נאך א נקודה איבער דברי חשק, די מציאות איז אז זייער אסאך מאל האבן די סארט ניגונים ממש נישט קיין המשך, איין ווארט קלעבט נישט מיטן צווייטן, און איין סענטענס נישט מיטן נעקסטן. פארוואס הערט מען עס? דאס איז נאר וועגן די טאן איז שיין, די מוזיק, די קול. אבער נישט וועגן די עצם ניגון.כספי האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 07, 2024 7:38 pm די זעלבע איז מיט די דברי חשק (כאטשיג וואס דאס קען מען לכאורה יא פארמיידן). ביי דברי חשק איז אויך דא נאך א נקודה אז מ'קען עס אפטייטשן אויף אנדערע אופנים (ווי די אייגענע, אדער דעם באשעפער, ווי @שמן למאור האט שוין אמאל געשריבן). אבער די עיקר ווארט פון דברי חשק, ווען איינער הערט אויס מוזיק סתם צו צושטרייען דעם מח, אדער אלס בעקגראונד בשעת'ן ארבעטן, וועט קיין שום דברי חשק נישט פועל'ן אויף עם, ער איז בכלל נישט דא פאר דעם, וכן נוהגין.
בעסיידס דאס אלעס האט שוין ר' אייזיק ספינקער מגלה געווען דעם פסח די סוד (אין די גליון נקדישך), וואס ער האט געהערט פון כמה עלטערע אידן וואס האבן געהערט פון זייערע חברים וואס זענען זיי געקומען אין חלום, אז אין עולם האמת איז מען נישט אזוי מקפיד אויף בין אדם למקום, מ'ווייסט אויך אז ס'איז שווער אין דעם גלות וכו', די עיקר איז מען דארט מקפיד אויף בין אדם לחבירו (כ'ווייס נישט ווי א רבי האט די גאט"ס צו זאגן אזאנס, און א גליון זאל עס דרוקן און פארשפרייטן).
אגב וויל איך דא מיטיילן א מורא'דיגע ירושלמי וואס כ'האב היינט געזען צוצייכענען (ס'קומט נישט עכט דא אריין, אבער פארוואס נישט), ירושלמי אין חגיגה (פרק ב' הלכה ה') א"ר יוסי בן חנינה המתכבד בקלון חבירו אין לו חלק לעולם הבא, המתכבד בקלון חי עולמים לא כל שכן.