איך האב שטארק הנאה פון דעם ארטיקל, ווייל עס שפיגלט אפ מיינע מחשבות, עכ"פ למחצה ולשליש ולרביע.
פארוואס וויל יעדער וויסן פרטים? וואס האט עס מיט מענטל עווערנעס? איז פונקטליך א נפק"מ צי די מאמע האט געשטאכן אדער דערטראנקען אדער ביידע? סארי, דאס איז ענדערש גאססיפ אווערנעס...
נישט אז איך בין נישט נייגעריג, איך בין אויך נישט געמאכט פון ראבער... אבער לכה"פ אז איך וויל וויסן וועל איך זאגן דעם אמת - איך בין נייגעריג! מענטל עווערנעס זאלסטו לאזן פאר די ספעציעלע איווענטס אדער קול מבשר...
איך בין נישט מסכים מיט'ן ארטיקל אז קיינער קעהרט נישט, קען זיין אין זייערע קרייזן איז אזוי, אז מען בלייבט שטיין (כלשונו) "מיט די צונג אינדרויסן ווי טיפשים" ווען מען זעהט מענטל העלט שוועריגקייטן, איך מיין ביי אונז איז עס בעסער.
עס איז אמת אז מען מעג מאכן מער אווערנעס אויף סועסייד, און אויך דערגיין בשל מי הרעה הזאת, וואס האט פאסירט היינטיגע צייטן (מער ווי אמאל) אז אזעלכע אינצידענטן פאסירן ליידער מער אפט, און עס קוקט נישט אויס צו ווערן בעסער אין דער נאנטער צוקונפט.. אבער פון דארט ביז'ן פארציילן יעדע מעשה'לע ברחל בתך הקטנה מיט אלע פרטים איז גאר א ווייטע וועג.
למעשה איז איבער גענוג וואס מען הערט יא. אזא מעשה וואס איז לעצטנס געווען אין ב"פ ווי א מענטל קראנקער האט נעבעך אומגעברענגט די אייגענע עלטערן, אדער א מעשה ווי יעצט אז א מאמע האט ליידער געטון דאס ארגסטע פאר די אייגענע קינדער, ידי נשים רחמניות בישלו ילדיהן, איז מער ווי גענוג פאר אווערנעסס. מען דארף נישט נאך.
די אווערנעסס דארף זיין אויף צוויי חלקים, איינס - די חלק וואס מיר קענען נישט פארמיידן, מענטשן ווערן נעבעך געבוירן פעלערהאפטיג און זיי באלאנגען נישט צווישן נארמאלע מענטשן, און עס וויכטיג צו וויסן די סימנים דערויף; און צוויי - די חלקים וואס מיר קענען יא אינטערווינירן, אויפצוציען געזונטערע קינדער (די צוקונפטיגע עלטערן), סיי מיט געבן ליבשאפט, ספעיס, אפנקייט, טראסט, גוטע ווערטער, אויפבויען געזונטע קאנפידענץ וכדו', און סיי מיטן זיי געבן געזונטערע עסן און ווייניגער דזשאנק, וואס איז אויך א גרויסע פאקטאר אין די היינטיגע שוואכע וועלט.
הערן מער מעשיות מיט די פרטי פרטים גייט לדעתי "גארנישט" העלפן פאר אווערנעס.