צפת האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 25, 2024 2:13 am
דער עולם האט א טענה, אז היתכן אז די רבי'שע דינאסטיעס גייען מיט א סיסטעם אז די קינדער נעמען איבער, בעת וואס עס זענען דא חשוב'ערע און געלונגענערע מענטשן אין די קהילה. פארוואס זאלן נישט איבערנעמען די וואס זענען באמת ראוי לאותו איצטלא, אן דעם וואס מען זאל קוקן וועלכע משפחה נאמען ער פארמאגט און פון וועמען ער איז א קינד אדער אן איידעם?
אויף פען און פאפיר הערט זיך די טענה ווי א ריכטיגער און א הימל-שרייענדע שאלה. איך אליין האב אויך אזוי געהאלטן ביז עטליכע יאר צוריק, ביז עס איז געקומען די פרשה וואס האט געעפנט מיינע אויגן.
אין יאר תשע"ה, איז נפטר געווארן מורי ורבי דער מהרא"ש זיע"א, מיט וועמען איך בין געווען מקושר זייענדיג א בחור. אויך מיין טאטע מיט מיין משפחה זענען געווען אין היכל הקודש. די שאלה איז תיכף געווען ווער עס וועט איבערנעמען זיין ארט (זיינע קינדער זענען נישט געווען שייך כידוע). למעשה האבן רוב מחליט געווען אז ר' יצחק אהרן לעזער וועט זיין די ממלא מקום. טראצדעם וואס ער האט נישט געוואלט איבערנעמען די הנהגה, איז דאס למעשה געשען, מען האט אים מכתיר געווען סיי אין אמעריקע און סיי אין יבניאל.
למעשה, ווען מיר קוקן ווי אזוי ער שטייט היינט, איז דאס א פראגע צייכן צי דער אויסוואל איז געווען א גוטער. ער האט נישט מצליח געווען צו האלטן די זאך אזוי ווי דער מהרא"ש, דער עולם קלעבט נישט ריכטיג צו אים, מען רילעיט נישט געהעריג צו אים. יא, מען איז אים מכבד און מען גיבט אים אפ די גרעסטע מאס כבוד, אבער דאס איז בלויז לפנים און נישט אויף א אמת'דיגער מצב.
דא האב איך געכאפט מיין פליק. מען האט דאך שוין יא געטון וואס עס איז ריכטיג, מען האט אויפגענומען א תלמיד און רוב מענטשן אין היכל-הקודש האבן געהאלטן אז ער איז די מערסטע ראוי לאותו איצטלא. מען האט "נישט" גענומען קיין זוהן אדער משפחה און עס איז נישט געווען דא קיין פראטעקציע. לכאורה האט מען דא געטון לויט דער אמת'דיגע וועג, ווי אזוי רוב חברים דא האלטן אז מען דארף טון, אויסצוקלויבן דעם חשוב'סטן און געלונגענסטן תלמיד. אבער מען קען נישט זאגן אז עס איז עכט געלונגען. (אוודאי וועלן זיין אזעלכע שווענץ וואס וועלן זאגן, אז דאס איז טאקע דער ריכטיגער וועג ווי אזוי עס דארף פארן, אז מען זאל נישט זיין אינגאנצן פארגלייבט וכו' וכו', אבער ביני לבינך, עס איז נישט די ריכטיגע המשכה, ווי אזוי מען האט געוואלט אז עס זאל זיין... יואלי ראטה איז שוין מער מצליח פון אים).
דא האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין, אז דער קאמפאני קען נישט ריכטיג פארן ווייטער, נאר אויב עס גייט ווייטער אין די משפחה. דער עולם קלעבט צום פאריגן רבי'ן און מען וויל אז זיינע קינדער זאלן מצליח זיין. מענטשן גלויבן אז עס ליגט עפעס אין די דזשינס און אז דער צדיק האט עפעס אריינגעלייגט אין זיינע קינדער, עפעס וואס מיר פארשטייען נישט. ס'איז העכערע כוחות וואס קומט בירושה פון פריעדיגן רבי'ן, און דאס קען מען נישט גלויבן אויף א תלמיד.
ס'איז ווייטאגליך צו הערן, אבל מה נעשה. עס איז א פאקט!