א מצוה שלא לשם מצוה?!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חמול על מעשיך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 87
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 05, 2022 11:08 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל

א מצוה שלא לשם מצוה?!

שליחה דורך חמול על מעשיך »

זיצט דער צוקוועטשטער זאלי פארנט פון זיין חתן רבי און טרייט צו פארשטיין וואס דער אלטגעזעצענער אורח וויל פון אים...

ער האלט געציילטע טעג פאר די חתונה און מען האט זיך גענומען איבער זיינע ביינער, טראץ וואס ער איז נאכאלץ טראמאטיזירט פון די ביז איצטיגע קרעש-קאורס וואס מען האט אין אים אריינגעפאמפט, טרייט דער חתן רבי (וואס אגב איז נאך געווען חתן רבי פאר זיין טאטע...) אים מסביר צו זיין די יסוד פון לעבן, און ער פארנעמט נישט דער שפראך...

אנהייב האט אים עס אויסגעזעהן זייער פרייליכע אינפא, אביסל שרעקעדיג צו אויסטרייען אין ריאלעטעיט דאס ערשטע מאל, אבער פיין, מ'העט עס דורכשוויצן, דא קומט דער אורח און הייבט אים אהן פארליינען ראשית חכמה מיט מורה נבוכים אזש ס'איז אים פארגאנגען די אפעטיט...

היינט זענען דעי פערדן קליגער געווארן און זיי צוטיילן די לעצטע שיעור אין צוויי, אזוי קען מען ביים ערשטן מסביר זיין אז מ'טאר נישט הנאה האבן פון דעי וועלט און דער יצר ווערט נאר שטערקער נאכן חתונה, און די צווייטע איז די אומקלארע באהאלטענע קאוד שפראך פון קיום הבריאה... אבער ביי די פאל האט מען נאכנישט געהאט די גראנדיעזע געדאנק.

און אזוי, מיט א קראצעדיגע שטימע, זאגט ער: וויסן זאלסטו אז מ'איז נישט אראפגעקומען אויף דער וועלט צו הנאה האבן, אבער ווייסט דאך, אפי' ס'איז דא הנאה דארף מען עס נישט, ווייסטאך, עהעם, יעדעס הנאה וואס מען האט נעמט אוועק פון יענע וועלט, עהעם, מ'מיינט תורה בטהרה, תורה בטהרה איז נאר ווען מען ארבעט אויף זיך... ס'קומט נישט פון זיך אליין, און נישט ח"ו אינזינען האבן צו הנאה האבן... און דא קומט די פאנטש ליין: נאר וואס דען, דער אויבערשטער האט דאך געהייסן, טוט מען אזוי אהן פארשטיין..., עהעם,

דער בחור זיצט פארטראכט און קען נישט פארשטיין. א מצוה דארף מען דאך הנאה האבן, און אז נישט האט מען סיי ווי הנאה, איז וואס וויל ער... און מיט די מיסטעריע דרייט ער זיך נאכאלץ ארום אין בויך ביזן היינטיגן טאג אהן קיין ענטפער...



הצלחה רבה
זיי לאכן פון מיר ווייל איך בין נישט ווי זיי...
איך לאך פון זיי ווייל זיי זענען אלע די זעלבע...

דער אשכול פארמאגט 50 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר