געזעצן פון טערמאדינאמיקס
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
עס איז אינטרעסאנט וואו דר. נאטאשא גאַלאָ און דר. סערגעי גאַלאַם אנאליזירן דאס פארשפרייטונג פון קאנספּירעסי טעאריעס אין טערמינען פון אינפארמאציע ענטראָפּי. וואו מעיקרא הייבט זיך עפעס אינפארמאציע אָן אין אַן אָרדערד סטעיט, און ווי עס פארשפרייט זיך ווערט עס ארויסגענומען פון קאנטעקסט דורך מענטשן אין צו א דיסאָרדערד סטעיט. ווען עס גייט איבער א געוויסע וועליוּ פון ענטראָפּי דערין, ווערט עס פארוואנדעלט אין א קאנספּיראציע טעאריע.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לאנדויער׳ס פּרינציפּ
מקושר צום צווייטן געזעץ איז דא די לאנדויער פּרינציפּ בנוגע אינפארמאציע. דאס לויטעט אז די ענערגיע וואס מ׳באדארף אויסנוצן אויף צו מאכן א קאמפּיוטעישאן מיט איין בּיט פון אינפארמאציע (וואו עס ווערט נתאפס אין צו עפעס אנדערש), איז כאטש די בּאָלטצמאן קאנסטענט טיימס די יעצטיגע טעמפּעראטור טיימס די נאטורליכע לאַגעריטם (מיט א בּעיס פון e) פון 2.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר. דניאל דענעט (און אנדערע) טענה׳ט קעגן דועליזם, אז דאס גייט בעצם קעגן דעם ערשטן געזעץ פון טערמאדינאמיקס, וועלכע איז דאך דאס קאַנסערוועישאן פון ענערגיע. דאס איז וויבאלד כדי די נפש זאל פועל זיין אויפ׳ן מח החומרי, מוז זיין אז די ענערגיע וואס מ׳זעהט אינעם מח החומרי׳ס סטעיטס בדבר מה, אז עס ״באקומט״ דאס פונעם נפש שאינה חומרי. וואס דאן באדייט דאס אז נייע ענערגיע ווערט באשאפן מאַיִן.
דר. ראַבּין קאַלינס טענה׳ט אז די קשיא איז נישט שטארק, וויבאלד די קאַנסערוועישאן פון ענערגיע האלט נישט בכל אופן בכל מקום בפיזיקס, וכדכתבתי לעיל. און ווי לדוגמא דער פיזיקער דר. ראַבּערט וואָלד (אַן אייניקל פונעם דור רביעי) האט געשריבן לגבי רעלאטיוויטי:

In general relativity there exists no meaningful local expression for gravitational stress-energy and thus there is no meaningful local energy conservation law which leads to a statement of energy conservation
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
בעצם קען מען זאגן אז די געדאנק פון מורפי׳ס געזעץ איז בעצם דאס געזעץ פון ענטראָפּי: עס איז פּראַבּעבּעליסטיק אז די מעקראָ סטעיט פון א געוויסע סיסטעם וועט זיין באי-סדר ווי איידער בסדר - וואס ״סדר״ דא באדייט דאך די סטעיטס דייקא וואס דער מענטש וויל דוקא (וואס איז דאך נישט עקוויליבּריִאוּם). דער פיזיקער ראבּערט מעטיוּס שרייבט טאקע אז די סייענטיפישע באזיס וואס די געזעץ פארמאגט יא (אחוץ די פסיכאלאגישע אספּעקט פון נאר סעלעקטיוולי געדענקען די פעלער ווען עס איז נישט געלונגען און מ׳האט געהאט עגמת נפש), איז טאקע מיוסד אויף דעם געדאנק פון די פּראַבּעבּיליטי דערין. אבער, ווי אויסגעשמועסט, איז נישט אזוי פשוט צו זאגן אז די געזעץ פון ענטראָפּי זאגט אז עס ״וועט (ובפרט, אלעמאל)״ נישט גיין גוט.
עס איז אויך סתם אזוי מן הראוי לציין אז ס׳דא ״יפּרום׳ס [Yhprum’s]״ געזעץ, וועלכע איז ״מורפי״ אויף צוריקצווועגס. דאס לויטעט אז עס זענען דא פעלער וואו זאכן וואס וואלטן ווען נישט געדארפט צו ארבעטן, ארבעטן אבער יא.
אגב, אז מ׳האט פריער דערמאנט דעם געדאנק אז ברויט פאלט אלס אראפ מיט׳ן זיין וואס האט פוטער צו די ערד, האט דער ראבּערט מעטיוּס דאס דורכגעטוהן עפ״י פיזיקס/מעכאניקס פארוואס דאס איז טאקע אזוי. ער האט געוואונען אַן איג נאבעל פרייז דערפאר. ער ענדיגט צו די פאפיר:

We end by noting that, according to Einstein, God is subtle, but He is not malicious. That may be so, but His influence on falling toast clearly leaves much to be desired
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
הרב דר. שפירא ברענגט דארט טאקע צו אז עס זענען דא מערערע פלעצער וואו מ׳קען דאס זעהן. ווי אויך אין זוהר.
ולענין נושא האשכול, ברענגט ער צו פון פּראפעסאר ישעיהו ליבוביץ (בהלצה?…) אז די מאמר פון ת״ח מרבים שלום בעולם איז בהלצה. עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז ס׳דא א דאקטרינע במלחמה, היפך השלום, פון די סאוויעטן וואס מ׳טערמינט ענטראָפּי-בּעיסט מלחמה. דאס איז מיוסד אויף דריי פּרינציפּן:
1). ליִטעליטי - דאס איז פשוט ווי סאך מ׳פארטיליגט פונעם שונא
2). דיסראָפּשען - דאס איז ווי מ׳צוברעכט דעם שונא׳ס לאדזשיסטיקס און סאָפּליי ליינס צום פראנט אא״וו; זאכן וואס פארמינערן די עפעקטיוונעס פונעם שונא צו קעמפן
3). פריקשאן - דאס איז וואו מ׳איז גורם אז דער שונא דארף אויסנוצן מער נכסים וכו׳ צו קעמפן ווייטער; צונעמען זיין ברענשטאף, מאראל וכדומה
טאמער איז דא ליִטעליטי און פריקשאן דאן איז דא מעניוּווער עטרישאן, וואו דער שונא האט נישט סאלדאטן צו ווייטער קעמפן. טאמער איז דא ליִטעליטי און דיסראָפּשען דאן איז דא קריטישע פאָנקשען דעסטראָקשען, וואו מ׳פארטיליגט קריטישע אפיצירן וכדומה פון קריטישע אינפראסטרוקטור וואס די שונא דארף פאר׳ן קאמף. טאמער איז דא פריקשאן און דיסראָפּשען דאן איז דא דיסארגעניזאציע, וואו כשמו כן הוא, דער שונא נוצט סיי אויס איבעריגע נכסים און זיין לאדזשיסטיקס דאס צו פירן צום ארמיי איז נישט עפעקטיוו; ס׳איז לגמרי נישט ארגאניזירט.
טאמער איז דא אלע דריי, דאן איז דא מאקסימום ענטראָפּי קעגן דעם שונא. ועיין כאן.
אגב, דר מאָריִס מזרחי ברענגט צו עטליכע פלעצער בתנ״ך ובתלמוד וואו מ׳טרעפט הומאר. ווי אזוי ער לייגט דאס אראפ איז זיס.

- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
Re: געזעצן פון טערמאדינאמיקס
צווישן די וואוסנשאפטלער ווערן אנגעגעבן עטליכע מאדעלן איבער דער צוקונפטיגע שיקזאל פונעם אוניווערס.
איינער פון די פארשלאגן איז אז דער גאנצע אוניווערס וועט עווענטואל צוריק ווערן אריינגעצויגן און זיך, ביז עס וועט נאכאמאל זיין איין סינגיולאריטי.
אריינקלערענדיג קען מען זאגן אז דאס מיינט אז ענטראפי וועט אנהייבן צו ארבעטן אויף פארקערט. דאס מיינט אז אלע געזעצן פון דער טבע וועלן ווייטער זיין דער זעלבע, נאר אויף פארקערט. צייט וועט פארן צוריקצווועגס, אנשטאט אלעס זאל שטרעבן צו הויכע ענטראפי וועט אלעס לויפן צו נידעריגע ענטראפי.
מען קען נעמען דער געדאנק נאך ווייטער, דאס מיינט אז א מענטש וועט געבוירן ווערן פון זיין קבר, אפלעבן א לעבן און שטארבן אין זיין מאמע'ס/טאכטער'ס בויך און וואס עס בלייבט איבער פון איהם, וועט צעטיילט ווערן צווישן זיינע עלטערן, דער לעצטע נאכט פון זיין עקזיסטענס...
עס איז אפשר אינטערעסאנט צוצולייגן אז כהיום איז דער טעאריע פון the big freeze מער אנגענומען, וועלכע לויטעט אז דער אוניווערס וועט פארזעצן זיך צו אויסשפרייטן ביז ווען עס וועט גרייכן מאקסימום ענטראפי און דאן וועט גארנישט געשען מער. (צייט וועט זיך ענדיגן. און אלעס וואס מ'האט געזאגט אויף זיי "יגמר הזמן והם לא יכלו" וועלן ווייטער פארזעצן אליין אין דער טינקל...)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דיכטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
יא יא. ווי כ׳האב ארויסגעברענגט איז טאקע די דירעקציע פון צייט געבינדן מיט דאס העכערונג פון ענטראָפּי. ועיין כאן ווי לפי דר. פרענק טיפּלער קען די מאדעל פונעם ״בּיג קראָנטש״ (אויב טונקעלע ענערגיע ווערט שוואכער וכו׳ און/אויב דאס מענטשהייט האט די טעכנאלאגישע יכולת דאס גורם צו זיין און/אדער דאס צו נוצן פאר קאָמפּיוּטינג פּאַוּער) זיין א ראציאנאלער פיזישער אפטייטש בתחיית המתים.
כמובן, אז דאס אז צייט גייט צוריקצווועגס דערמאנט פונעם קוּריאס קעיס פון בנימין בּאָטאן פילם פון דוד פינטשער. ועיין לעיל במה שהבאתי שיטתו של דר. וויקטאר סטענגער ויחסה צו קריסטאפער נאָלען׳ס טענעט פילם.
כ׳האב אפאר מאל צוגעברענגט אינעם אשכול די טעזע פונעם היץ-טויט פונעם יוניווערס שהוא ה״בּיג פריִז״. אגב, מ׳האט גענוצט די געדאנק פונעם היץ-טויט אלס א ראיה נגד קדמות העולם, נאך בעפאר מ׳האט געוואוסט איבער די בּיג בּענג וכו׳. דאס איז באקאנט אלס קעלווין׳ס פּאראדאקס. די קשיא איז אז אויב די וועלט איז קדמון, וויאזוי איז מען נאכנישט צוגעקומען צום טערמאדינאמיק/ענטראָפּיק עקוויליבּריִאוּם און היץ-טויט?
כמובן אז די צוויי מאדעלן זענען נישט אז די רעיט פון דאס עקסעלערעישאן פון טונקעלע ענערגיע אליינס וועט ווערן (נאך) שטערקער, וואס דאן וועט לבסוף דאס גאנצע יקום פון ספּעיסטיים אליינס ווערן צוריסן; די ״בּיג ריפּ״. אזא (איוב לח יג) לאחוז בכנפות הארץ וינערו רשעים ממנה.
כמובן, אז דאס אז צייט גייט צוריקצווועגס דערמאנט פונעם קוּריאס קעיס פון בנימין בּאָטאן פילם פון דוד פינטשער. ועיין לעיל במה שהבאתי שיטתו של דר. וויקטאר סטענגער ויחסה צו קריסטאפער נאָלען׳ס טענעט פילם.
כ׳האב אפאר מאל צוגעברענגט אינעם אשכול די טעזע פונעם היץ-טויט פונעם יוניווערס שהוא ה״בּיג פריִז״. אגב, מ׳האט גענוצט די געדאנק פונעם היץ-טויט אלס א ראיה נגד קדמות העולם, נאך בעפאר מ׳האט געוואוסט איבער די בּיג בּענג וכו׳. דאס איז באקאנט אלס קעלווין׳ס פּאראדאקס. די קשיא איז אז אויב די וועלט איז קדמון, וויאזוי איז מען נאכנישט צוגעקומען צום טערמאדינאמיק/ענטראָפּיק עקוויליבּריִאוּם און היץ-טויט?
כמובן אז די צוויי מאדעלן זענען נישט אז די רעיט פון דאס עקסעלערעישאן פון טונקעלע ענערגיע אליינס וועט ווערן (נאך) שטערקער, וואס דאן וועט לבסוף דאס גאנצע יקום פון ספּעיסטיים אליינס ווערן צוריסן; די ״בּיג ריפּ״. אזא (איוב לח יג) לאחוז בכנפות הארץ וינערו רשעים ממנה.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ומענין לענין בענין זה איז ענליך צו ווי מ׳זעהט אינעם בילד, האבן די דריי מאדעלן ענליכקייטן לגבי וויאזוי די קוּרוועטשור פון ספּעיס איז. דאס ווערט נקבע ע״י די עוורידזש דענסיטי פון די מאסע (וואס מ׳ווייסט/זעהט וכו׳) פאר א קיוּבּיק (3D) מעטער אין די יוּניווערס וואס מ׳האט, דיוויידעד ביי די קריטישע דענסיטי, והיינו די דענסיטי עס פעהלט אויס צו האלטן (ע״י די גראוויטי פון אט די דענסיטי פון מאסע) אז די עקספּענשאן זאל זיך נישט פארשנעלערן [אַן עוורידזש פון בערך 10 היידראדזשען אטאמען פאר א קיוּבּיק (3D) מעטער]. אויב קומט עס אויס צו 1 איז עס פלאך און די עקספּענשאן אקעגן די גראוויטי פון די מאסע איז בּאלאנסירט. אויב קומט עס אויס צו מער ווי 1 (וויבאלד עס איז דא מער דענסיטי פון וואס מ׳דארף) דאן איז עס פארמאכט כעין א (טאפּאלאגישע) בּאָלי, וואו די גראוויטי פון די מאסע איז שטערקער ווי די כח פון די עקספּענשאן. אויב קומט עס אויס צו ווייניגער ווי 1 (די קריטישע דענסיטי איז מער) דאן איז דאס ״אפען״ כעין א זאָטל, וואו די כח פון די עקספּענשאן איז שטערקער ווי די כח פון די גראוויטי פון די מאסע עס האט. אבער אפילו אויב עס איז פלאך, באדייט דאס נאר אז די עקספּענשאן וועט זיך אפשטעלן ביי עפעס א צייט; די צייט קען אבער זיין אינפיניט.
לע״ע וואס מ׳זעהט איז אז עס איז יא כמעט 1 וממילא בעצם פלאך. ואולי קען מען מיט דעם זאגן א רמז בפסוק (איוב יב כב-כג) מגלה עמוקות מני חשך ויצא לאור צלמות, משגיא לגוים ויאבדם ״שטח״ לגוים וינחם. והיינו, אז אויב די יוניווערס איז ״שטוח״ מחמת די עקספּענשאן נגד החומר, וועט דאס עווענטועל צוקומען צו א היץ-טויט צלמות וחושך. אבער דערנאך, עפ״י קוואנטום פלאָקטוּעישאנס, קען עס צוריקקומען למאמר ״יהי אור״.
דאס אז די יוּניווערס איז אין אונזער עפאכע (כמעט) פונקט פלאך וממילא אינעם עבר נאך מער פלאך, איז איינע פון די פּאַראַמעטערן וואס ווערן גענוצט אינעם פיין-טוּנינג ארגומענט, ווייל נאר עפי״ז האבן שטערנס וכו׳, וממילא אונז געקענט צושטאנד קומען.
כמובן איז דאס אלעס זייער אָווערסימפּליפייד. און וועגן דעם האב איך געשריבן ״ענליך״. לדוגמא, די עקסעלערעישאן/עקספּענשאן איז נישט ממש ממש מקושר מיט די שׁעיפּ פון ספּעיס/די יוּניווערס. די עקסעלערעישאן/עקספּענשאן איז מער מקושר מיט טונקעלע ענערגיע און ספּעיסטיים וועלכע איז טאקע נישט פלאך. מיינענדיג, די עקספּענשאן קען עקסעלערעיטן בשעת די טאפּאלאגישע שׁעיפּ פונעם אַבּזערוועבּל יוּניווערס בלייבט בעצם פלאך. ועיין כאן. ווי אויך איז די ״בּיג ריפּ״ נישט תלוי אין דעם צו די דענסיטי הנ״ל איז ווייניגער ווי 1; עס ווענדט זיך אין די כח פון די טונקעלע/פענטאם ענערגיע אליינס. הגם אז א ״בּיג ריפּ״ קען נאר פאסירן (און נישט דייקא בהכרח) אין אַן אפענע/הייפּערבּאַליק יוּניווערס, און א ״בּיג קראָנטש״ נאר אין א פארמאכטע.
אגב, אז מ׳רעדט שוין פון א מעגליכע פארמאכטע טאפּאלאגישע ספעריקעל יוּניווערס, איז מענין לענין באותו ענין אינטרעסאנט ווי דר. מאסטאַפאַ אבּדעלקאַדער האט (קאמפּליצירטערהייט) אויסגעארבעט מאטעמאטיש (ע״י א מעפּינג) אז מ׳קען בעצם זאגן אז די גאנצע יוּניווערס איז בתוך א הוילע ערד-קוגל, וואו די זון, שטערנס און בעצם די גאנצע קאַסמאָס זענען ביים סענטער פון די רעידיאוס וואס דארט ווערט לענג וכו׳ אינפיניט (ווי שנעלקייט של דברים ווערן נענטער און נענטער צו 0), בשעת אונז זענען אויף די קראָסט פון אינעווייניג. ווי אויך אז ליכט שטראלן גייען אטאמאטיש אין קוּרווס ווי איידער גראד בסתם (דאס דערמאנט א משהו פון דר. דזשעיסאן לייל׳ס תורה לגבי דאס שנעלקייט פון ליכטיגקייט, כדי אָנצוהאלטן א גיל העולם פון 6,000 יאר). וכדומה. און ווי דר. יואל פראליך שרייבט בזה:

וידועים דברי דר. קאַרל פּאַפּער בקביעות מהו ״סייענס״.According to Martin Gardner, Abdelkader’s mental acrobatics create ‘a consistent physics that cannot be falsified by any conceivable observation or experiment!’ But how can something so stupid not be falsifiable? Such a question treats unfalsifiability as an alibi rather than a liability. It assumes, naively, that models are innocent until proven guilty
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אין זיין דעבאטע מיט דר. שׁאַן קעראל, דינגט זיך דר. וויליאם לעין קרעיג מיט דר. קעראל׳ס קאסמאלאגישע מאדעל. ער טענה׳ט אז אדער באדייט דאס אז ענטראָפּי ווערט ווייניגער, טאמער באטראכט איך דאס גאנצע אין איין דירעקציע. אדער איז דאס פשוט צוויי דירעקציעס פון צייט אין דאס זעלבע דירעקציע, נאר פשוט אַנדערע יוּניווערסעס מיט אַן אייניגן אָנהויב און א ספּליט; נישט ״צוריקצווועגס״.
ער טענה׳ט אויך אז ענטראָפּי איז ל״ד די הוכחה פאר די פאראויס/איין-וועג דירעקציע פון צייט. עס איז עווידענס דערצו אבער נישט מער. ווייל ער טענה׳ט אז פון א פיזישן שטאנדפונקט קען מען באטראכטן פארקערט, אז וואו ענטראָפּי ווערט מער איז די עבר, און וואו עס ווערט ווייניגער אלס די עתיד. גראדע אונז זעה׳מיר דאס אלס א פּאָר וואו וואו עס ווערט מער איז דער עתיד, אבער ער טענה׳ט אז די פיזישע עקוועישאנס זענען דאס נישט מכריח אלס די ״עתיד״ דוקא.
דר. קעראל טענה׳ט דארט אין די דעבאטע:
דר. קעראל טענה׳ט דארט אין די דעבאטע:
דר. קרעיג ענטפערט דערויף עפ״י דר. ראַבּין קאַלינס:Theism fails as an explanation. Even if you think the universe is finely-tuned and you don’t think that naturalism can solve it, theism certainly does not solve it. If you thought it did, if you played the game honestly, what you would say is, “Here is the universe that I expect to exist under theism. I will compare it to the data and see if it fits.” What kind of universe would we expect? I’ve claimed that over and over again the universe we would expect matches the predictions of naturalism not theism. So the amount of tuning, if you thought that the physical parameters of our universe were tuned in order to allow life to exist, you would expect enough tuning but not too much. Under naturalism, a physical mechanism could far over-tune by an incredibly large amount that has nothing to do with the existence of life and that is exactly what we observe. For example, the entropy of the early universe is much, much, much, much lower than it needs to be to allow for life
ער טענה׳ט אויך אז עס איז מעגליך פארהאן לעבן אויף אנדערע פּלאנעטן וואס באדארפן אז די ענטראָפּי ביים אָנהויב זאל זיין אזוי נידעריג. און ווי דר. שׁאַן קעראל ברענגט ארויס איז די גאר נידעריגע ענטראָפּי בריש היצור, מקושר בזה עם ההרבה הרבה געלעקסיס בהיוּנעווערס. (ונמצא מזה אז עקסטרע-טערעסטיעל לעבן קען גאר זיין א חיזוק למציאות הא-ל.)As Robin Collins has pointed out, even if a general low entropy condition is not necessary for our existence, it is necessary for the discoverability of the universe. God hasn’t given us an instruction manual about how the world works. But what he has done is make a world which is susceptible to rational exploration and discovery. And if God wanted to make a universe discoverable by embodied, conscious agents, he might well make it in such a low entropy condition
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מי אני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
קאלאם קאסמאלאגישע ארגומענט און ענטראָפּי
די קאלאם קאסמאלאגישן ארגומענט האט בעצם צוויי הנחות: אז די וועלט איז נישט מוקדם און האט זיך אָנגעהויבן א פיניט צייט צוריק; און אז אלעס וואס האט אַן אָנפאנג ביי וועלכעס עס איז צושטאנד צוקומען, מוז בע״כ האבן א פועל מקודם. ועפ״י די צוויי הנחות מוז די יוּניווערס האבן א פועל שפעל עליו להוציאו, און דאס איז ״ג-ט״. הרב דר. שמואל לעבּענס טענה׳ט אז מ׳קען זיך דינגען אויף די צווייטע הנחה אז ״מאן יימר?״ עס האט די זעלבע שוואכקייט וואס דוד הום ברענגט ארויס אין זיין פראבלעם פון אינדאָקשען: אז דאס וואס מ׳זעהט אז ס׳איז כסדר ולעולם געווען אזוי, זאגט מיר אז אזוי איז אלעמאל. אבער דאס אז אזא סארט ריזענינג ארבעט, איז אליינס מכח אינדאָקשען אז עס האט אלעמאל געגילט און געהאלטן.
ובפרט אז מ׳אינדאָקט דערפון צו וויאזוי עס דארף אויסזעהן אין אָנהויב פונעם בריאה על הכלל. וואס אויף דעם האט דאך דער רמב״ם גע׳טענה׳ט במו״נ ח״ב פי״ז נגד אריסטו ושיטתו של קדמות, מיט דעם אז ער האט אינדוּסט די פּרינציפּן וכללים פון ווי אזוי עס איז יעצט, אז אזוי דארף זיין בעת התחדש כל דבר בפרו וגם כל העולם כללו בכלל. אבער מאן יימר? (דאס איז א נוסח פונעם פאָלאָסיִ פון קאַמפּאַזישאן.)
די בּאָרד-גוּט-ווילענקין טעארעם לויטעט אז יעדעס יוּניווערס וועלכע האט זיך דורכאויס איר היסטאריע געטוהן כסדר (ביי עוורידזש) עקספּענדן, מוז בהכרח האבן א פונקט ווען עס האט זיך אָנגעהויבן און עס קען נישט זיין אינפיניט בקדמות. דר. וויליאם לעין קרעיג אין נוצט דאס אלס א הוכחה צו דעם ערשטן הנחה אז די יוּניווערס האט בהכרח געהאט אַן אָנהויב. אבער דר. אלכסנדר ווילענקין אליין זאגט דערויף לגבי די צווייטע הנחה:
דר. ווילענקין דינגט זיך דארט מיט זיי אז ביי א ״פארמאכטע״ יוּניווערס איז עס יא שייך אז עס זאל אלס זיין בקדמות מעולם, און עס איז נאר די עקספּענשאן וואס האט זיך אָנגעהויבן. כידוע, איז ווי ווייט מ׳זעהט די אַבּזערוועבּל יוּניווערס פלאך, אבער, כעין כנ״ל, איז שווער דן צו זיין אז דאס איז אזוי פאר׳ן גאנצן יוּניווערס על הכלל כולו. ווי אויך טענה׳ט ער קעגן סייקליק מאדעלן, וואו די בריאה וחורבן העולם גייט כסדר איבער און איבער, עפ״י דעם צווייטן געזעץ פון טערמאדינאמיקס, וויבאלד לפי״ז וואלט די ענטראָפּי געדארפט האלטן אין איין וואקסן ביי יעדעס נייע סייקל, און ביי אינפיניט מאל וואלט מען שוין געהאלטן ביי מאקסימום ענטראָפּי שייך. דאס איז אחוץ טאמער טענה׳ט מען אז ביי יעדעס סייקל ווערט די וואַליוּם פון די יוּניווערס גרעסער, ולכן איז נישט שייך קיין ״מאקסימום ענטראָפּי״, וויבאלד הגם די ענטראָפּי איז טאקע געוואקסן, איז עס אבער יעצט ביחס צום נייעם גרעסערן וואַליוּם, דאס זעלבע ווי פריער. אבער דאן באדייט דאס דאך על הכלל כסדר׳דיגע עקספּענשאן, וואס דאן זאגט דאך די בּאָרד-גוּט-ווילענקין טעארעם אז עס קען נישט זיין בקדמות.
דר. שׁאַן קעראל פרעגט אויך די זעלבע פירכא אויף די צווייטע הנחה פונעם קאלאם קאסמאלאגישן ארגומענט:

ער זאגט אז מ׳קען נישט זאגן אז די קאַנסערוועישאן פון ענערגיע איז מכריח די הנחה, זייענדיג אז מ׳זעהט דאך דאס גאנצע ״יש״ וואס איז דאך פּאזיטיווע ענערגיע. וויבאלד לעומת זה איז דא נעגאטיווע ענערגיע פון די גרעוויטעישאנעל פיעלד, וואס דאס קען מבטל זיין די פּאזיטיווע ענערגיע צו 0. און אין אזא פאל דערלאזט דאס קוואנטום מעכאניקס צו אפירקומען ספּאַנטעיניאָסלי. און אז דאס ווערט דערלאזט דורך קוואנטום מעכאניקס, וועט דאס פאסירן מיט עפעס א פּראַבּעבּיליטי. דאס איז בפרט וואו מ׳האט א ביים מאָלטיווערס וועלכע קען דורך די קוואנטום פּראצעדור ארויסגעבן ״פארמאכטע״ יוּניווערסעס על זה הדרך; און דאס קען יא זיין בעצם יא זיין מוקדם ווייל נישט דאס עקספּענד - עס פאר זיך האט נישט קיין דזשיאָדעסיקס. ועיין כאן. (דאס דערמאנט אביסל פונעם נרבוני׳ס טענה, און טאקע לגבי קדמות.)What causes the universe to pop out of nothing? No cause is needed
When physicists or theologians ask me about the BGV theorem, I am happy to oblige. But my own view is that the theorem does not tell us anything about the existence of God. A deep mystery remains. The laws of physics that describe the quantum creation of the universe also describe its evolution. This seems to suggest that they have some independent existence
What exactly this means, we don’t know. And why are these laws the ones we have? Why not other laws? We have no way to begin to address this mystery
דר. ווילענקין דינגט זיך דארט מיט זיי אז ביי א ״פארמאכטע״ יוּניווערס איז עס יא שייך אז עס זאל אלס זיין בקדמות מעולם, און עס איז נאר די עקספּענשאן וואס האט זיך אָנגעהויבן. כידוע, איז ווי ווייט מ׳זעהט די אַבּזערוועבּל יוּניווערס פלאך, אבער, כעין כנ״ל, איז שווער דן צו זיין אז דאס איז אזוי פאר׳ן גאנצן יוּניווערס על הכלל כולו. ווי אויך טענה׳ט ער קעגן סייקליק מאדעלן, וואו די בריאה וחורבן העולם גייט כסדר איבער און איבער, עפ״י דעם צווייטן געזעץ פון טערמאדינאמיקס, וויבאלד לפי״ז וואלט די ענטראָפּי געדארפט האלטן אין איין וואקסן ביי יעדעס נייע סייקל, און ביי אינפיניט מאל וואלט מען שוין געהאלטן ביי מאקסימום ענטראָפּי שייך. דאס איז אחוץ טאמער טענה׳ט מען אז ביי יעדעס סייקל ווערט די וואַליוּם פון די יוּניווערס גרעסער, ולכן איז נישט שייך קיין ״מאקסימום ענטראָפּי״, וויבאלד הגם די ענטראָפּי איז טאקע געוואקסן, איז עס אבער יעצט ביחס צום נייעם גרעסערן וואַליוּם, דאס זעלבע ווי פריער. אבער דאן באדייט דאס דאך על הכלל כסדר׳דיגע עקספּענשאן, וואס דאן זאגט דאך די בּאָרד-גוּט-ווילענקין טעארעם אז עס קען נישט זיין בקדמות.
דר. שׁאַן קעראל פרעגט אויך די זעלבע פירכא אויף די צווייטע הנחה פונעם קאלאם קאסמאלאגישן ארגומענט:
דר. קרעיג טענה׳ט צוריק דערקעגן עפ״י דר. אלכסנדר פּרוס:There’s a deep philosophical difference between us. I claim that a consistent, complete model that fits the data accounts for what we see in the world is a success. There’s no right that we have to demand more than that, and I believe that Dr. Craig’s response was, “Yes there is.” I don’t think this counts as a very good response. It’s a very difficult thing because the universe is different than our everyday experience. That doesn’t sound like a surprising statement but we really need to take it to heart. To look at a modern cosmological model and say, “Yes, but what was the cause?” is like looking at someone taking pictures with an iPhone and saying, “But where does the film go?” It’s not that the answer is difficult or inscrutable; it’s completely the wrong question to be asking. In fact it’s a little technical, but I think it’s worth getting it right. Why should we expect that there are causes or explanations or a reason why in the universe in which we live? It’s because the physical world inside of which we’re embedded has two important features. There are unbreakable patterns, laws of physics — things don’t just happen, they obey the laws — and there is an arrow of time stretching from the past to the future. The entropy was lower in the past and increases towards the future. Therefore, when you find some event or state of affairs B today, we can very often trace it back in time to one or a couple of possible predecessor events that we therefore call the cause of that, which leads to B according to the laws of physics. But crucially, both of these features of the universe that allow us to speak the language of causes and effects are completely absent when we talk about the universe as a whole. We don’t think that our universe is part of a bigger ensemble that obeys laws. Even if it’s part of the multiverse, the multiverse is not part of a bigger ensemble that obeys laws. Therefore, nothing gives us the right to demand some kind of external cause
The idea that our intuitions about cause and effect that we get from the everyday experience of the world in this room should somehow be extended without modification to the fundamental nature of reality is fairly absurd
Now there’s a theorem by Alan Guth, Arvind Borde, and Alex Vilenkin that says the universe had a beginning. I happen to have Alan Guth right here. One of the authors of the Borde-Guth-Vilenkin Theorem. He says, “I don’t know whether the universe had a beginning. I suspect the universe didn’t have a beginning. It’s very likely eternal but nobody knows.” Now how in the world can the author of the Borde-Guth-Vilenkin theorem say the universe is probably eternal? Because the theorem is only about classical descriptions of the universe not about the universe itself
The universe is different than things inside the universe. As I tried to explain, there is a reason why there are reasons why. There are reasons why in our everyday life it is perfectly correct to speak a language of causation and explanation and invention and creation, and when you look carefully what those reasons are, they don't apply to the universe. The universe isn't part of a bigger structure in which there are patterns, evolution laws, arrows of time, expectations for what should happen
I do not think that if the universe has a first moment in time that means there is any sort of eternal or preexisting conditions or rules or laws or anything like that. It simply means that our best and maybe the correct description of the cosmos is one that had a first moment in time. The question is, can that be self-contained in the sense that I'm using it, which is that if I write down the equations and the conditions and so forth that describe the universe with an earliest moment, am I done? Are there questions that I might have about that universe that cannot be answered by that formalism? And I think there is no obstacle whatsoever to coming up with such models. And so I would simply un-ask the question. I would say, no, there aren’t preexisting or eternal rules. There is the universe and the universe has a first moment and the universe obeys rules during those moments when the universe exists. During those moments when the universe does not exist, there are no moments, there is no time, there are no rules
Also, I don't think it's the right thing to say that the Borde-Guth-Vilenkin theorem says that the classical universe had a beginning. The part of the universe that we can describe using classical space-time had a beginning just like this room had a beginning. But that says nothing at all about the universe as a whole. Alan Guth does not believe the universe is eternal because it's a hunch or personal preference. It's because he's a scientist and he's trying to develop models that fit the data. We have puzzles in cosmology. Given his knowledge of the models, he believes the best way forward, the most promising way forward, are the models in which the universe is eternal. He knows that there is a theorem saying if you obey the rules of quantum mechanics under the assumptions I gave the universe must be eternal. He knows the early universe had a low entropy and the best possible explanation we currently have for dynamically explaining that involves an eternal cosmology. This is exactly how scientists work all the time
ובסתם בנוגע די בּיג בּענג און קדמות, שרייבט דר. קעראל:When Dr. Carroll says, “The universe is different than our experience,” this is really committing what Alexander Pruss calls the taxi-cab fallacy, that is to say, you go with the causal principle until you reach your desired goal and then you think you can just dismiss it like a hack because you don’t want there to be a cause of your entity – the universe. But if the universe came into existence, if the universe is not eternal, then surely it would need to have a cause. In fact, to deny this is unscientific because the whole project of contemporary cosmogony is to try to find what is the cause of the universe! So on his principle, it would be a science-stopper and would destroy his very field of expertise
I haven’t spoken to Alan Guth about the theorem. I have spoken with Vilenkin. I think that they would agree that the theorem under this single stated condition shows that classical space-time did have to have a beginning, and Guth doesn't dispute that. He says that. Now when he holds up a little sign saying “I think the universe is probably eternal,” that's probably just reflecting a sort of personal preference or skepticism that maybe we'll find a quantum theory or something that will be a non-classical model that will restore the eternality of the universe. That could be his predisposition or his hope or hunch or something of that sort. But in terms of scientific evidence, there's no evidence at all that the universe is beginningless. As Vilenkin said, all of the evidence is on one side of the scale, that the universe began to exist, and there are no models of a beginningless universe that are successful. So I don't know exactly what he meant by that. But I think we do know that the implications of the theorem are that any model that falls under its single condition will have a beginning to classical space-time. And also I would say that models that don't fall under that condition usually always have other problems, as well. And then I argued that this quantum gravity regime, if there was such a thing that preceded the classical space-time regime, that marked the beginning of the universe, if the universe didn't begin at the classical space-time boundary
ועיין במש״כ בכל זה מכאן ולהלן באשכול זו.One sometimes hears the claim that the Big Bang was the beginning of both time and space; that to ask about spacetime “before the Big Bang” is like asking about land “north of the North Pole.” This may turn out to be true, but it is not an established understanding. The singularity at the Big Bang doesn’t indicate a beginning to the universe, only an end to our theoretical comprehension. It may be that this moment does indeed correspond to a beginning, and a complete theory of quantum gravity will eventually explain how the universe started at approximately this time. But it is equally plausible that what we think of as the Big Bang is merely a phase in the history of the universe, which stretches long before that time – perhaps infinitely far in the past. The present state of the art is simply insufficient to decide between these alternatives; to do so, we will need to formulate and test a working theory of quantum gravity
The issue of whether or not there actually is a beginning to time remains open. Even though classical general relativity predicts a singularity at the Big Bang, it’s completely possible that a fully operational theory of quantum gravity will replace the singularity by a transitional stage in an eternal universe. A variety of approaches along these lines are being pursued by physicists: bouncing cosmologies in which a single Big Crunch evolves directly into our observed Big Bang, cyclic cosmologies in which there are an infinite number of epochs separated by Big Bangs, and baby-universe scenarios in which our Big Bang arises spontaneously out of quantum fluctuations in an otherwise quiet spacetime. There is no way to decide between beginning and eternal cosmologies on the basis of pure thought; both possibilities are being actively pursued by working cosmologists, and a definitive judgment will have to wait until one or the other approach develops into a mature scientific theory that makes contact with observations
A provocative way of characterizing “beginning” cosmologies is to say that “the universe was created from nothing.” Much debate has gone into deciding what this claim is supposed to mean. Unfortunately, it is a fairly misleading natural-language translation of a concept that is not completely well-defined even at the technical level. Terms that are imprecisely defined include “universe,” “created,” “from,” and “nothing.” (We can argue about “was”)
Nothing in the fact that there is a first moment of time, in other words, necessitates that an external something is required to bring the universe about at that moment. As Hawking put it in a celebrated passage:
So long as the universe had a beginning, we could suppose it had a creator. But if the universe is really self-contained, having no boundary or edge, it would have neither beginning nor end, it would simply be. What place, then, for a creator?
Georges Lemaitre himself, the Belgian priest and physicist who in the 1920’s developed the original Big Bang model (which he called the “primeval atom”), resolutely declined to draw any theological conclusions from his theory, preferring to keep his religious beliefs strictly separate from his scientific work. He later served as a member of the Pontifical Academy of Sciences, and advised Pope Pius against using scientific discoveries as evidence in theological arguments
. . .
There is another angle often taken by natural theologians in explaining God’s usefulness to cosmology: that, whatever the facts of the world might be and whatever patterns they might follow, only a divine being can offer a “reason why” things are that way, over and above the facts and patterns themselves
These ideas all arise from a conviction that, in various contexts, it is insufficient to fully understand what happens; we must also provide an explanation for why it happens – what might be called a “meta-explanatory” account.
It can be difficult to respond to this kind of argument. Not because the arguments are especially persuasive, but because the ultimate answer to “We need to understand why the universe exists/continues to exist/exhibits regularities/came to be” is essentially “No we don’t.” That is unlikely to be considered a worthwhile comeback to anyone who was persuaded by the need for a meta-explanatory understanding in the first place
Granted, it is always nice to be able to provide reasons why something is the case. Most scientists, however, suspect that the search for ultimate explanations eventually terminates in some final theory of the world, along with the phrase “and that’s just how it is.” It is certainly conceivable that the ultimate explanation is to be found in God; but a compelling argument to that effect would consist of a demonstration that God provides a better explanation (for whatever reason) than a purely materialist picture, not an a priori insistence that a purely materialist picture is unsatisfying
Why are some people so convinced of the need for a meta-explanatory account, while others are perfectly happy without one? I would suggest that the impetus to provide such an account comes from our experiences within the world, while the suspicion that there is no need comes from treating the entire universe as something unique, something for which a different set of standards is appropriate
In Aristotle’s Metaphysics, he suggested the need for an “unmoved mover” to explain the motion of ordinary objects. That makes sense in the context of Aristotle’s physics, which was fundamentally teleological: objects tended toward their natural place, which is where they wanted to stay. How, then, to account for all the motion we find everywhere around us? But subsequent developments in physics – conservation of momentum, Newton’s laws of motion – changed the context in which such a question might be asked. Now we know that objects that are moving freely continue to move along a uniform trajectory, without anything moving them. Why? Because that’s what objects do. It’s often convenient, in the context of everyday life, for us to refer to this or that event as having some particular cause. But this is just shorthand for what’s really going on, namely: things are obeying the laws of physics
Likewise for the universe. There is no reason, within anything we currently understand about the ultimate structure of reality, to think of the existence and persistence and regularity of the universe as things that require external explanation. Indeed, for most scientists, adding on another layer of metaphysical structure in order to purportedly explain these nomological facts is an unnecessary complication
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר. שׁאַן קעראל שרייבט: דא איז ער מסביר אז ענערגיע ווערט אויך נישט געזעהן צו זיין קאַנסערווד אין קוואנטום מעכאניקס.מי אני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 01, 2023 6:34 pm דא זאגט דער פיזיקער דר. דניאל ווייטסאן אז די עקספּענשאן פונעם יוּניווערס, וואס דאס ברענגט מער טונקעלע ענערגיע (וואס טוהט ווייטער שטופן די עקספּענשאן, וחוזר חלילה) און טוהט דאדורך אויך רעדשיפטן פאטאנס וממילא פארלירן זיי ענערגיע (אויף אסאך א קלענערן פארנעם), באדייט אז קאַנסערוועישאן פון ענערגיע האלט נישט. ער זאגט אז דאס איז מכח דעם אז די עקספּענשאן פון די יוּניווערס טוהט טאקע צוברעכן דעם סימעטרי פון ספּעיסטיים אין וועלכעס די קאַנסערוועישאן פון ענערגיע איז אָנגעוואנדן.
ער זאגט אז עס איז למעשה קאנטראווערסיאנאל און עס זענען דא פיזיקער וואס טענה׳ן אז די עקספּענשאן פון די יוּניווערס איז גורם נעגאטיווע גראוויטעישאנעל (פעלד) ענערגיע וואס טוהט אָפסעטן די טונקעלע ענערגיע וואס קומט צו, וממילא איז נאך אלס דא קאַנסערוועישאן פון ענערגיע.
***
ולגבי סייקליק מאדעלן שרייבט דער אור ה' (מאמר ג ח"א כלל א פ"ה):
ואם שנתיר לעצמינו מה שנמצא בקצת מאמרים לחכמינו ז״ל, הביאם הרב המורה, ולא ראינו חולק עליהם. אמרם (ב״ר פ״ג): ״מלמד שהיה בונה עולמות ומחריבן״. ומהם אמרם: ״מלמד שהיה סדר זמנים קודם לכן״. הכוונה מהם לפי מה שנראה — החידוש התמידי; אלא שהיו הוים בעת ידוע ונפסדים בעת ידוע, אם בהתהוות האישים והפסדם, ואם להיות כל אחד מהם הולך מהאחר מדריגת השלימות. ואפשר שזה שאנחנו בו ישאר נצחי, ואפשר שיפסד ויבא אחריו עולם אחר, הולך מזה מהלך השלימות, כמדריגת החי מהצומח. כי בזה דלתי החקירה נעולות, והדברים עתיקים למקבלי האמת. ואם היה מהחכמים שהרחיקו מאד הפסד העולם מצד העיון, הנה יתבאר בקלות שאין בכל מה שאמרו שיחייב מה שחייבו.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר. מעט אָ׳דאַוּד ברענגט ארויס אז ענטראָפּי קען באדייטן די צאל באהאלטענע אינפארמאציע אינעם סיסטעם וואס מ׳קען נישט זעהן אויף די מעקראָסקאַפּיק סקעיל. און דאס איז טאקע ביי א שווארצע לאך, וואו די ענטראָפּי איז גאר הויך וויבאלד איר אינפארמאציע איז באהאלטן. ועפי״ז האט מען אויסגעשטעלט די מאטעמאטישע פארמיולא פאר א שווארצע לאך׳ס ענטראָפּי:
ווי מ׳זעהט איז די ענטראָפּי מקושר מיט איר עווענט הארייזאן, וואס איז איר סוּרפעס עריע, ווי איידער איר וואַליוּם, וועלכע פירט אריין צום געדאנק פונעם האָלאָגרעפיק פּרינציפּ.
דא איז ער מסביר וואו ביי סוּפּערפלוּאידס איז נישטא קיין געהעריגע פריקשאן, וויבאלד עס איז נישטא גענוג ענערגיע אין אירע פּארטיקלס צו אויפטוישן צווישן זיך ווען זיי באגעגענען זיך, און די השלכות דאס האט אויף די וואָרטעקסעס דערפון. ער ברענגט אויך צו ווי דאס איז וואס קען זיין אינעווייניג פון ניוּטראן שטערנס.
דא איז ער מסביר וואו ביי סוּפּערפלוּאידס איז נישטא קיין געהעריגע פריקשאן, וויבאלד עס איז נישטא גענוג ענערגיע אין אירע פּארטיקלס צו אויפטוישן צווישן זיך ווען זיי באגעגענען זיך, און די השלכות דאס האט אויף די וואָרטעקסעס דערפון. ער ברענגט אויך צו ווי דאס איז וואס קען זיין אינעווייניג פון ניוּטראן שטערנס.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער דייטשער פיזיקער דר. ארנאלד סאמערפעלד האט געזאגט:
קוואנטום מעכאניקס: ״אויב מיינסטו אז דו פארשטייסט קוואנטום מעכאניקס, דאן פארשטייסטו נישט קוואנטום מעכאניקס.״ און ענליך האט ניעלס בּאָהר געזאגט, ״אויב ביסטו נישט אינגאנצן צומישט פון קוואנטום מעכאניקס, דאן פארשטייסטו דאס נישט.״
א געדאנק אינעם תכלית הידיעה שנדע שלא נדע. ובפרט בענין טערמאדינאמיקס. ועיין לעיל וואו עס איז שייך דערין א סארט הציץ ונפגע.
וידוע אז דר. ריטשערד פיינמאן האט געזאגט ענליך לגביThermodynamics is a funny subject. The first time you go through it, you don't understand it at all. The second time you go through it, you think you understand it, except for one or two small points. The third time you go through it, you know you don't understand it, but by that time you are so used to it, it doesn't bother you any more
קוואנטום מעכאניקס: ״אויב מיינסטו אז דו פארשטייסט קוואנטום מעכאניקס, דאן פארשטייסטו נישט קוואנטום מעכאניקס.״ און ענליך האט ניעלס בּאָהר געזאגט, ״אויב ביסטו נישט אינגאנצן צומישט פון קוואנטום מעכאניקס, דאן פארשטייסטו דאס נישט.״
א געדאנק אינעם תכלית הידיעה שנדע שלא נדע. ובפרט בענין טערמאדינאמיקס. ועיין לעיל וואו עס איז שייך דערין א סארט הציץ ונפגע.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר. קירק דורסטאן טענה׳ט אז אטעאיסטן קענען מאכן אַן ענליכן טעות פונעם ״גאט פון די געפּס״, נאר אויף פארקערט א ״פאנטאזיע פון די געפּס״. והיינו, ווען עס זענען דא הוכחות למציאות הא-ל, גייען זיי דוקא קאַנסטראָקטן מאדעלן וואס זענען ווייניגער פשוט זיך ארויסצודרייען דערפון. ער נוצט דערצו א משל פון פּאזיטירן קאסמאלאגישע קדמות ע״י סייקליק מאדעלן צי דאס מאָלטיווערס היפּאטעזיע, קעגן דאס געדאנק פון חידוש. ווי ער ברענגט צו פונעם פיזיקער דר. וויליאם דזשאָרדזש אָנרוּ, קען מען קיין איין מאטעמאטישע מאדעל פון אינפיניטי נישט צושטעלן צו דאס פיזישע מציאות, וואו מ׳דארף ממש ״דורכגיין״ די אינפיניטי.
ער טענה׳ט ענליך קעגן דר. יוּדזשיִן קוּנין. דר. קוּנין טענה׳ט אז עס איז דא א שוועריקייט מיט די RNA וועלט היפּאטעזיע, וועלכעס נעמט אָן אז לעבן איז צום ערשט צושטאנד געקומען דורך דעם וואס RNA מאַלעקיוּלס האבן זיך כופל געווען און פארמערט. די שוועריקייט דערמיט איז אז עס איז גאר גאר גאר א קליינע שאנס אז RNA זאל זיך פון זיך אליינס כופל זיין אָנע פּראָטיענס געמאכט דורך DNA אא״וו. צו דעם פּאזיטירט ער אז אויב נעמט מען אָן דעם מאָלטיווערס, איז דאך אין איינע פון די יוּניווערסעס די קליינע שאנס צושטאנד געקומען. און די יוּניווערס איז אונזערס. דר. דורסטאן טענה׳ט אז דאס איז א ״פאנטאזיע פון די געפּס״. דר. וויליאם לעין קרעיג טענה׳ט נאך מער, אז לפי״ז דארף מען נישט צוקומען אז עס האט זיך אָנגעהויבן מיט RNA. מ׳קען זאגן לפי״ז אז מענטשן ובע״ח זענען צושטאנד געקומען אזוי בצביונן. והגם דאס איז נאך מער משונה׳דיג אימפּראַבּעבּל, איז אבער אין אַן אינפיניט מאָלטיווערס וכדומה, איז דאך דאס נישט קיין פראבלעם. אין אנדערע ווערטער, עס האט דעם זעלבן פראבלעם וואס די געדאנק פון בּאָלטצמאן מוחות ערוועקט.
ער טענה׳ט ענליך קעגן דר. יוּדזשיִן קוּנין. דר. קוּנין טענה׳ט אז עס איז דא א שוועריקייט מיט די RNA וועלט היפּאטעזיע, וועלכעס נעמט אָן אז לעבן איז צום ערשט צושטאנד געקומען דורך דעם וואס RNA מאַלעקיוּלס האבן זיך כופל געווען און פארמערט. די שוועריקייט דערמיט איז אז עס איז גאר גאר גאר א קליינע שאנס אז RNA זאל זיך פון זיך אליינס כופל זיין אָנע פּראָטיענס געמאכט דורך DNA אא״וו. צו דעם פּאזיטירט ער אז אויב נעמט מען אָן דעם מאָלטיווערס, איז דאך אין איינע פון די יוּניווערסעס די קליינע שאנס צושטאנד געקומען. און די יוּניווערס איז אונזערס. דר. דורסטאן טענה׳ט אז דאס איז א ״פאנטאזיע פון די געפּס״. דר. וויליאם לעין קרעיג טענה׳ט נאך מער, אז לפי״ז דארף מען נישט צוקומען אז עס האט זיך אָנגעהויבן מיט RNA. מ׳קען זאגן לפי״ז אז מענטשן ובע״ח זענען צושטאנד געקומען אזוי בצביונן. והגם דאס איז נאך מער משונה׳דיג אימפּראַבּעבּל, איז אבער אין אַן אינפיניט מאָלטיווערס וכדומה, איז דאך דאס נישט קיין פראבלעם. אין אנדערע ווערטער, עס האט דעם זעלבן פראבלעם וואס די געדאנק פון בּאָלטצמאן מוחות ערוועקט.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לגבי די קשר צווישן ענטראפּי און דאס מושג ומציאות פון שינוי, ווי אויך אז דורך ענטראפּי איז נובע די דירעקציע פון זמן, שרייבט דער מהר"ל בגבורות ה' (פ"ז):
ונמצא מזה אז די געדאנק פון אמונה איז למעלה מן הזמן, וויבאלד דאס איז קעגן שינוי וממילא ענטראפּי, וואס ענטראפּי איז דאס וואס איז קובע די דירעקציע פון זמן. ואולי קען מען דערמיט זאגן א רמז בהפסוק (שמות יז ב) ויהי ידיו אמונה עד בא השמש. והיינו, אז דורך די ענין פון "אמונה" וואס איז קעגן שינוי וענטראפּי, איז דאס למעלה פון די דירעקציע פון צייט וואס מ'דערקענט ממהלך השמש בשמים. (ענליך קען מען אפשר זאגן בנוגע די פסוק בברית בין הבתרים, בראשית טו ו, והאמין בה' ויחשבה לו צדקה, וואס דארט האט הקב"ה גענומען אברהם העכער די כוכבים וכו' וכדפירש"י בפסוק הקודמת, וואס דאדורך זעהט מען דעם מהלך הזמן.)כי האמונה שיש לו בזה חוזק המציאות הוא מעלה אלקית, כי דברים החמרים חלושי המציאות מקבלים שינוי תמיד ואין חוזק להן, אבל מאחר שיש בו האמונה והוא דבר חזק שלא יהרהר אנה ואנה, לכך הוא דבר אלקי אינו גשמי שכל דבר אלקי לא יקבל שינוי כלל. ובשביל זה ראוי שתשרה עליו השכינה להיות דבק בו הנבדל. וזהו שאמרו ז״ל בפרק כל כתבי (שבת קיט:) העונה אמן בכל כוחו פותחין לו שערי גן עדן דכתיב (ישעיה כו ב) פתחו שערים ויבא גוי צדיק שומר אמונים, אל תקרא אמונים אלא אמנים. והוא לטעם שהתבאר למעלה, שראוי להיות נכנס במעלת הגן עדן, כי דברים המשתנים הם רעים בעבור שכל שינוי רע. אבל מי שחזק באמונה, בשביל החוזק שיש לו ואין מקבל שינוי באמונתו, הרי נבדל משינוי אשר הוא לחמרים. וזהו כניסה לגן עדן שהוא מתרחק מן השינוי והתמורה שהוא רע, ולכן פותחין לו שערי גן עדן שאין שם רק עדן ושמחה ורחוק מן התפעלות ועצב. וכל ענין זה בשביל החוזק שיש לו באמונה ואין לו השתנות.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
די ווענטורי עפעקט און פעיז דייאגראמס
ובזה איז דא דעם ווענטורי עפעקט. דאס לויטעט אז ווען א פלוּאיד דארף דורכגיין פון וואו עס איז געווען ברייטער מעיקרא און יעצט ווערט עס שמעלער, וועט עס דארט ביים שמאלקייט דורכגיין שנעלער, כדי אָנצוהאלטן דאס זעלבע ראטע פון איר פלוֺי אריין און ארויס על הכלל. און זייענדיג אז עס גייט שנעלער דארט, וועט עס דארט האבן ווייניגער פּרעשור. די חילוק אין פּרעשור וועט זיין די חילוק צווישן די סקווער פון די שנעלקייט/וועלאסיטי פונעם פלואיד ביים שמאלן פלאץ און די די סקווער פון די שנעלקייט/וועלאסיטי פונעם פלואיד ביים ברייטערן פלאץ, טיימס האלב די פלואיד׳ס דענסיטי.מי אני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 17, 2022 12:56 am בנוגע פּרעשור און פלוּאידס איז דא בּערנאָלי׳ס פּרינציפּ. דאס לויטעט אז ווי שנעלער א פלוּאיד גייט אלס ווייניגער איז די פּרעשור דערפון. דאס לויטעט מער פונקטליך אז ווען איך נעם האלב פון דאס שנעלקייט דערפון סקווערד, איך לייג צו דערצו די עקסעלערעישאן פון גרעוויטי[32.2 פיס שנעלער יעדע סעקונדע] טיימס ווי הויך דאס איז ביחס קעגן ווי גרעוויטי שלעפט דאס, און איך לייג צו דערצו די פּרעשור דערפון ווען עס ווערט דיוויידעד ביי די דענסיטי דערפון [די צאל מאסע דערין רעלאטיוו צו די וואליוּם דערפון], וועט אלס אויסקומען צו די זעלבע נומער נישט קיין חילוק אין די פלוּאיד.
דא קען מען זעהן ווי די פּרעשור ווערט דארט טאקע ווייניגער: וויבאלד ווען פּרעשור ווערט ווייניגער, ווערט די טעמפּעראטור אויך ווייניגער (ועיין לעיל, דעריבער פלעגט מען בויען פענסטערס זאלן קאמפּרעסן די לופט (וועלכע איז דאך א גאז פלואיד) וואס גייט נידערן איר פּרעשור וממילא אויך איר טעמפּעראטור: ובנוגע די קשר צווישן טעמפּעראטור און פּרעשור האט דאס א שייכות צו די פעיזעס פון מעטער: פון סאליד צו ליקוויד צו גאז צו פּלעסמאַ. מיינענדיג, אין אלגעמיין פארשטייט מען אז ווי קעלטער, און ווייניגער ענערגיע, די חומר האט, אלס מער זענען די בּאַנדס צווישן איין מאלעקיול און דאס צווייטן (וועלכע זענען שוואכער ווי די עלעקטראן בּאַנדס צווישן אטאמען אינערהאלב א מאלעקיול) במקום אחד, וממילא מער סטאבּיל במקום אחד צוזאמען. ווי מער ענערגיע עס האט אלס מער ווערן די בּאַנדס אויפגעלאזט. ועכ״כ אז ווען עס האט שוין אזויפיל ענערגיע אז אפילו די עלעקטראנס ווערן אפגעטיילט, וממילא די בּאַנדס אינערהאלב די מאלעקיול אויך, ווערט עס א פּלעסמאַ (און אז די ענערגיע ווערט נאך העכער, צוברעכן זיך די בּאַנדס אינערהאלב נוּקליאַנס/פּראָטאַנס און ניוּטראַנס אויך, צו ווערן א קוואַרק/גלוּאַן פּלעסמאַ).
אבער חוץ מזה וואס יעדעס מאטעריאל האט אירע אייגענע פונקטן וואו זי טוישט זיך פון א סאליד צו ליקוויד צו גאז, ווענדט זיך עס אויך אין די פּרעשור. לדוגמא, וואו עס איז דא ווייניגער פּרעשור, פעהלט אויס ווייניגער טעמפּעראטור צו ארויפגיין א פעיז. לזה איז דא א פעיז דייאגראם וועלכע צייגט ווי אזוי די ביידע וועריעבּלס זענען פועל אויף א חומר. דאס איז א פעיז דייאגראם פאר וואסער: די קריטישע פונקט איז וואו עס איז אי אפשר לעמוד עליו צי עס איז א ליקוויד צי א גאז; וואו עס איז א סוּפּערקריטיקעל פלואיד.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
בּעקענשטיין בּאַוּנד
דער פיזיקער דר. יעקב בּעקענשטיין האט אויפגעוואוזן אז עס איז דא א מאקסימום צו די ענטראָפּי וואס קען זיין אין עני פיניט מקום פון ספּעיס מיט א פיניט צאל ענערגיע דערין. דאס איז די בּעקענשטיין בּאַוּנד. דאס זאגט אז די ענטראָפּי דארט קען נישט זיין מער ווי 2 מאל פּיי טיימס די בּאָלטצמאן קאַנסטענט, טיימס די רעידיאוס פונעם ספיר וואס קען דאס אלעס ארומנעמען, טיימס די מאסע און ענערגיע אינעם סיסטעם. וואס דערנאך דיווייד איך דאס ביי די שנעלקייט פון ליכטיגקייט טיימס די (רעדוצירטע) פּלענק קאַנסטענט.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
העלמהאלץ פרייע ענערגיע און 3D
די פיזיקער דר. דזשוליען גאנזאלעס-אַיאַלאַ און דר. פערנאַנדאָ אנדזשולאָ-ברוין שרייבן אז דאס אז עס זענען נאר דא דריי דיימענשאנס פון מקום [ימין/שמאל, קדם/אחור, און מעלה/מטה] איז אויך מכח ענטראפּי און דעם צווייטן געזעץ, פונקט אזויווי די דירעקציע פון צייט איז אָנגעוואנדן דערין. נאר דאס איז עפ"י העלמהאלץ פרייע ענערגיע שהיה בראשית הבריאה. די העלמהאלץ פרייע ענערגיע איז א מעסטונג פון וויפיל ארבעט אין א פארמאכטע סיסטעם מיט א סטאבילע טעמפּעראטור (אביסל ענליך צום גיבּס פרייע ענעריע). דאס איז אז איך מאָלטיפּליי די טעמפּעראטור דערין טיימס די ענטראפּי פונעם סיסטעם, און איך נעם דאס אוועק פון די אלגעמיינע ענערגיע עס איז דא אינעם סיסטעם בכלל.
דאס איז וויבאלד נאכ'ן בּיג בּענג האט די העלמהאלץ פרייע ענערגיע פועל געווען ווי א סארט פּרעשור, וואס האט זיך געוואנדן אין טאקע וויפיל די טעמפּעראטור איז געווען און וויפיל דיימענשאנס עס זענען דא. די יקום האט טאקע געקענט האבן מער דיימענשאנס, און עס האט טאקע געהאט לפי וואס סטרינג טעאריע נעמט אָן. נאר אז ביי אינפלעישאן האט זיך די יקום גענומען אויסשפרייטן און אפקילן, וממילא האט זיך איר העלמהאלץ פרייע ענערגיע אויך גענומען טוישן ביז עס איז צוגעקומען צו איר ערשטע מאקסימום וועליוּ. און דאן איז די יקום געווען דריי דיימענשאנס, וואס דאס האט זיך פארשפרייט צוזאמען מיט אינפלעישאן. און כדי צו האבן מער דיימענשאנס אויף די ברייטערע פארשפרייטע יקום, פעהלט אויס עפ"י די צווייטע געזעץ אז עס זאל זיין הייסער. און אז דאס איז נישט געווען, איז א יקום מיט ברייטע דריי דיימענשאנס געווארן "אריינגעפרוירען", בשעת די איבעריגע דיימענשאנס זענען אדער צאמגעפאלן אדער געבליבן פיצי אזויווי סטרינג טעאריע נעמט אָן.
(ועיין כאן.)
***
לגבי עלעקטריק איז דא די מיִעם: וואו א וואָלט איז די כח/פאָרס וועלכע וועט שטופן איין עמפּ פון עלעקטריק קאָרענט קעגן איין אָהם פון רעזיסטענס.
דא טענה׳ט איינער אז ער האט א בעסערע ווערסיע פון דעם מיִעם…
דאס איז וויבאלד נאכ'ן בּיג בּענג האט די העלמהאלץ פרייע ענערגיע פועל געווען ווי א סארט פּרעשור, וואס האט זיך געוואנדן אין טאקע וויפיל די טעמפּעראטור איז געווען און וויפיל דיימענשאנס עס זענען דא. די יקום האט טאקע געקענט האבן מער דיימענשאנס, און עס האט טאקע געהאט לפי וואס סטרינג טעאריע נעמט אָן. נאר אז ביי אינפלעישאן האט זיך די יקום גענומען אויסשפרייטן און אפקילן, וממילא האט זיך איר העלמהאלץ פרייע ענערגיע אויך גענומען טוישן ביז עס איז צוגעקומען צו איר ערשטע מאקסימום וועליוּ. און דאן איז די יקום געווען דריי דיימענשאנס, וואס דאס האט זיך פארשפרייט צוזאמען מיט אינפלעישאן. און כדי צו האבן מער דיימענשאנס אויף די ברייטערע פארשפרייטע יקום, פעהלט אויס עפ"י די צווייטע געזעץ אז עס זאל זיין הייסער. און אז דאס איז נישט געווען, איז א יקום מיט ברייטע דריי דיימענשאנס געווארן "אריינגעפרוירען", בשעת די איבעריגע דיימענשאנס זענען אדער צאמגעפאלן אדער געבליבן פיצי אזויווי סטרינג טעאריע נעמט אָן.
(ועיין כאן.)
***
לגבי עלעקטריק איז דא די מיִעם: וואו א וואָלט איז די כח/פאָרס וועלכע וועט שטופן איין עמפּ פון עלעקטריק קאָרענט קעגן איין אָהם פון רעזיסטענס.
דא טענה׳ט איינער אז ער האט א בעסערע ווערסיע פון דעם מיִעם…
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר. נאַמאַן קומאר נוצט אַן ענליכן געדאנק צו טענה׳ן אז אט דאס איז וואס איז גורם דאס פארשנעלערונג פון די עקספּענשאן פון די יוּניווערס, אָן דארפן צוקומען צו טונקעלע ענערגיע.מי אני האט געשריבן: ↑מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 7:40 pmלגבי די עררוֺי פון צייט טענה׳ט דר. וויקטאר סטענגער אז עפ״י פיזיקס/מאטעמאטיקס טאמער נעמט מען אָן אז בעצם האט די גאנצע יוּניווערס א פּאזיטיווע קוּרוועטשוּר, דאן טאמער גייט מען צוריקצווועגס ביז צום פריער-דערמאנטן פּלאנק ספיר/עפאכע/צייט דאן, עפ״י קוואנטום טאָנעלינג, ווערט דאס פארדעם אלעם אן אנדערע שפיגל יוּניווערס וואס ארבעט מיט א נעגאטיווע דירעקציע פון צייט רעלאטיוו צו אונז; זייער עררוֺי פון צייט איז פארקערט.
2B09B79C-A77D-46C6-9ED3-119E7DBEA7E7.jpeg
דאס דערמאנט פונעם טענעט פילם וואס שפילט ארום מיט צייט אויף צוריקצווועגס עפ״י ענטראָפּי.
***
קארל יונג האט געזאגט:מי אני האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 8:04 am עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין מאטעמאטיקס האט דער מאטעמאטיקער דר. טעאדאר מאצקין געזאגט (ועפ״י רעמסי טעאריע) אז:און עס איז דאך יתכן אז די וועלט איז מאטעמאטיקס.Complete disorder is impossible
In all chaos there is a cosmos. In all disorder there is a secret order
- פאסטעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 36
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:18 pm
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
Re: געזעצן פון טערמאדינאמיקס
מי אני האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 24, 2020 5:06 pmדי דריטע געזעץ
דאס וואס מ׳האט פריער צוגעענדיגט די צווייטע געזעץ און איבער קעלווינס פירט אריין צום דריטן געזעץ. דאס לויטעט אז אויב קומט מען אן (אין א קריסטאל לעטיס וואו עס איז שייך אז די אטאמען זאלן זיך אויסשטעלן אין א פונקטליכן ערעי/סדר) צו אבסאלוט זערא וועט די ענטראָפּי אויך זיין זערא. דאס איז ווייל דעמאלטס איז נישטא קיין ענערגיע וואס זאל וועלען גיין ערגעץ.
ברוך מען ארויסברענגן קלארער, אז די געזעץ גייט נישט אן ביי מאטעריאל ווי amorphous, ווי למשל: גלאז, פלסטיק, ראבבער, די וועלן קיינמאל אנקומען צו א: S = 0, אפילו ביי א סטעיט אויף: K 0 (°F -459.67). וכמבואר איןNernst’s Theorem - Nernst’s postulate:
Some materials (e.g., any amorphous solid) do not have a well-defined order at absolute zero. In these materials (e.g., glass), some finite entropy also remains at absolute zero because the system’s microscopic structure (atom by
atom) can be arranged in different ways (W ≠ 1). This constant entropy is known as the residual entropy.
און אזוי שרייבן פיזיקער אויך אין Physics Stack Exchange:
Crystalline systems approach zero entropy state, while amorphous systems do not reach a state of 0 entropy, rather just a state of constant entropy. Most solids would be classified under amorphous, and hence we can say most will not have zero entropy at 0 K. Glasses and gels are some examp.
נאר דאס וואס עס שטייט אז "Most solids would be classified under amorphous", איז א טעות, 'רוב' חומרים זענען נישט amorphous.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאסטעך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.