ל"ט מלאכות פאר קינדער

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9697
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3445 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9132 מאל

ל"ט מלאכות פאר קינדער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך קום יעצט פון מיין זונס חומש סעודה, און איך וויל עפעס מיטטיילן מיט דער עולם.

אין די ערשטע כתה, פארלייגן זיי זיך שטארק אויף קריאה. אחוץ די לימוד הנקודות און ווערטער, דארף מען אינאכט נעמן אז קינדער קענן דורכשווערצן די חדר יארן און נישט קענן געהעריג ליינן. ביים ברמצוה ווערט מען דאס אמאל געוואויר, אדער גאר אסאך שפעטער ווען א טאטע אדער מאמע שטארבן אפ און זיי מוזן דאווענן פארן עמוד. מענטשן צוברעכן די צעין מיט יוצרות און קינות, און ר"ח מוסף איז צו שווער פאר געוייסע. קיינער באמערקט עס נישט אויף א קינד, ווילאנג מ'לייגט נישט צו א גוטע אויער.

דעריבער, אין די חדר פון מיין קינדער, האבן זיי יעדן טאג א האלבע שעה ווי דער מלמד זיצט מיט איין אינגל און ליינט מיט אים. אין די צייט, האבן זיי געדינגן אן עקסטער מלמד וואס קומט טעגליך אין חדר און לערנט אויס פאר די פינף\זעקס יעריגע די ל"ט מלאכות. ביי די חומש סעודה האבן זיי געוויזן א קורצן ווידיאו פון די קלאסן. יעדער איז געווען פארגאפט, און ביים ענדע האב איך געהערט א WOW פון אסאך מיילער. יעדער טריט האט מען געהאט א hands on וועג צו טאפן די מלאכה, אלס וואס מ'דארף טון פאר קינדערס סענסארט אינפוט האבן זיי געמאכט מיט די ל"ט מלאכות, פון חורש ביז לש, פון טוחן ביז אורג, אלס אויפן קלארסטן וועג. פארשידענע וועגן פון חורש, מיט די קינדערס הענט אין די ערד, מ'האט געברענגט א ציגעלע אין חדר, און יעדער האט געקענט אביסל אפשערן. א גאנצע שפילאכץ פון קינדער, און אלס מיט די הלכות אריין געמישט.

מיין זון קומט אהיים טאקע יעדן טאג מיט נייע ידיעות אין דער געביט און ווען ער זעט אז עפעס ווערט געטון, רופט ער אויס, "דאס איז אורג, דאס איז לש וכו'".

איך וואלט געראטן אז יעדער זאל בעטן פון זיין קינדערס חדר דאס צו טון, הן פאר די צורך פון לערנן קריאה ריכטיג, הן מטעם די ל"ט מלאכות וואס די גירסא דינקותא אין דעם קען נאר זיין גוט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר