פרשת בהעלותך - א קריטיקל בליק

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 803
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3724 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2532 מאל

פרשת בהעלותך - א קריטיקל בליק

שליחה דורך אלפא »

אזויווי עס האט זיך פארלענגערט מאך איך עס אלץ עקסטערע אשכול

א גוטע וואך אידן.

איך האב שוין לאנג א טענה אויף די הלכה פון מעביר סדרא זיין (וואס איך בין שטרענג מקיים, אגב.) אז עס שטעלט מיר צו אסאך איבריג צייט צו טראכטן איבער ביקורת המקרא בעיון...

כלפי מה דברים אמורים? די פארגאנגענע וואך - פרשת בהעלותך געב איך מיר נישט קיין עצה מיטן פרשה, איך זיך סיי וועלכע הילף/ציטאטן/פשטים/אדער ארטיקלען (#@סקעפטיקער) איך אנטשולדיג זיך למפרע אויב עס איז אביסל וואלגאריש געשריבן.
  • קודם איז דא דער חובב בן רעואל המדיני חותן משה, רש"י אין פרשת יתרו מוטשעט זיך שוין, סיי ווען פונקטליך דאס האט זיך אפגעשפילט - דעמאלס - מתן תורה צייט אדער יעצט ביים צווייטן יאר?! און סיי אז דער חובב'ל איז עפעס אומאידענטיפיצירט, און עס קען אויך נישט זיין קיין זון פון משה'ס שווער ווייל עס שטייט דאך שוין 'מבני חובב חותן משה' (- איי עס שטייט אויך יתרו חותן משה, און ותבואנה אל רעואל אביהן, נו, 7 נעמען קאסט דאך נישט קיין געלט..).
  • די ווינדער ווערט אויך שטערקער אז סוף סדרא איז משה'ס ווייב א כושית גאר - נישט קיין מדינית..
  • דאן איז דא די אריינגערוקטע ויהי בנסוע דארט, מיט זיינע צוויי פארקערטע נון-משרתים פאר א גוט יאר. ווייסט איינער אפשר פארוואס פונקט נון? פארוואס איבערגעדרייט? (די שפתי חכמים'ס פשט קען איך אויך, איך זיך נאך פשוט'ער..) - ובכלל וועלכע 'בין פרעניות לפרעניות' גייט דא אנגעבליך פאר?
  • דער אלדד ומידד געשיכטע איז ווייטער א פליאה - וואס איז געווען אזוי שלעכט אז משה האט זיי געזאלט מכלה זיין?
  • סוף פרשה איז אויך מאדנע די לשון הפסוק ווען די אויבערשטער מוסר'ט אהרן ומרים אם יהיה נבואכם ה' במראה אליו אתודע בחלום אדבר בו, - וויאזוי טייטשט מען דאס? 'אליו אתודע' - ווער צו וועמען פונקטליך?
  • און אזוי ווייטער נאך קלייניקייטן וואס זענען אינטרעסאנטליך אין דעם סדרא.
_______________

וואס איז אבער מערקבאר מיט די פרשה ברייטער גערעדט, איז די בילד וואס עס טראגט וועלכע איז זייער ענליך צו די פרשיות בא - בשלח - יתרו.
  • קודם רעדט מען פון די קרבן פסח מיט א פרישקייט - א שטראל פון פרשת בא.
  • דאן זענען פארהאן די מתאוננים - זייער דומה צו פרשת בשלח - אויך מיט אן אילוסטראציע פון די מן (הגם אנדערש ווי דארט) און פייגלעך וועלכע קומען צו פליען.
  • דאן דעם פארשיקטן יתרו - ווי אויבן דערמאנט - וועלכע רוקט זיך אריין דא.
עס קען זיין עס איז מיין אייגענע שפעקולאציעס, אבער עפעס זעט אויס ווי אן ענליכע pattern קומט פאר אין ביידע ביינזאם.

________________

אויב איז ביז אהער נישט גענוג, איז דא איין נאראטיוו וואס לויפט יא אדורך דעם סדרא בלי ספק (ווי אויך די נאכפאלגענדע סדרות) - דאס איז די שוואכקייט/לוזערישקייט-בלשוננו פון משה רבינו:
  • עס הייבט אים אן צו גיין קרום ווען ער לאזט די עולם הענגען - עמדו ואשמעה.. (רש"י פארגלעט עס מיט אן אשרי ילוד אשה געדאנק, אבער כפשוטו איז עס נישט געווען קיין בא'טעמ'טע סיטואציע פאר משה'ן).
  • דאן די שווער זיינע ביי וועם ער בעט זיך אזוי שיין צו פארבלייבן, אבער דאס שווער זאגט קאטעגאריש אפ. (אנדערש ווי אין פר' יתרו ווי משה פארשיקט אים אנשטאט).
  • דאן די מתאוננים, וואו אנשטאט שטיין פעסט אנקעגן דעם פאלק (ווי אין פרשת בשלח), לויפט ער צום באשעפער מיט א 'למה הרעות' און א 'האנוכי הריתי וגו'' אינגאנצן מיואש.
  • ער נעמט אויף 70 שוטרים און עס בעקפייערד מיט די צוויי ניי-אויפגייענדע שטערנס בעולם הנבואה - אלדד ומידד - וועלכע באדראען זאגאר משה'נס גאנצע פירערשאפט.
ווידער קומען אהרן און מרים און בארעדן אים ווי עס ברויך (נישט) צו זיין, און די תורה נעמט זיך עפעס שרעקליך אן - 'והאיש משה עניו מאד' - נישט אינגאנצן קלאר צו עס איז אזא סטעיטמענט פארוואס עס גייט אים אלעס מיטן פיטער אראפ, אדער עס איז מער אזא מוסר פארוואס מ'טאר אים נישט טשעפענען, וצ"ע.

דאס איז אלץ נאר דעם סדרא.

קומענדיגע פרשה איז דא דעם דורכפאל מיט די מרגלים וואס אפי' נאכן גיין 'על פי ה'' לאזט זיך עס אויס זייער ביטער.
שפעטער וויל אים יעדער פארשטיינערן, און מ'פייפט אים נאך אן ווען ער סטראשערט 'והוא לא תצלח'..

פרשת קרח איז דאך אפגערעדט ווי עס איז די קלימאקס פון פאליטישע אויפשטאנדן אנקעגן זיין הנהגה, סיי פון קרח אליין, און דאן פון זיינע נאכפאלגער וועלכע געבן נישט אויף אפי' נאך קרח'ס טויט און באצייכענען אים אלס מאסן-מערדער - אתם המיתם את עם ה', א.א.וו.


_____________

אויב קען מען פראבירן צו אנאלאזירן א טראפקעלע מיט א קריטישן בליק (#ביקורת המקרא), שיינט עס ווי די זעלבע מעשה'יות זענען געשריבן געווארן אין דריי באשונדערע נאראטיוון. (דא איז וואו איך זיך הילף און לינק'ס).

אין ספר שמות איז משה דער נייע-שטארקע פירער מיט פול קאנטראל אויף די מאסן - וואו משה בויט אויף און ברענגט אריין דער באשעפערס נאמען ביים ציבור וועלכע טראסט נאכנישט פונקטליך דער נייע אנשיקעניש ('ויאמינו בשם ובמשה עבדו', ), דער עולם איז מתאוננן, משה רעגט זיך און טענה'ט ונחנו מה כי תלינו עלינו - ער ווארפט עס אן אויפן באשעפער..

אין ספר במדבר איז משה'ס לעגעסי זייער שוואך און אראפ-געקלאפט, עכ"כ אז דער באשעפער ענדיגט זיך נישט אננעמען פאר אים און אים ארויסהייבן ('עניו מאד', קרח'ס לאך, וכו וכו'. ), דער עולם איז מתאוננן און דער באשעפער רעגט זיך - ויחר אף ה'..

און אין ספר דברים ווערן די זעלבע מעשיות ערציילט פון משה'ס זייט - און די פאלק איז פלוצלינג שולדיג אין אלעם בייזן, די מרגלים איז זייער שולד, משה'ס -נישט קענען אריינגיין קיין א"י- איז זייער'ס א שולד, די 70 שוטרים איז פלוצלינג אויף זייער אקאונט (אין קאנטראסט צו פר' יתרו וואו יתרו שטופט דערצו, און פר' בהעלותך וואו דער באשעפער איז עס מציע..) וכו' וכו'..

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר