פרשת בהעלותך - א קריטיקל בליק

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

פרשת בהעלותך - א קריטיקל בליק

שליחה דורך אלפא »

אזויווי עס האט זיך פארלענגערט מאך איך עס אלץ עקסטערע אשכול

א גוטע וואך אידן.

איך האב שוין לאנג א טענה אויף די הלכה פון מעביר סדרא זיין (וואס איך בין שטרענג מקיים, אגב.) אז עס שטעלט מיר צו אסאך איבריג צייט צו טראכטן איבער ביקורת המקרא בעיון...

כלפי מה דברים אמורים? די פארגאנגענע וואך - פרשת בהעלותך געב איך מיר נישט קיין עצה מיטן פרשה, איך זיך סיי וועלכע הילף/ציטאטן/פשטים/אדער ארטיקלען (#@סקעפטיקער) איך אנטשולדיג זיך למפרע אויב עס איז אביסל וואלגאריש געשריבן.
  • קודם איז דא דער חובב בן רעואל המדיני חותן משה, רש"י אין פרשת יתרו מוטשעט זיך שוין, סיי ווען פונקטליך דאס האט זיך אפגעשפילט - דעמאלס - מתן תורה צייט אדער יעצט ביים צווייטן יאר?! און סיי אז דער חובב'ל איז עפעס אומאידענטיפיצירט, און עס קען אויך נישט זיין קיין זון פון משה'ס שווער ווייל עס שטייט דאך שוין 'מבני חובב חותן משה' (- איי עס שטייט אויך יתרו חותן משה, און ותבואנה אל רעואל אביהן, נו, 7 נעמען קאסט דאך נישט קיין געלט..).
  • די ווינדער ווערט אויך שטערקער אז סוף סדרא איז משה'ס ווייב א כושית גאר - נישט קיין מדינית..
  • דאן איז דא די אריינגערוקטע ויהי בנסוע דארט, מיט זיינע צוויי פארקערטע נון-משרתים פאר א גוט יאר. ווייסט איינער אפשר פארוואס פונקט נון? פארוואס איבערגעדרייט? (די שפתי חכמים'ס פשט קען איך אויך, איך זיך נאך פשוט'ער..) - ובכלל וועלכע 'בין פרעניות לפרעניות' גייט דא אנגעבליך פאר?
  • דער אלדד ומידד געשיכטע איז ווייטער א פליאה - וואס איז געווען אזוי שלעכט אז משה האט זיי געזאלט מכלה זיין?
  • סוף פרשה איז אויך מאדנע די לשון הפסוק ווען די אויבערשטער מוסר'ט אהרן ומרים אם יהיה נבואכם ה' במראה אליו אתודע בחלום אדבר בו, - וויאזוי טייטשט מען דאס? 'אליו אתודע' - ווער צו וועמען פונקטליך?
  • און אזוי ווייטער נאך קלייניקייטן וואס זענען אינטרעסאנטליך אין דעם סדרא.
_______________

וואס איז אבער מערקבאר מיט די פרשה ברייטער גערעדט, איז די בילד וואס עס טראגט וועלכע איז זייער ענליך צו די פרשיות בא - בשלח - יתרו.
  • קודם רעדט מען פון די קרבן פסח מיט א פרישקייט - א שטראל פון פרשת בא.
  • דאן זענען פארהאן די מתאוננים - זייער דומה צו פרשת בשלח - אויך מיט אן אילוסטראציע פון די מן (הגם אנדערש ווי דארט) און פייגלעך וועלכע קומען צו פליען.
  • דאן דעם פארשיקטן יתרו - ווי אויבן דערמאנט - וועלכע רוקט זיך אריין דא.
עס קען זיין עס איז מיין אייגענע שפעקולאציעס, אבער עפעס זעט אויס ווי אן ענליכע pattern קומט פאר אין ביידע ביינזאם.

________________

אויב איז ביז אהער נישט גענוג, איז דא איין נאראטיוו וואס לויפט יא אדורך דעם סדרא בלי ספק (ווי אויך די נאכפאלגענדע סדרות) - דאס איז די שוואכקייט/לוזערישקייט-בלשוננו פון משה רבינו:
  • עס הייבט אים אן צו גיין קרום ווען ער לאזט די עולם הענגען - עמדו ואשמעה.. (רש"י פארגלעט עס מיט אן אשרי ילוד אשה געדאנק, אבער כפשוטו איז עס נישט געווען קיין בא'טעמ'טע סיטואציע פאר משה'ן).
  • דאן די שווער זיינע ביי וועם ער בעט זיך אזוי שיין צו פארבלייבן, אבער דאס שווער זאגט קאטעגאריש אפ. (אנדערש ווי אין פר' יתרו ווי משה פארשיקט אים אנשטאט).
  • דאן די מתאוננים, וואו אנשטאט שטיין פעסט אנקעגן דעם פאלק (ווי אין פרשת בשלח), לויפט ער צום באשעפער מיט א 'למה הרעות' און א 'האנוכי הריתי וגו'' אינגאנצן מיואש.
  • ער נעמט אויף 70 שוטרים און עס בעקפייערד מיט די צוויי ניי-אויפגייענדע שטערנס בעולם הנבואה - אלדד ומידד - וועלכע באדראען זאגאר משה'נס גאנצע פירערשאפט.
ווידער קומען אהרן און מרים און בארעדן אים ווי עס ברויך (נישט) צו זיין, און די תורה נעמט זיך עפעס שרעקליך אן - 'והאיש משה עניו מאד' - נישט אינגאנצן קלאר צו עס איז אזא סטעיטמענט פארוואס עס גייט אים אלעס מיטן פיטער אראפ, אדער עס איז מער אזא מוסר פארוואס מ'טאר אים נישט טשעפענען, וצ"ע.

דאס איז אלץ נאר דעם סדרא.

קומענדיגע פרשה איז דא דעם דורכפאל מיט די מרגלים וואס אפי' נאכן גיין 'על פי ה'' לאזט זיך עס אויס זייער ביטער.
שפעטער וויל אים יעדער פארשטיינערן, און מ'פייפט אים נאך אן ווען ער סטראשערט 'והוא לא תצלח'..

פרשת קרח איז דאך אפגערעדט ווי עס איז די קלימאקס פון פאליטישע אויפשטאנדן אנקעגן זיין הנהגה, סיי פון קרח אליין, און דאן פון זיינע נאכפאלגער וועלכע געבן נישט אויף אפי' נאך קרח'ס טויט און באצייכענען אים אלס מאסן-מערדער - אתם המיתם את עם ה', א.א.וו.


_____________

אויב קען מען פראבירן צו אנאלאזירן א טראפקעלע מיט א קריטישן בליק (#ביקורת המקרא), שיינט עס ווי די זעלבע מעשה'יות זענען געשריבן געווארן אין דריי באשונדערע נאראטיוון. (דא איז וואו איך זיך הילף און לינק'ס).

אין ספר שמות איז משה דער נייע-שטארקע פירער מיט פול קאנטראל אויף די מאסן - וואו משה בויט אויף און ברענגט אריין דער באשעפערס נאמען ביים ציבור וועלכע טראסט נאכנישט פונקטליך דער נייע אנשיקעניש ('ויאמינו בשם ובמשה עבדו', ), דער עולם איז מתאוננן, משה רעגט זיך און טענה'ט ונחנו מה כי תלינו עלינו - ער ווארפט עס אן אויפן באשעפער..

אין ספר במדבר איז משה'ס לעגעסי זייער שוואך און אראפ-געקלאפט, עכ"כ אז דער באשעפער ענדיגט זיך נישט אננעמען פאר אים און אים ארויסהייבן ('עניו מאד', קרח'ס לאך, וכו וכו'. ), דער עולם איז מתאוננן און דער באשעפער רעגט זיך - ויחר אף ה'..

און אין ספר דברים ווערן די זעלבע מעשיות ערציילט פון משה'ס זייט - און די פאלק איז פלוצלינג שולדיג אין אלעם בייזן, די מרגלים איז זייער שולד, משה'ס -נישט קענען אריינגיין קיין א"י- איז זייער'ס א שולד, די 70 שוטרים איז פלוצלינג אויף זייער אקאונט (אין קאנטראסט צו פר' יתרו וואו יתרו שטופט דערצו, און פר' בהעלותך וואו דער באשעפער איז עס מציע..) וכו' וכו'..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: פרשת בהעלותך - א קריטיקל בליק

שליחה דורך berlbalaguleh »

אלפא: לאמיך דיר ענטפערן אויף עטליכע פון דיינע נקודות.

ערשטנס, דיין קשיא אז אין פסוק שטייט "כושית" און נישט מדינית קענמען פארענטפערן זייער פשוט. (כ'מיין רש"י זאגט) אז "כושית" מיינט שיין. די צווייטע מעגליכקייט איז אז זי, ציפורה איז געווען א מדינית. נאר אין מדין זענען געווען גרופס פון עטליכע ראסן. אזוי ווי אין אינדיע איז היינט דא לייט-סקינ'ד מענטשן און די מיט א מער טונקלע קאמפלעקשאן. מעגליך אז איהר מאמע איז געווען א כושית.

דער פאקט אז אלדד ומידד האבן געזאגט נביאות "בתוך" המחנה איז געווען א רעוואלוציאנערע אקט. ווייל דער אייבישטער האט דאך געזאגט אז די שכינה וועט נאר זיין אין אוהל מועד. וואס איז מחוץ למחנה. דערפאר האט יהושע זיך אנגערופן מיט דעם (שטרענגן) ווארט "כלאם". נאר משה רבינו איז געווען א גוטער און א סבלן. ער האט נישט מורא געהאט פאר קאמפעטישן. האט ער געענטפערט...מי יתן כל עם ה' נביאים...!

איך ווייס נישט פארוואס. נאר איך באקום אייביג אזא פיעלינג פון "ויחד יתרו" ווען איך לחח אדער הער איבער ביקורת המקרא...נאטהינג פערסאנאל...!
באניצער אוואטאר
פאסטעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:18 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

Re: פרשת בהעלותך - א קריטיקל בליק

שליחה דורך פאסטעך »

ס'שפעט, אבער אגב ריהטאי וועל איך מעיר זיין איין קליינע הערה.

דאן איז דא די אריינגערוקטע ויהי בנסוע דארט, מיט זיינע צוויי פארקערטע נון-משרתים פאר א גוט יאר. ווייסט איינער אפשר פארוואס פונקט נון? פארוואס איבערגעדרייט? (די שפתי חכמים'ס פשט קען איך אויך, איך זיך נאך פשוט'ער..) - ובכלל וועלכע 'בין פרעניות לפרעניות' גייט דא אנגעבליך פאר?



מען קען אפשר זאגן לויט די גמרא אין ברכות (ד, ב): אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן, מִפְּנֵי מָה לֹא נֶאֱמַר נוּן בְּאַשְׁרֵי? מִפְּנֵי שֶׁיֵּשׁ בָּהּ מַפַּלְתָּן שֶׁל שׂוֹנְאֵי יִשְׂרָאֵל, דִּכְתִיב (עמוס ה, ב) נָפְלָה לֹא תוֹסִיף קוּם בְּתוּלַת יִשְׂרָאֵל. בְּמַעְרְבָא מְתָרְצִי לַהּ הָכִי: נָפְלָה וְלֹא תּוֹסִיף לִנְפּוֹל עוֹד קוּם בְּתוּלַת יִשְׂרָאֵל. אָמַר רַב נַחְמָן בַּר יִצְחָק, אֲפִילּוּ הָכִי חָזַר דָּוִד וּסְמָכָן בְּרוּחַ הַקֹּדֶשׁ שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קמה, יד): סוֹמֵךְ ה' לְכׇל הַנֹּפְלִים. ע"ש. דהיינו אז נון ווייזט אויף 'שלעכט/נעגעטיוו'. און דאס איז וואס די פרשה איז דא געקומען אפטיילן דא, פון די פרשיות הפרעניות פון פארדעם און נאכדעם, ווי די גמרא זאגט דארט אין שבת (קטז, א), תַנְיָא רַבָּן שִׁמְעוֹן בֶּן גַּמְלִיאֵל אוֹמֵר: עֲתִידָה פָּרָשָׁה זוֹ שֶׁתֵּיעָקֵר מִכָּאן, וְתִכָּתֵב בִּמְקוֹמָהּ. וְלָמָּה כְּתָבָהּ כָּאן? כְּדֵי לְהַפְסִיק בֵּין פּוּרְעָנוּת רִאשׁוֹנָה, לְפוּרְעָנוּת שְׁנִיָּיה. פּוּרְעָנוּת שְׁנִיָּיה מַאי הִיא? (במדבר יא,א): וַיְהִי הָעָם כְּמִתְאוֹנְנִים. פּוּרְעָנוּת רִאשׁוֹנָה? (במדבר י,לג): וַיִּסְעוּ מֵהַר ה'. וְאָמַר רַבִּי חָמָא בְּרַבִּי חֲנִינָא, שֶׁסָּרוּ מֵאַחֲרֵי ה'. ובתוס' שם: כדאמר במדרש, ויסעו שנסעו מהר סיני דרך שלשת ימים כתינוק היוצא מבית הספר שבורח לו והולך לו. ע"ש. וכ"כ הרמב"ן על התורה שם, און לייגט צו: וקרא ה'חטא' פורענות. ע"ש. אז חז"ל מיינען נישט פרעניות בתורת עונש, נאר בתורת קטרוג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום פאסטעך, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: פרשת בהעלותך - א קריטיקל בליק

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

א דאנק הרב @אלפא. עס איז אייביג א פארגעניגען צו דורכטון שאלות אין מקרא.
נאר במחילת כבודך (ויש כבוד). איך מיין אז פילע פון די שאלות קען מען גאר גרינג מסביר זיין, אהן אריינגיין אין די זאנע פון "ביקורת המקרא".
איך בין אייביג דא פאר אינטרעסאנטע טעאריעס, אדרבה keep it coming... נאר אויפבויען פראבלעמען דארף מען נישט...
איך האף אז איך קום נישט אדורך צו שארף. איך מיין בלויז קאָנסטרוקטיווע קריטיק....

  • קודם איז דא דער חובב בן רעואל המדיני חותן משה, רש"י אין פרשת יתרו מוטשעט זיך שוין, סיי ווען פונקטליך דאס האט זיך אפגעשפילט - דעמאלס - מתן תורה צייט אדער יעצט ביים צווייטן יאר?! און סיי אז דער חובב'ל איז עפעס אומאידענטיפיצירט, און עס קען אויך נישט זיין קיין זון פון משה'ס שווער ווייל עס שטייט דאך שוין 'מבני חובב חותן משה' (- איי עס שטייט אויך יתרו חותן משה, און ותבואנה אל רעואל אביהן, נו, 7 נעמען קאסט דאך נישט קיין געלט..).
עי' רמב''ן שם פרשת יתרו ושאר מפרשים שכתבו על זה באריכות.
  • די ווינדער ווערט אויך שטערקער אז סוף סדרא איז משה'ס ווייב א כושית גאר - נישט קיין מדינית..
איך ווייס נישט וואס איז די קשר צווישן די ערשטע שאלה און די שאלה...
בכל אופן, לויט רוב מפרשים איז נישט די כוונה כשית - פון לאנד כוש... (לדוגמא: תרגום/רש"י - שיין. אבע"ז - טינקל - ענליך צו כושיים). און די אבע"ז (לויט איין פשט) און די רשב''ם וועלכע לערנען יא אזוי, זענען מפרש אז מען רעדט פון א צווייטען - נישט פון צפורה.
  • דאן איז דא די אריינגערוקטע ויהי בנסוע דארט, מיט זיינע צוויי פארקערטע נון-משרתים פאר א גוט יאר. ווייסט איינער אפשר פארוואס פונקט נון? פארוואס איבערגעדרייט? (די שפתי חכמים'ס פשט קען איך אויך, איך זיך נאך פשוט'ער..) - ובכלל וועלכע 'בין פרעניות לפרעניות' גייט דא אנגעבליך פאר?
דאס איז נישט אן אות נ במקור. נאר א חלק פון פארצייטישע סימני פיסוק, ענליך צו אונזערע סוגריים.
עי' כאן
איבער די בין פורענות עי' רמב''ן שהאריך בזה.
  • דער אלדד ומידד געשיכטע איז ווייטער א פליאה - וואס איז געווען אזוי שלעכט אז משה האט זיי געזאלט מכלה זיין?
מיינסט מסתמא יהושע. ווייל משה האט טאקע צוריק געענטפערט "המקנא אתה לי"...
און די ווארט " כלאם". לויט רוב מפרשים איז נישט די כוונה זיי צו "מכלה" זיין. נאר מלשון "בית כלא"... ווי צו זאגן - האלט זיי אפ. אדער, שפאר זיי איין אין בית כלא. אין חז''ל שטייט (סנהדרין יז א) א פשט: הטל עליהם צרכי ציבור והם כלים מאליהם... אין 'ספרי' שטייט יא - כלאם מן העולם.
די סיבה פארוואס יהושע האט דאס געזאגט איז דא דערויף פארשידענע פשטים. אין חז''ל זענען דא צוויי פירושים. 1. זיי האבן מתנבא געווען אז משה מת ויהושע מכניס את ישראל לארץ, און יהושע האט דאס געזען ווי א מרידה אין די סמכות פון משה. 2. זיי האבן מתנבא געווען בפני רבם, כמורה הלכה בפני רבם.
אין רמב''ן איז דא נאך א פשט. אז יהושע האט זיי געהאלטן פאר פאלשע נבואים, וויבאלט זיי זענען נישט געווען א טייל פון די מתייצבים באהל מועד ווי די אנדערע שבעים זקנים.
לויט אנדערע האט ער בלויז געוואלט זיי איינצוימען צו א מקום מוצנע, זיי זאלן נישט מתנבא זיין "במחנה".
און אזוי זענען דא נאך פארשידענע פשטים.
  • סוף פרשה איז אויך מאדנע די לשון הפסוק ווען די אויבערשטער מוסר'ט אהרן ומרים אם יהיה נבואכם ה' במראה אליו אתודע בחלום אדבר בו, - וויאזוי טייטשט מען דאס? 'אליו אתודע' - ווער צו וועמען פונקטליך?
פשוט פשט גייט אזוי: אויב וועט עטס האבן נביאים - דאן דער באשעפער - בלויז במראה וועט ער זיך באווייזען - און אין א חלום וועט ער דערין רעדן. אנדערש איז אבער משה - בכל ביתי נאמן הוא וכו' (ע''פ תרגום אונקלוס).
אדער: (אפילו) אויב ענקער נביא וואלט ווען געווען א נביא ה' - וואלט נאכאלץ געווען אז, במראה אליו אתודע וכו' (אבע"ז).
אליו אתודע - דער באשעפער צו סיי וועלכע נביא (אויסער משה).

  • עס הייבט אים אן צו גיין קרום ווען ער לאזט די עולם הענגען - עמדו ואשמעה.. (רש"י פארגלעט עס מיט אן אשרי ילוד אשה געדאנק, אבער כפשוטו איז עס נישט געווען קיין בא'טעמ'טע סיטואציע פאר משה'ן).
צו דאס איז געווען בא'טעמ'ט ווייס איז נישט... אבער בין כך ובין כך זעה איך נישט ווי ער "לאזט דער עולם הענגען"... עמדו ואשמעה, שטייט דא, און מיר וועלן הערן.
  • דאן די שווער זיינע ביי וועם ער בעט זיך אזוי שיין צו פארבלייבן, אבער דאס שווער זאגט קאטעגאריש אפ. (אנדערש ווי אין פר' יתרו ווי משה פארשיקט אים אנשטאט).
ווי האסטו דאס געטראפען? אין פסוק שטייט נישט צו ער האט דאס אנגענימען אדער אפגעזאגט. ווער רעדט נאך פון "קאטאגאריש"... די רמב"ן זאגט אז ער האט דאס יא אנגענימען (עי' בדבריו בפרשת יתרו ווי ער שטעלט צוזאמען די צוויי סיפורים).
  • ער נעמט אויף 70 שוטרים און עס בעקפייערד מיט די צוויי ניי-אויפגייענדע שטערנס בעולם הנבואה - אלדד ומידד - וועלכע באדראען זאגאר משה'נס גאנצע פירערשאפט.
וואס האט איינס מיטן צווייטען? די זיבעציג נייע זקנים האט זיך גאר גוט אויסגעארבעט, און בכלל נישט בעקפייערט. אלדד ומידד זענען א באזונדערע נושא. און אדרבה, אלדד ומידד האבן בכלל נישט געבאדערט פאר משה... ער האט דאס אפילו געזען אלס א פאזיטיוו און געזאגט מי יתן כל עם ה' נביאים!
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: פרשת בהעלותך - א קריטיקל בליק

שליחה דורך berlbalaguleh »

פונדאמענטאל: א שטיקל ראיה צו דיין (און מיין) טעאריע אז "כושית" אין דעם פאל מיינט שיין. אז ציפורה איז געווען שיין. אין א הומאריסטישן וועג.

ביי די אפריקאנער-אמעריקאנער באפעלקערונג איז געווען אזא ווערטל..."בלעק איז ביוטיפול"...!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: פרשת בהעלותך - א קריטיקל בליק

שליחה דורך אלפא »

יישר כח @פונדאַמענטאַל פארן מגיב זיין באריכות.

אסאך פון וואס דו זאגסט האב איך געוויסט - בעיקר די רייד פון די מפרשים אויפן פלאץ. אפשר האב איך נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט אז איך זוך טאקע מער unconventional פשטים - די 'נון הפוכה' געדאנק סטיל..

אזויווי איך זאג צום סוף, עס שיינט (צו מיר עכ"פ) אז די מעשיות דא זענען נישט brand-new, און אויב נישט אין סדר שמות דאן זענען זיי איבערגע'חזר'ט אין דברים, מיט היבש אן אנדערע נאראטיוו וואס זיי שטעלן פאר אין יעדע פלאץ באזונדער. מיינע שאלות זענען נישט אזוי ווייט ספעציפיש אויף שווערע נקודות (אויף וואס די מפרשים העלפן טאקע אפט ארויס זייער גוט), נאר ענדערש אויפן ברייטן בילד אז דא אין סדר במדבר איז משה אראפגעמאלן היבש שוואכער ווי סיי וואו, און זיין פירערשאפט איז אסאך מער in question דורכאויס די געשעענישן פון בהעלותך-שלח-קרח...

איך בין פשוט נייגעריג צו איינער פון די 'תורת התעודות' אדער אנדערע השערות געבן אן עפעס וואס קען זיך לייגן אויפן שכל בשייכות צו די pattern וואס איז קענטליך דא?!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
פארשפארט