט זיך ער רופט עס אן סאלאוועיטשיק)
ווי אויך מיז ער האלטן אויף אפאר שטיקלעך ויואל משה אז ס'איז זייער דחוק אין פסוק. ודי.
און גדולה מיינט, אז ער פארט דריי מאל א יאהר אויף וואקאציע, זיצט אויסגעלייגט אויף די ביטשעס א דריי פערטל יאהר,
כאטשיג ער האט נאר די אויסגעדראשענע 6,000 דאלער וואס זיין ווייב האט אריין געברענגט פון פאר די חתונה.
און פארשטייט זיך אז ער ער גייט אויך מיט א שיינע אויסגעביגלטע רעקל.
איך האב זייער זייער ליב דעי אינגערמאן, אבער צו אלע צרות פארוואס אין די וועלט ברויך ער זיצן אין כולל?

בשעת וואס זיין ווייב רייסט זיך יעדן טאג ארויס, צו גיין ארבעטן, אלעס פאר איר חשובע מאן, וואס הארעוועט אויף תורה,
פאפט ער ביז 10:30, גייט שנעל פאנטשן אין כולל,
זעצט זיך אריין אינעם הייסן בור, גייט נאך פאר א ציגארעטל אין א קאפי פאר די מוחין, און דאווענט ביי די דעילי קאמאן קאור מנין,
קומט אן אין כולל 12:15 כאפט א שמועס און גראדע אויך א שטיקל לערן מיט א פרישטאג אינדערמיט.

רבש"ע וואס אין די וועלט זיכט דער עלעמענט אין כולל?

ער גייט צו יעדע אינטעראעימענט וואס איז נאר דא ביי כלל ישראל,
דרייט זיך ארום ביי יעדן דורשו סיום און ביי יעדע ביזנעס עקספא, ווי א גאנצע מחותן, ווייל ער האט באקומען פון זיין שוואגער 5 פרי טיקעטס, פאר זיך און פאר די קרא.

און זיין שווער וואס האט נישט קיין השגה וואס דאס ווארט בבלי באדייט, טוהט זיך נאך אויף וואספארא חשובע בן תורה ער פארמאגט אין זיין באזיץ,
א בן תורה איז ער? ער איז א בן שטרוי זאק!

ס'איז גארנישט ראנג מיט אים. ער איז פלעין א נארמאלע אינגערמאן וואס איז נישט גרייט באמת צו לעבן א לעבן פון פרישות, זיך צו אויסשטעקן פון די וועלט אינגאנצן, און זיין נאר פארנומען מיט די תורה, פונקט ווי רוב אינגעלייט זענען נאך נישט אויף די דרגה!

סא אלמעכטיגער גאט וואס אין די וועלט איז די משוגעת אז יעדער מיז גיין אין כולל?

און ס'גייט נאך ווייטער פון דעם אזוי ווי ס'איז שוין געווארן די נארמאליטעיט אז יעדער שמאגעגי גייט אין כולל, האט מען אנגעהויבן אריין בראקן אין די תמומותדיגע קעפ פון די מיידלעך אין סקול, אז א נארמאלער אינגערמאן גייט אין כולל,
אויף אזוי ווייט אז מען קען שוין היינט געבן א דרשה אין סקול צו מחזק זיין, די וואס זייער מאן גייט גיין ארבעטן.
שומו שמיא..... ווי לעב מיר אונז אנשטאט מען זאל געבן א דרשה פאר די מיידלעך וואס זייער מאן גייט לערנען, אז זיי זאלן וויסן עס צו מחשיב זיין, גיבט מען דרשות, אז א יעדע פרוי וואס איר מאן גייט ארבעטן זאל זיך פילן אז איר מאן איז נעבעך שוואכלעך.

אמת. ס'איז דא א געוויסע פראצענט אינגעלייט, וואס אויב זיי גייען גלייך גיין ארבעטן, גייען זיי זיך גלייך אויפרייסן. און ס'איז דא א שטיקל טובה אויב זיי זיצן אין כולל אביסל,
אבער איך מיין אז ס'איז א גרעסערע פראבלעם, ווען סטאדעס פון הינדערטער אינגעלייט, ווערן פאראורטיילט צו זייער שרעקליכע שיקזאל פון ליידיג גיין פאר איטליכע יאהר, בלויז פאר זייער שווער'ס תאוות,
וואס אויף דעם שטייט דאך שוין בטלה מביאה לידי שעומים,
חז"ל האבן זייער גוט פארשטאנען די חרבן, וואס געשעט פון גיין ליידיג!

טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס ארבעט נישט ל"ג בעומר, כ"א כסליו, אדער אוסרו חג.
טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס דאווענט שפעטער ווי 9.
טרעף מיר איין נארמאלע ארבייטער וואס עסט יעדע דינסטאג סעודות הושע בן באירי פאר צוויי שעה.

חוץ פון דעם פארוועם מיינסטו איז דא אזא זאך ווי א קיאסק? אדרבה כאפ נאר א שפאציר צווישן די קיוביקלס, און זאג מיר צו די זעסט נאך מענטשן חוץ כולל אינגעלייט, וועלכע ארבייטער האט דען נישט קיין אייגענע קאמפיוטער?! האפענטליך זיצט ער נאר אויף ארי' סאמעט און מיסטער ביעסט....ודי

פארוועם איז אייוועלט געמאכט מיינסטו? טרעף מיר איין ארבייטער וואס ווייסט וואס אשכול מיינט.

פארוועם איז ai טעקסט געמאכט געווארן? קיין איין ארבייטער ווייסט נישט דערפון!

און אפילו די אינגערמאן וואס הייסט שוין יא אז ער ניצט אויס די צייט, אויב זאל ער מאכן אן אויפריכטיגע חשבון, וועט ער זען אז ער לערנט נישט מער ווי 3 שעה א טאג! נו רבש"ע ווער נעמט אחריות אויף די איבעריגע שעות?

וואלט ווען נישט בעסער געווען ווען דער עוורעדזש אינגערמאן גייט ברענגען פרנסה ווי א נארמאלע מענטש?!
גלייב מיר ער וואלט מיט זיין שיעור צופרי און ביינאכט אסאך מער געלערנט ווי אין כולל!
און ער וואלט געהאט אסאך מער סיפוק פון זיין טאג!
און זיין שלום בית וואלט פיל בעסער געווען, ווען ער קומט אהיים נאך אגאנצן טאג עפעס אויפטון!

איך זאג נישט אז מען זאל פארמאכן די כוללים ח"ו, אוודאי איז דא אסאך אינגעלייט וואס ניצן באמת אויס די צייט.
איך זאג נאר אז מען זאל ארויספירן דריי פערטל אינגעלייט פון דארט,
און מען זאל אויפהערן מיט די אלע סאסייעטי פראבלעמען...........

אוי טאטע זיסער עד מתי,

זאג שוין לכוללנו די,

און די אינגערמאן פון כולל ארויס גיי,

פארן ליידיג גיין זאג שוין ביי,

אז נישט וועסטו נאך אויסקוקן ווי זיי.........

הצלחה

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=69595
אויסגעהיילט האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 9:28 pm דארף איך אפווענדען אלע שטותים?

איך, ווען איך בין געווען אין כולל, האבן מיר פון קיין אייוועלט נישט געוואוסט.

מיינע קינדער (וויפיל איך ווייס) לערנען אין כולל, און וויסען פון קיין אייוועלט נישט צו זאגן, אויסער וואס איך זאג זיי איבער פון דא.

אבער אויף דער נערישע טענה, אז עס איז קיין כולל קיינמאל נישט געווען, איז פשוט, אז קיין קיאסק איז אויך קיינמאל נישט געווען, וועסטו עס יעצט פארמאכן?
פילטער איז דען יא געווען בימי חז"ל?

כ'האב אמאל געהערט א בן תורה, ענטפערן פאר א פרעכע בעלעבוס, וואס האט געשריגן טענות כעין אלו וואס ווערן דא געליפטערט, האט ער געזאגט, אז איינמאל עטץ בעלי בתים, האבן אהנגעהויבן פאברעציערן אזעלכע בעלי בתים ווי דיר, האט דער עולם התורה מער קיין ברירה נישט געהאט, און געדארפט פאברעציערן א נייע מושג וואס הייסט כולל אינגעלייט.....

ועוד, וואס פאר מ'רעדט נאר אריין דערין דארף מען וויסען, אז צו זיין א בעל הבית, דארף מען אויך קענען, און דער רמב"ם, וואס אויף איהם איז כל ישראל נשען עליו, האט מסביר געווען אז איינער וואס איז נישט פון שבט לוי, נאר ער גייט ארבייטן, איז אויך מחויב מיט והגית, און ער גיבט א משל, אז אויב ער ארבייט דריי שעה, דארף ער דאך לערנען די איבעריגע 9 שעה יעדן טאג......

נאכאמאל, אויב מ'ארבייט 3 שעה הייסט מען א בעלעבוס.

ווער קען היינט פון 3 שעה ארבייטן, און לעבן אונזער פרייע לעבן פון שוואוילטאג הנהוג אצלנו?

איז דאך דער פראבלעם דער סדר החיים, דער שוואוילטאג לעבן, נישט דער פאר אידן וואס לערנען אין כולל.

וואטעווער.

עס איז אזוי לעכערליך, ווי געוויסע ווייסען פאר א פאקט וואס זייערע רבי האט געהאלטן, ווייל ער האט עס געזאגט פאר זייער'ס א באקאנטען, אבער אויב ברענגט מען א מעשה לסתור, ווערט יענץ א הוראה ליחיד, און א הוראת שעה, אבער דער ידיעה ברורה וואס זיי האבן, איז געזאגט געווארן..... פאר א צווייטער יחיד.....

געוויסע ווייסען צו שרייבן, אז אויב איינער גייט לערנען אפאר יאהר אין כולל, וועט עס מאכן אז ווען ער גייט ארבייטן זאל ער וויניגער לערנען.
די אלע וואס איך קען און געדענק, איז דאך דער מציאות הדברים פונקט פארקערט, אבער ממש מן הקצה אל הקצה.
אבער גיי טענה זיך, מיט איינער וואס ווייסט פאקטן שלא נבראו מעולם.

געוויסע קומען דא נאר שרייבן און פארקויפן זייער דעת תורא, און ווילן נישט הערן וואס אנדערע שרייבן און זאגן, איז מה לי לצרה הזאת.

האט'ס מיר און זייט'ס מיר.

און אויב האט עטץ שכל, זייט מתפלל פאר קינדער בני תורה.
נישט בני תורא, וואס דאס קענען מיר שוין זיין פאר זיי....
ר' גרשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 10, 2024 5:02 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך ר' גרשון »

באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך כספי »

איינער ווייסט וואס איז דאס 80 טווין רד. פון מאנסי, וואס מ'איז דארט זייער ביזי, אז מ'טאר עס בשום אופן נישט דערמאנען?
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
א גוט יאר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 417
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:23 am
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך א גוט יאר »

מ'טאר עס נישט דערמאנען...?
בקע לגלגולת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 26, 2024 6:31 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך בקע לגלגולת »

כספי האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 1:54 am איינער ווייסט וואס איז דאס 80 טווין רד. פון מאנסי, וואס מ'איז דארט זייער ביזי, אז מ'טאר עס בשום אופן נישט דערמאנען?
אפשר דאס? https://www.rocklanddaily.com/news/repo ... -the-scene
באניצער אוואטאר
א גוט יאר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 417
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:23 am
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך א גוט יאר »

ס'איז א גוישע הויז וואס דארט וואוינען דראג דילערס וכו
ארגענטינע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:15 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך ארגענטינע »

א גוט יאר האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 9:13 am ס'איז א גוישע הויז וואס דארט וואוינען דראג דילערס וכו
פארוואס טוט די פאליס נישט גארנישט
באניצער אוואטאר
א גוט יאר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 417
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:23 am
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך א גוט יאר »

ארגענטינע האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:45 am
א גוט יאר האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 9:13 am ס'איז א גוישע הויז וואס דארט וואוינען דראג דילערס וכו
פארוואס טוט די פאליס נישט גארנישט
קאראפטעד
ארגענטינע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 20, 2024 11:15 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך ארגענטינע »

א גוט יאר האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:04 am
ארגענטינע האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:45 am
א גוט יאר האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 9:13 am ס'איז א גוישע הויז וואס דארט וואוינען דראג דילערס וכו
פארוואס טוט די פאליס נישט גארנישט
קאראפטעד
ממש אזוי

קען מען נישט גיין צו די עף בי איי
באניצער אוואטאר
א גוט יאר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 417
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:23 am
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך א גוט יאר »

ארגענטינע האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:14 am
א גוט יאר האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:04 am
ארגענטינע האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:45 am
א גוט יאר האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 9:13 am ס'איז א גוישע הויז וואס דארט וואוינען דראג דילערס וכו
פארוואס טוט די פאליס נישט גארנישט
קאראפטעד
ממש אזוי

קען מען נישט גיין צו די עף בי איי
דאס ווייסעך שוין נישט...
קא משמע לן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 3:08 am
האט שוין געלייקט: 204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך קא משמע לן »

ארגענטינע האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:14 am
א גוט יאר האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 11:04 am
ארגענטינע האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:45 am
א גוט יאר האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 9:13 am ס'איז א גוישע הויז וואס דארט וואוינען דראג דילערס וכו
פארוואס טוט די פאליס נישט גארנישט
קאראפטעד
ממש אזוי

קען מען נישט גיין צו די עף בי איי
זיי מאכן צרות פאר די שכינים. אבער אין ניו יארק 2024 קען מען גארנישט עכט טוען פאר א דראג דילער.

דער ניק שקר, א שכן דארטן וואס מאכט נעבעך מיט, וויל נישט איין זעהן אז מען גארנישט טוען.
ער פארפירט א אלעקס דזשונס סטייל קאנספאראציע טעאריע אז יעדער איינער, אנגפאנגען פון לאקאלע עסקנים און פאליטיקאנטען , ביז די פאליציי, מוסדות, פעדס, שעריף, פוטין און מר. ביעסט, זענען אלע דא מיט א מיסיע צו מאכן זעכער אז די גוי בלייבט דארטן.

אויב דערוואגט איר זיך צו נישט גלייבן זיינע טעאריעס באמונה שלימה, קומט באלד א שארפע תוגבה אז די בוזט פארט פון די קאווער אפ וכו.

עס איז אזוי ארויס פון קאנטראל, ווען יעדע צווייטע מעסעדזש איז וועגן 80 טווין אז מען האט ארויף געלייגט א געג ארדער.


ווארט נאר ביז שטעטל וועט אוין מאכן מטעמים פון דעם.
פארשפארט