איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

לאור דאס
מילך טראק האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 11:05 pm
כספי האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 3:42 pm
בת קול האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 3:40 pm זי איז דארט געווען צו פייטן פאר איר זוהן און האט אויסגעפירט. צעהלים האט זיך אפגעזאגט פון אים אנעמען דאס יאר, און זי האט אים אריינגעלייגט אין א מער פאסיגן מוסד.
סאו זי האט נישט געמיינט 'טובת הכלל', נאר איר אייגענע אינטערעס
נו, וואס איז זי בעסער פון אונזערע פירערס?
סאיז בככל נישט קיין פראבלעים ווען איינער טוט לטובת הכלל און האט אויך הנאה דערפון, אדער אפילו טוט עס ווייל ער האט א קינד וכו' רוב ארגעניזאציעס הייבן זיך אזוי אהן, די פראבלעים איז ווען מוואפט די מענטשן אונטערן באס ווייל סקומט זיי אויס בעסער
וויל איך הערן דעם עולם'ס אפיניען, מעגן רבי'ס אריינלייגן זייערע קינדער אין דזשאב פאזישענס, געבן שטעלעס אין בית המדרש און אין די חסידות.
אדער דאס איז השחתה, און זיי מעגן נאר אריינשטעלן דער וואס איז דער מערסטע קוועליפיצירט?

נאך א שאלה, מעג א רבי זאגן פאר דעם כולל (זיינער) אז זיין זון אדער איידעם אדער אייניקל זאל דארט לערנען פאר א לאנגע צייט, ביז ער וועט זיך משלים זיין און "באמת" זיין ראוי פאר א געוויסע שטעלע. אדער דער געלעגנהייט מוז אויך גגעבן ווערן פאר יעדן גלייך.

וואס האלט דער אוילם?
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך cictim »

אזוי איז געווען אלע יארן פון די בעש"ט, מעזריטש, זלאטשוב, קאריץ, קארלין, ליובאוויטש אא"וו, סאיז אויך געווארן תלמידים פאר רביס, אבער א גרויס חלק פון די תלמידים זענען געבליבן ביים זון - פון די תלמידי המגיד און ווייטער - די באוואוסטע מעשה אז נאך א יאר האט די מגיד איבערגענומען די בעש"ט, אבער אלע האבן פארשטאנען אז ערשט קומט א זון. נאך די מגיד איז גווען ליזענסק, אבער די קינדער זענען געווארן רביס אא"וו.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך berlbalaguleh »

אויב די קנדער זענען קוואליפיצירט האבן זיי א דין קדימה. נאר אויב דער זון איז א שטריק. א גראבער יונג אן עם הארץ און א בעל גאוה מיט מידות מושחתות און ער ווערט "רבי" וועלן די חסידים ממילא אליין איבער לאזן די חסידות.

לגבי לערנען אין כולל: מ'טאר נישט דיסקרימינירן אקעגן קיינעם. מ'דארף געבן א געלעגנהייט פאר א יעדן איד וואס וויל זיך משלים זיין אין תורה והוראה צו לערנען תורה. אנישט איז א יעדער דאללער וואס מ'נעמט ביי מענטשן גזילה. ווייל קיינער געט נישט קיין געלט אויסצוהאלטן א פלאץ וואס איז געבויעט אויף רשעות און מידות מושחתות.

אין פאקט די גרויסע און בארימטע כוללים האבן די מערסטע קוואליפיצירטע יונגעלייט אלס ראש הכולל און משגיח. אמאל איז עס א זון פונ'ם אדמו"ר דאס איז אויך נישט קיין פעלער. אויב ער איז ראוי לאותה איצטלא.
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך שפילער »

ווער פארשטייט דען אזוי גוט צום טאטנס דרכים אוודאי זאלן קינדער איבערנעמען
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
רויטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 11:04 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך רויטער »

זיי זענען רויעל בלאָד

א קהילה איז א ביזנעס וואס די רבי איז ד סי אי 0
און ער מעג טון פאר זיין זון מער ווי פאר אנדערע
שיינע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך שיינע איד »

דער שאלה דארף זיין בין איך מחיוב צו בלייבען אוב מיין רבי שטעלט אריין זיין זון דער ענטפער איז ניין אויב דו בלייבסט ביזטו אליין שולדיג
סקרו דרייוער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:42 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך סקרו דרייוער »

ביי אונז האט מען געוואוסט אז מ'פרעגט נישט קיין קושיות אויף רבי'ס

ווייל ס'האט נישט קיין תירוצים....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך berlbalaguleh »

שיינע איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 7:58 pm דער שאלה דארף זיין בין איך מחיוב צו בלייבען אוב מיין רבי שטעלט אריין זיין זון דער ענטפער איז ניין אויב דו בלייבסט ביזטו אליין שולדיג
מ'צווינגט נישט קיינעם. אויב איינעם געפעלט נישט די הנהגה קען ער איבערלאזן. די רבי אליין וועט אויך זיין מער צופרידן ווען אזא מענטש לאזט איבער די חסידות ווי איידער בלייבן און בונטעווען.

אין געוויסע "חסידות'ן" איז עס אפילו נישט אין לעקיסקאן. ס'העיסט, דו ביסט נישט צופרידן? דו פרעגסט קשיות. מ'עט דיך מסדר זיין. דעם רבינ'ס "מענטשן" וועללן דיר ווייזן.

אין געוויסע העיליגע פלעצער אויב האסטו די חוצפה צו גיין צו אן אנדער'ן רבי'ן אויך איז אחת דתו. דעם רבין'ס "מענטשן"/ (כלבים) וועלן דיך און דיין משפחה רודפ'ן עד חורמה.

אה. נאך א זאך. ווען מ'קומט צום רבי'ן פארצעילן איבער די רדיפות זאגט ער ברוח קדשו...איך וועיס נישט. ביי אונז אין שטעטל...!

איך זאג נישט וואו דאס (העיליגע) שטעטל געפינט זיך. אפשר אין ארץ ישראל?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:
מ'צווינגט נישט קיינעם. אויב איינעם געפעלט נישט די הנהגה קען ער איבערלאזן. די רבי אליין וועט אויך זיין מער צופרידן ווען אזא מענטש לאזט איבער די חסידות.

אין געוויסע העיליגע פלעצער אויב האסטו די חוצפה צו גיין צו אן אנדער'ן רבי'ן אויך איז אחת דתו.

פרעגט די גמרא, מעשה לסתור?
וירח ה' את ריח הניחוח
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך yatzmachp »

שיינע איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 7:58 pm דער שאלה דארף זיין בין איך מחיוב צו בלייבען אוב מיין רבי שטעלט אריין זיין זון דער ענטפער איז ניין אויב דו בלייבסט ביזטו אליין שולדיג
דאס אז דו פרעגסט אפילו די קשיא מאכט מיך טראכטן אז דו קומסט פון א געוויסע קהילה.

אויף די עצם קשיא איז דער תירוץ אז יא. קהילות היינט צו טאגס באלאנגען אויסדריקלעך פאר די פירערס און זיי קענען טוהן וואס זיי ווילן. פאר דעם איז נישטא קיין וואלן און פארדעם קענען זיי אריינשטעלן וועם זיי ווילן. וועם עס געפעלט נישט קען זיך עפענען אייגענע מוסדות. רוב מענטשן האבן נישט די כוחות הנפש צו עפענען אייגענע. רוב אינדעפענדענט חסידישע מוסדות מוטשען זיך שרעקליך.
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

רויטער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 6:23 pm א קהילה איז א ביזנעס וואס די רבי איז ד סי אי 0
און ער מעג טון פאר זיין זון מער ווי פאר אנדערע
דער CEO פון א פאבליק קאמפאני טאר נישט.
די שאלה איז צו די קהילה אדער חסידעס איז פאבליק אדער פריוואט.
דאס איז באמת די שאלה דא. רוב עולם חושט סתם ארום און ארום. קען איינער אנכאפן און פארענטפערן די שאלת חכם?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 10:38 pm
berlbalaguleh האט געשריבן:
מ'צווינגט נישט קיינעם. אויב איינעם געפעלט נישט די הנהגה קען ער איבערלאזן. די רבי אליין וועט אויך זיין מער צופרידן ווען אזא מענטש לאזט איבער די חסידות.

אין געוויסע העיליגע פלעצער אויב האסטו די חוצפה צו גיין צו אן אנדער'ן רבי'ן אויך איז אחת דתו.

פרעגט די גמרא, מעשה לסתור?
איך האב גערעדט פון די מערסטע, נארמאלע חסידות. להוציא (מן הכלל)) געוויסע, שמאלקעפיגע מקומות וואו דער רעבע, דער גאון (אין עסן געפילטע פיש און פארציילן מעשיות פון טאאאאטן) איז העכער ווי גאט אליין.

דארט איז טעראר שולט.
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

סעמיט האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:14 am
צפת האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:13 am דער עולם האט א טענה, אז היתכן אז די רבי'שע דינאסטיעס גייען מיט א סיסטעם אז די קינדער נעמען איבער, בעת וואס עס זענען דא חשוב'ערע און געלונגענערע מענטשן אין די קהילה. פארוואס זאלן נישט איבערנעמען די וואס זענען באמת ראוי לאותו איצטלא, אן דעם וואס מען זאל קוקן וועלכע משפחה נאמען ער פארמאגט און פון וועמען ער איז א קינד אדער אן איידעם?

אויף פען און פאפיר הערט זיך די טענה ווי א ריכטיגער און א הימל-שרייענדע שאלה. איך אליין האב אויך אזוי געהאלטן ביז עטליכע יאר צוריק, ביז עס איז געקומען די פרשה וואס האט געעפנט מיינע אויגן.

אין יאר תשע"ה, איז נפטר געווארן מורי ורבי דער מהרא"ש זיע"א, מיט וועמען איך בין געווען מקושר זייענדיג א בחור. אויך מיין טאטע מיט מיין משפחה זענען געווען אין היכל הקודש. די שאלה איז תיכף געווען ווער עס וועט איבערנעמען זיין ארט (זיינע קינדער זענען נישט געווען שייך כידוע). למעשה האבן רוב מחליט געווען אז ר' יצחק אהרן לעזער וועט זיין די ממלא מקום. טראצדעם וואס ער האט נישט געוואלט איבערנעמען די הנהגה, איז דאס למעשה געשען, מען האט אים מכתיר געווען סיי אין אמעריקע און סיי אין יבניאל.

למעשה, ווען מיר קוקן ווי אזוי ער שטייט היינט, איז דאס א פראגע צייכן צי דער אויסוואל איז געווען א גוטער. ער האט נישט מצליח געווען צו האלטן די זאך אזוי ווי דער מהרא"ש, דער עולם קלעבט נישט ריכטיג צו אים, מען רילעיט נישט געהעריג צו אים. יא, מען איז אים מכבד און מען גיבט אים אפ די גרעסטע מאס כבוד, אבער דאס איז בלויז לפנים און נישט אויף א אמת'דיגער מצב.

דא האב איך געכאפט מיין פליק. מען האט דאך שוין יא געטון וואס עס איז ריכטיג, מען האט אויפגענומען א תלמיד און רוב מענטשן אין היכל-הקודש האבן געהאלטן אז ער איז די מערסטע ראוי לאותו איצטלא. מען האט "נישט" גענומען קיין זוהן אדער משפחה און עס איז נישט געווען דא קיין פראטעקציע. לכאורה האט מען דא געטון לויט דער אמת'דיגע וועג, ווי אזוי רוב חברים דא האלטן אז מען דארף טון, אויסצוקלויבן דעם חשוב'סטן און געלונגענסטן תלמיד. אבער מען קען נישט זאגן אז עס איז עכט געלונגען. (אוודאי וועלן זיין אזעלכע שווענץ וואס וועלן זאגן, אז דאס איז טאקע דער ריכטיגער וועג ווי אזוי עס דארף פארן, אז מען זאל נישט זיין אינגאנצן פארגלייבט וכו' וכו', אבער ביני לבינך, עס איז נישט די ריכטיגע המשכה, ווי אזוי מען האט געוואלט אז עס זאל זיין... יואלי ראטה איז שוין מער מצליח פון אים).

דא האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין, אז דער קאמפאני קען נישט ריכטיג פארן ווייטער, נאר אויב עס גייט ווייטער אין די משפחה. דער עולם קלעבט צום פאריגן רבי'ן און מען וויל אז זיינע קינדער זאלן מצליח זיין. מענטשן גלויבן אז עס ליגט עפעס אין די דזשינס און אז דער צדיק האט עפעס אריינגעלייגט אין זיינע קינדער, עפעס וואס מיר פארשטייען נישט. ס'איז העכערע כוחות וואס קומט בירושה פון פריעדיגן רבי'ן, און דאס קען מען נישט גלויבן אויף א תלמיד.

ס'איז ווייטאגליך צו הערן, אבל מה נעשה. עס איז א פאקט!
דו ביסט א חסיד פון מהרא"ש פונקט ווי איך בין א חסיד פון העלבראנץ. קענסט עפענען דיינע אייגענע אשכולות ארומצו'חוש'ן מיט'ן עולם.

און וועגן דיינע נקודות, אפילו לו יהא אז ביסט גערעכט, איז עס אויך נאר אזוי ווייל די אדמו"רים אליין שטעלן אזוי אויס די חסידות אז נאר זייערע קינדער זאלן אריינקומען אויף דער פאזיציע צו קענען איבערנעמען. די קארופציע פאנגט זיך נישט אן ווען דער רבי שטארבט, נאר נאך בחייו שטעלט ער די קינדער א טריט פאר'ן איבערנעמען, אזוי אז ווען ער גייט פון דער וועלט איז שוין טאקע נישט פאראן קיין אנדערן נאטירליכן ממלא מקום.
[NAMELESS]

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:45 pm אויב די קנדער זענען קוואליפיצירט האבן זיי א דין קדימה. נאר אויב דער זון איז א שטריק. א גראבער יונג אן עם הארץ און א בעל גאוה מיט מידות מושחתות און ער ווערט "רבי" וועלן די חסידים ממילא אליין איבער לאזן די חסידות.

לגבי לערנען אין כולל: מ'טאר נישט דיסקרימינירן אקעגן קיינעם. מ'דארף געבן א געלעגנהייט פאר א יעדן איד וואס וויל זיך משלים זיין אין תורה והוראה צו לערנען תורה. אנישט איז א יעדער דאללער וואס מ'נעמט ביי מענטשן גזילה. ווייל קיינער געט נישט קיין געלט אויסצוהאלטן א פלאץ וואס איז געבויעט אויף רשעות און מידות מושחתות.

אין פאקט די גרויסע און בארימטע כוללים האבן די מערסטע קוואליפיצירטע יונגעלייט אלס ראש הכולל און משגיח. אמאל איז עס א זון פונ'ם אדמו"ר דאס איז אויך נישט קיין פעלער. אויב ער איז ראוי לאותה איצטלא.
רבי בערל, פון וואנעט נעמסטו דער זיכערקייט אז די חסידים וועלען אים פארלאזען....
הלואי זאל זיין אזוי
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך תניא בניחותא »

berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 5:45 pm אויב די קנדער זענען קוואליפיצירט האבן זיי א דין קדימה. נאר אויב דער זון איז א שטריק. א גראבער יונג אן עם הארץ און א בעל גאוה מיט מידות מושחתות און ער ווערט "רבי" וועלן די חסידים ממילא אליין איבער לאזן די חסידות.
במחילת כבוד תורתך, עפר ואפר אני תחת כפת רגליך, אבער דא דארף איך זיך חולק זיין מיט אייך, קיינער גייט נישט (און געיט נישט) אין ערגעץ, 99% בלייבט ביים קינד נישט קיין חילוק ווי א גרויסער שטריק ער איז, ופוק חזי מאי עמא דבר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך באוואונדער דיין עניוות: נאר דער אמת איז אז ס'איז טאקע א זעלטענע ערשיינונג אז דער יונגער רבי דער יורש זאל נישט האבן עפעס גוטע מידות. לכה"פ זיין א בעל חסד און העלפן אנדערע אידן. נאר וויפיהל מער מעלות ער האט בויעט ער זיך מער.

אויב ער שטעלט צו א ביהמ"ד מיט א מקוה און אלע באקוועמליכקייטן. און ער האלט מער-ווייניגער איין זמנים. אן מ'ארגאניזירט שיעורי תורה האט דאס ביהמ"ד א קיום. דער רבי/רב דארף נישט טון קיין סאך.

דארט ווי מענטשן טראכטן אפשר פון "ארויסגעין" דאס געשעהט נישט וועגן טעראר. נאר לפי ידיעתי זענען דא א סאך מענטשן וואס זענען נישט צופרידן פון די הנהגה. אויסער די "קעלבלעך" פארשטייצעץ.
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך תניא בניחותא »

יעדער איד איז מלא מעלות טובות באמת (גיי נאר צו א שבעה וועסטו הערן)
איך וואלט געזאגט אז עוורידש אידן זענען 95% גוט, שומרי תורה ומצוות, קביעת עתים לתורה, צדקה וחסד וכו’, דער פראבלעם איז די פאר פראצענט היפך הטוב וואס פון דעם ליידט מען, און ביי א רבי ליידט מען אויף א שטערקערע פארנעם.
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך תניא בניחותא »

א פלא פון א זאך, פאר די פשוטע אידן האלט מען אין איין רעיזען דעם באר (raise the bar) מ’פארלאנגט סאך מער פרומקייט כסדר, משא”כ פאר רבי’ס ווערט מען כסדר מער פלעקסיבל, ס’איז שוין היינט מער ווי גענוג אז דער רבי’ איז נאר נישט דער גרעסטער מושחת, ער דארף נאר לאזן עסקנים מסדר זיין שיעורי תורה (פארשטייט זיך בנשיאות) אנדערע עסקנים שאפן געלט פאר אידנ’ס וועגן,הוצאות יו”ט, חתונה מאכן וכו’, דער רבי’ דארף נאר קומען צום אסיפה און אינטער שרייבן קול קורא’ס פאר אלע וויכטיגע צוועק’ן.

ווער רעדט נאך טאמער לערנט ער א שעה צוויי רוב טעג (נישט מער ווי א פשוטער בעה”ב) דאן איז ער שוין א וועלטס מתמיד, און אויב ער שיקט שלוחים פון צייט צו צייט שאפן געלט פאר אידן איז ער שוין א וועלטס בעל חסד.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך שבת אחים »

געווענטליך זענען קינדער און אייניקלעך זייער ענדליך צו זייערע עלטערן. און אויב די קינדער האבן טאקע די זעלבע כאַראַקטער און קוואלעטי׳ס ווי דער טאטע און מעהר ווייניגער די זעלבע מהלך ווי זייער פארגייערס, איז די קשיא פארוואס זאלן זיי נישט איבערנעמען? אויב האבן זיי נישט די זעלבע מעלות און זיי גייען נישט אין די וועגן פון זייערע אבות איז די קשיא פארוואס זאלן זיי יא איבערנעמען?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך תניא בניחותא »

אמת, אזוי ווי א קאץ האט קינדער קעצעלעך, איז שכיח אז א רבי זאל האבן קינדער רבי’לעך,
אויב ס’איז בנו הגון קומט ער טאקע קודם,
אבער מיט די צייט איז מען געבליבן נאר מיט די איין קוואליפיקעישן ”קינדער”, פארשטייט זיך אז לאחר המעשה וואשט מען די מוחות פון די אינגווארג, און פון זיך אליינס אויך, אז ס’איז באמת יא אביסל בנו הגון, ויצא העגל הזה.
אטו כי רוכלא ליחשב וליזיל ?
ווי האט יענער בעל דרשן געשריגן, זאל זיין שטיל אז נישט וועל איך זאגן נעמען...
פאלאטשינטא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 16, 2024 9:15 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך פאלאטשינטא »

למעשה פאר מיר פריוואט איז דאס א טובה.

איך דאווען אין א קהילה געגנט שוהל, די רב איז דעם רבין'ס אן איידעם, ער האט זיך זיינע מענטשן און מיר לאזט מען צוריה.

וואלט דער רב געוועזן א געשטעלטע רב וואלט ער געפעיגערט יעדן מתפלל אלס אחריות, משא"כ יעצט פרייט זיך דער רב ער האט א ביהמ"ד און שוין.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: איז ריכטיג פון רבי'ס אריינצושטעלן זייערע קינדער אין פאזיציעס?

שליחה דורך berlbalaguleh »

היינטיגע צייטן אין אזעלכע שטעט ווי בארא פארק און מאנסי קען א "געשטעלטע" רב אויך נישט עביוזן די מתפללים אדער טון ככל העולה על רוחו. ווייל אין א יעדע צווייטע בלאק/גאס מאכט זיך אויף א ביהמ"ד. ס'איז אזוי ווי א גראסערי. ער געט נישט קיין גוטע סערוויס גייט מען אריבער צום שכן.

איינער פון מיין משפחה וואוינט אין "גרעיטער מאנסי". ער האט געדאוונט אין א ביהמ"ד וואס האט זיך אקארשט אויפגעמאכט. מ'האט געדארפט אראפגיין א בארג און אריבערגיין (נישט קראסן, ח"ו) א ראוד. דער רב איז געווען א "פארט טיים" רב. ער האט געוואוינט אין אן אנדערע שטאט. שפעטער האט זיך אויפגעמאכט א ביהמ"ד 3 הייזער אוועק פון זיין הויז. פארשטייצעך ער איז געגאנגען צו דעם נייעם ביהמ"ד. דער רב פון יענע (אריגינאלע) ביהמ"ד קען נישט האבן קיין טענות. כאטש ער האט אריינגעלייגט א סאך געלט צו איבערבויען און פארגרעסערן דעם ביהמ"ד.

דאס איז דער מצב אין די היינטיגע טעג. איך ווייס נישט וועגן די אנדערע שטעט ווי לעיקוואוד און לינדען. נאר אין די גרויסע אידיש-באוואוינטע שטעט איז דאס דער מצב.
פארשפארט