איך דריי מיך כסדר צווישן אונזערע הייליגע ברודער אויף אייוועלט (אגב סאיז דארט א צווייטער מיט די זעלבע ניק ווי מיך) און די נעגאטיוועטי וואס גייט פאר דארט איז נישט נארמאל. די טעמעס וואס זיי לייגען ארויס, וואס קען אפי' זיין שטארק אינפארמירענד און אינטרעסאנט, קומט מיט א סארקאסטישע וועג, א שטייגער ווי איינער האט געפענט אן אשכול צו אדרעסירן די פראבלעם פון טייערע גראסערי, פרייזען די קעפל ליינט זיך ענדליך!! גיימיר אראפברענגען די היימישע גראסערי פרייזן!! טוטס'מיר א טובה ווילסט עפעס אויפטוהן קום אריין קלאר. סתם אראפצורייסן וואס איז דאס!?!
ווי אויך וועט יעדע טעמע וואס קומט ארויף וועלן גלייך זיין אפאר לשם שמים'ניקעס וואס וועלען עס אראפרייסען אפי' עס גארנישט מיט אידישקייט אדער פרומקיים וואס זיי זענען זייער אויסגעקאכט אין דעם, קוקט אויף דעם חכם ווען איינער האט אנגעהויבן א שמוס איבער די חלוקה אין מאנסי נאר די דריטע תגובה איז שוין געווען אן אראפרייסער...
כמיין סיריעלי האסט נישט עפעס אן אנדערע קאמענט וואס צו זאגן ווען עס נעמט זיך צאם אפאר עסקנים צו העלפן אנדרע...
אין אזוי נאך אין נאך וואס איך האב נישט אויפן מינט...
די נעגאטיוועטי ביי אינזערע הייליגע ברידער אויף אייוועלט
- חמול על מעשיך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 89
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 05, 2022 11:08 am
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל
די נעגאטיוועטי ביי אינזערע הייליגע ברידער אויף אייוועלט
זיי לאכן פון מיר ווייל איך בין נישט ווי זיי...
איך לאך פון זיי ווייל זיי זענען אלע די זעלבע...
איך לאך פון זיי ווייל זיי זענען אלע די זעלבע...
דער אשכול פארמאגט 6 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן