א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

בנוגע The Imitation Game רירט עס אויך אָן, אין דעם וואס זיי דארפן אפמאכן וועמען יא צו לאזן געזינקען ווערן דורך די דייטשן כדי זיי זאלן נישט געוואויר ווערן אז זיי האבן געבראכן דעם עניגמע קוֺיד, צו דעם טראַליִ פראבלעם.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך האלט אינמיטן קוקן די פילם איבער די מבול, סאיז זייער איטערסאנט, איין אינטערסאנטע קרישקע האב איך באמערקט, אז די שפיל מיט די בענדלעך וואס מ’נעמט אראפ פון די מצה באקסעס, קומט נאך פון מתושלח’ס צייטן..........
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך תוהו ובוהו »

תרמב האט געשריבן:איך האלט אינמיטן קוקן די פילם איבער די מבול, סאיז זייער איטערסאנט, איין אינטערסאנטע קרישקע האב איך באמערקט, אז די שפיל מיט די בענדלעך וואס מ’נעמט אראפ פון די מצה באקסעס, קומט נאך פון מתושלח’ס צייטן..........
מדברי גוגל זז''ג:
''Cat's Cradle is one of the oldest games in human history''
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך moody »

וויפיל דארף מען זאגן אז אונז חרדים האבן די ארגינעלע מסורה :lol:
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

מי אני האט געשריבן:Gone Girl
FF0B5203-D304-40C3-BF6D-4DD8B24D9236.jpeg

ייש"כ פארן ברענגן.
ערשט יעצט געזעהן, זייער הנאה געהאט, גוטע עקט פון איר און א יוניק סקריפט.
---
און אז מ'רעדט שוין איז כדאי צוריק אנצוהייבן דאס וועכענטליכע פילם פארשלאג זיך צו קענען דערווארעמען אין די הייליגע ווינטער נעכט.

@נייגעריגער @מי אני וכל מי שרוצה ליטול את השם..
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

The Last Duel

The_Last_Duel_poster.jpg

דירעקטירט דורך רידלי סקאַט.

דאס דראמאטאזירט דאס (כמעט) לעצטעס מאל בימי הביניים (בשנת 1386 למספרם) וואס מ'האט געמאכט אן אפיציעלן משפט אין פראנקרייך בהסכמת המלוכה צווישן צוויי שרים וואס "ג-ט וועט אפמאכן ווער עס איז גערעכט" דורך דעם וואס זיי וועלן זיך שלאגן, א דיוּל, ביז'ן טויט. דאס איז געווען ווען זשאן דע קערוּזש האט באשולדיגט זיין געוועזענער חבר זשאק לעגרי אין האבן מאנס געווען זיין ווייב מארגאריִט. עס צייגט די פאליטישע אונטערגרונט פון ווי אזוי זשאן האט זיך סתם געהאט געפילט באקריוודעט מעיקרא און דאס אויפבוי דערצו פון אלעמענ'ס פּערספּעקטיוו. דאס ברענגט שטארק ארויס די מיסאַדזשעני און נידעריגע סאציאלע שטאנד פון פרויען בימים ההם (לדעתי איז מאַרגאַריִט די איינציגסטע סימפּאטעטישע כאראקטער).

{ווארענונג: עס פארמאגט גראפישע סצענעס.}

מ'קען עס זעהן דא. (מ'דארף, ווי אלעמאל ביי די סארט סייטס, אפבאכט געבן פון און וויסן אז עס זענען דא דארט פּאַפּ-אָפּס.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

דערמאנט מיר פון The Last Samurai וואס איך וואלט אויך רעקאמאנדירט צו וואטשן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

בשורה טובה
https://www.sratim.tv/
באניצער אוואטאר
חתימת זקן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך חתימת זקן »

מי אני האט געשריבן:The Last Duel

The_Last_Duel_poster.jpg

דירעקטירט דורך רידלי סקאַט.

דאס דראמאטאזירט דאס (כמעט) לעצטעס מאל בימי הביניים (בשנת 1386 למספרם) וואס מ'האט געמאכט אן אפיציעלן משפט אין פראנקרייך בהסכמת המלוכה צווישן צוויי שרים וואס "ג-ט וועט אפמאכן ווער עס איז גערעכט" דורך דעם וואס זיי וועלן זיך שלאגן, א דיוּל, ביז'ן טויט. דאס איז געווען ווען זשאן דע קערוּזש האט באשולדיגט זיין געוועזענער חבר זשאק לעגרי אין האבן מאנס געווען זיין ווייב מארגאריִט. עס צייגט די פאליטישע אונטערגרונט פון ווי אזוי זשאן האט זיך סתם געהאט געפילט באקריוודעט מעיקרא און דאס אויפבוי דערצו פון אלעמענ'ס פּערספּעקטיוו. דאס ברענגט שטארק ארויס די מיסאַדזשעני און נידעריגע סאציאלע שטאנד פון פרויען בימים ההם (לדעתי איז מאַרגאַריִט די איינציגסטע סימפּאטעטישע כאראקטער).

{ווארענונג: עס פארמאגט גראפישע סצענעס.}

מ'קען עס זעהן דא. (מ'דארף, ווי אלעמאל ביי די סארט סייטס, אפבאכט געבן פון און וויסן אז עס זענען דא דארט פּאַפּ-אָפּס.)

דאס איז אויף דער רשימה פון פּרעזידענט בּאַראַק אָבּאַמאַ׳ס בּאַליבּסטע פילמען אין 2021.

The Power of the Dog איז אויך אויף זיין רשימה און עס ווערט אויסגערימט דורך קינאָ קריטיקירער, איך האָבּ עס געזעהן אויף נעטפליקס און גראַדע איר נישט אַזוי געגליכן, די קינאָמאטאַגראַפיע איז הערליך, אפילו אָטעם פאַרכאַפּנד, נאר די געשיכטע איז עטוואָס לאַנגווייליג, מעגליך אז מען ברויך איר זעהן עטליכע מאל מאָל אויפצווויקלן די פילע שיכטן.

איך האבּ ערשט יעצט געזען דעם איטאַליענישער פילם Ancora più bello, אַ ראָמאַנטיש קאָמעדיע אויך בּנימצא אויף נעטפליקס אינטערן ענגלישער נאמען Still Out of My League, עס איז מיר היבּש געפאָלן. עס דערציילט וועגן די ראָמאַנטישע בּאַציונגען פון אַן איטאַליעניש מיידל וואס ליידט אויף סיסטיק פיבּראָסיס און אירע שטובּ פריינד. כאָטש עס איז געצילט פֿאַר׳ן יינגער דור, פאַרמאָגט עס דאך די אויטענטישע ליבּליכקייט פון ראָמאַנטיש איטאַליענישע און פראַנצויזישע קינאָ, עפּעס וואָס איז שטארק זעלטן, ספּעציעל אין היינטיגע אַמעריקאנישע פילמען.
Any religion, no matter how inspired originally, ultimately devolves into nothing more than an excuse for A to feel superior to B
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

King Richard

king-richard-poster-excl.jpg

דאס דראמאטיזירט ווי אזוי ריטשערד וויליאמס (געשפילט דורך וויל סמיט) צוזאמען מיט זיין ווייב בּרענדי האבן אויפגעצויגן און טרענירט מיט א געוואלדיגע איבערגעבענקייט זייערע צוויי טעכטער וויִנוס און סעריִנא צו ווערן פון די בעסטע טעניס שפילערס אין די וועלט. דאס איז על אף אז זיי זענען געווען ארים און געוואוינט אין קאַמפּטאן.

מ'קען דאס זעהן דא (מ'דארף גאר אפבאכט געבן פון פּאַפּ-אָפּס - ווי אלעמאל ביי די סארט סייטס).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

Doubt
Doubt.jpg

א געוואלדיגע אייגנארטיגע פילם (באארבעט פון טעאטער), האקעלע נושאים בארירט פון פארשידענע פערספעקטיווען, (פענאמענאלע אקטיארן ווי מערל סטריפ און פיליפ האפמאן).

מ'קען עס זעהן דא און אויף עמעזאן פריים.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Shogun

שליחה דורך מי אני »

בשנות נעורי האבן איך צוזאמען מיט מיין ברודער געזעהן גאר אסאך האנג קאנג פילמס: (כמעט) אלע דזשעקי טשען, דזשעט לי, דאַני יען, דזשאַן וואוּ, און טסוּאי האַרק פילמס (מיט אסאך אנדערע). דאס האט מיר געגעבן א בליק אריין אין צו די אמאליגע כינעזע קולטור, און פון דארט צו דאס ברייטערע אזיאנע קולטור על הכלל. האבענדיג גענומען א 35 מ״ג קאַנאַבּיס עדיבּל האב איך געוואטשט די ערשטע עפּיזאָד פונעם שׁוֺיגאָן סעריע. דאס איז א היסטארישע פיקציע, באזירט אויף זשאן קלעוועל׳ס בוך, סעט אין יאר 1600 למספרם אין feudal יאפּאן בימי הסאַמוריי (אגב, איך רעקאמענדיר שטארק די סעריע). די סעריע ברענגט שטארק ארויס די שטארקע האַנאַר קולטור ביי די יאפאנעזער באותה תקופה, און וויאזוי זיי האבן געפירט זייער לעבן און פאליטיק.

ביים סוף פונעם ערשטן עפּיזאָד ברענגט א כאראקטער דראמאטיש ארויס (וואס ווערט צום סוף א וואויסאָווער) די אימפּרעסיוו ציוויליזאציע פון די יאפּאנאזער דעמאלטס, און מיט דעם ענדיגט זיך עס. עס הייבט אָן שפילן דעמאלטס די סאַוּנדטרעק פארפאסט דורך עטיקוס ראָס. ער נוצט דערין די סארט כלי זמר וועלכע איך האב געהערט בשני נעורותי אויף אזיאנער מוזיק אין אַן עפּיק אופן. עס האט מיר א געוואלד געכאפט און צוריקגעשלעפט מיט א גאר שטארקע נאסטאלגיע, און מיר ארויסגעברענגט די כח וואס ער וויל מ׳זאל שפירן אין די סצענע איבער די יאפּאנעזישע ציוויליזאציע.
IMG_7060.jpeg
אגב, דער עטיקוס ראָס, צוזאמען מיט טרענט רעזנאר, האבן געמאכט די קאָווער פון לעד זעפּעלין׳ס האַרד ראַק אימיגראנט ניגון, ביים אָנהויב טייטל סיִקווענס פון דוד פינטשער׳ס די מיידל מיט׳ן דרעגאן טעטוּ פילם. עס ווערט אויך גענוצט אינעם טרעילאר פונעם פילם. דאס כאפט אויך מורא׳דיג אראפ די אעסטעטיק פונעם גאנצן פילם. שטארק רעקאמענדירט (וגם לרבות די שוועדישע ווערסיע). עס איז איבער א מערדער מיסטעריע פון אפאר דורות, און וועלכעס א טראָבּעלד, אבער resourceful, קאמפּיוטער העקער און אַן אינוועסטיגעיטאר קומען זיך צאם.
IMG_7061.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

Re: א פילם קלוב פאר תוכנ'דיג און ארטיסטישע מאוויס

שליחה דורך כלבאשבוע »

דאכט זיך אז סאיז נאך נישט דערמאנט געווארן דא אין שטיבל, די מאווי The Believer איז באזירט אויף א שטוינענדע אמתע געשיכטע און איז מוראדיג נוגע בפרט בימים אלו ווען אנטיסעמיטיזם איבער די וועלט פארשפרייט זיך בעיקר מתוך אחב״י השם ירחם

שטארק רעקאמאנדירט פאר יעדן וועמען סאינטערסירט א אינטעלעקטואלע בליק אויף אנטיסעמיטיזם, Ryan Gosling עקטינג און די סקריפט איז מייסטערהאפטיג
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל

Re:

שליחה דורך נעקסט לעוועל »

מי אני האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:48 pm The Last Duel

The_Last_Duel_poster.jpg

דירעקטירט דורך רידלי סקאַט.

דאס דראמאטאזירט דאס (כמעט) לעצטעס מאל בימי הביניים (בשנת 1386 למספרם) וואס מ'האט געמאכט אן אפיציעלן משפט אין פראנקרייך בהסכמת המלוכה צווישן צוויי שרים וואס "ג-ט וועט אפמאכן ווער עס איז גערעכט" דורך דעם וואס זיי וועלן זיך שלאגן, א דיוּל, ביז'ן טויט. דאס איז געווען ווען זשאן דע קערוּזש האט באשולדיגט זיין געוועזענער חבר זשאק לעגרי אין האבן מאנס געווען זיין ווייב מארגאריִט. עס צייגט די פאליטישע אונטערגרונט פון ווי אזוי זשאן האט זיך סתם געהאט געפילט באקריוודעט מעיקרא און דאס אויפבוי דערצו פון אלעמענ'ס פּערספּעקטיוו. דאס ברענגט שטארק ארויס די מיסאַדזשעני און נידעריגע סאציאלע שטאנד פון פרויען בימים ההם (לדעתי איז מאַרגאַריִט די איינציגסטע סימפּאטעטישע כאראקטער).

{ווארענונג: עס פארמאגט גראפישע סצענעס.}

מ'קען עס זעהן דא. (מ'דארף, ווי אלעמאל ביי די סארט סייטס, אפבאכט געבן פון און וויסן אז עס זענען דא דארט פּאַפּ-אָפּס.)
@מי אני
אדאנק פאר די רעקאמעדאציע, כהאב עס יעצט געענדיגט,
איך פיל מיר ווי און פערצענטע יאר הונדרעט, איך פיעל די שמעק פון די פערדן, די היץ פון די קוימענעס, די לעקטער און שטוב איז פארוואנדעלט געווארן און די דיקע וואקסענע ליכט,

דער רידלי האט אראפגעברענגט פראנקרייך אויפן סקרין,
די פאוער פון האנאר, די פרענטש מענטאליטעט פון די מיטל אלטער..

די פערפארמענס, איז עפעס שלא מעלמא הדין, שוין לאנג נישט געזעהן אזאנס

מי אני, לייק פאר די רעקאמעדאציע

לינק צו וואטשן אויף טעלעגרעם, אנע עדס

באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

תוכנ'דיגע עקשאן סטאָנט פילמס

שליחה דורך מי אני »

The Fall Guy
fall_guy_xlg.jpg
איך האב באמת נישט עקספּעקטעד צו אזוי הנאה האבן פון דעם עקשאן-קאמעדי. די פילם איז מיר געווען ממש א חידוש, ווי עס עס איז לגמרי מעטא, און סעלף-עוועיר איבער ווי אָווער-די-טאַפּ אפילו נישט סייענס-פיקשאן פילמס זענען.

עס איז איבער א סטאָנטמען פאר עקשאן פילמס וואס ווערט אריינגעשלעפט אין א קאנספּירעסי. די פילם ברענגט ארויס וויאזוי (עכ"פ כנראה) גרויסע האליוואד עקשאן פראדאקשענס ווערן געמאכט, אבער די גאנצע מעשה אליינס איז אין א יוניווערס פון אַן עקשאן מאווי מענטאליטעט מיט אַן אָווער-די-טאַפּ קאנספּירעסי. עס מאכט בפירוש חוזק פון זיך אליינס, אבער איז נאך אלס פולי ענדזשויעבּל ווי א געהעריגע עקשאן מאווי מיט א גאר הויכע פּראַדאָקשען וועליוּ מיט א געוואלד היי-אקטעין סטאָנטס.

פאר ווער אימער עס איז נאר אויפגעוואקסן אלס בחור הנאה האבענדיג פון עקשאן מאוויס וואטשענדיג זיי, איז דאס ממש א מאָסט-סי! דאס איז בפרט אז כהיום איז ער אַן ערוואקסענער וואס ווערט נישט ממש איבערגענומען פון ווילדע סתם עקשאן, אבער דאך האט עס דאס איז גרויסן! (דאס איז בפרט פאר די וואס האבן געוואטשט די עקשאן פילמס מיט א מער 80'ס סארט איין עיקר עקשאן היראָ און פּראטעגאניסט. דאס ווערט זייער גוט ארויסגעברענגט מיט יאָנגבּלאָד'ס אייזערנע קאָווער (בפרט פון 1:05-2:41) פון די שיר אהבה פון קיס פון 1979.)

דאס איז דירעקעקטירט דורך דוד לייטש וועלכער איז אליין געווען א סטאָנטמען און סטאָנט קאָארדינעיטאר.

דא קען מען דאס זעהן.

Bullet Train
bullet_train_ver4.jpg
אז מ'רעדט שוין האט לייטש אויך דערעקטירט בּולעט טרעין, וועלכעס איז אַן עקשאן קאמעדיע איבער א לעיערד סיפור וואו א שלי'מזל'דיגער אונטערוועלטניק ווערט אריינגעמישט אין א קאנספּיראציע צווישן געדינגענע מערדער, בשעת א דזשאַבּ אויף אויפצופּיקן א טאשקע אויף א טרעין אין יאפאן. שטארק מומלץ!

דא קען מען עס זעהן.

Atomic Blonde
atomic_blonde.jpg
אויך האט ער דירעקטירט די קוואליטעט עקשאן פילם אטאמישע בּלאנד איבער שפיאנען אין בערלין בשעת די קאלטע קריג. (אזהרה: שוין מער גראפיש ווי די פריערדיגע.)

דא קען מען דאס זעהן. (די סצענע דערין איז פון די מערסטע קונטסליכע עקשאן סצענעס וואס איך האב נאר אמאל געזעהן. אַן אינטענס עקשאן סצענע פון 10 מינוט, כנראה געפילמד אין איין שאס. ענליך צו אלפאנסא קואראן'ס סצענעס אין קינדער פון מענטשן און אין גראוויטעט.)

Extraction 1 & Extraction 2
extraction_netflix.jpg
extraction_two_ver3.jpg
און אז מ'רעדט שוין האט דער סטאָנט קאָאָרדינעיטאר סעם האַרגרעיוו דירעקטירט די צוויי אינטענסע קוואליטעט עקשאן סטאָנט פילמס עקסטרעקשאן 1 און עקסטרעקשאן 2. דאס איז איבער א דערביטערטע מערסענערי וואס ווערט געדינגען צו ארויסראטעווען אינעם ערשטן א אינגל פון באנגלאדעש, און אינעם צווייטן זיין גרושה'ס משפחה פון תפיסה אין דזשדארדזשיע (נעבן רוסלאנד).

זיי ביידע האבן אויך לאנגע עקסטענדעד שאטס פון אינטענס עקשאן סיקווענסעס. גאר שטארק מומלץ!

דא און דא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

מעד מעקס

שליחה דורך מי אני »

מעד מעקס

דר. דזשאָרדזש מילער האט דירעקטירט זייט 1979 5 פילמס אין די מעד מעקס סעריע. די סעטינג דערפון איז אין א פּאָסט-עפּאַקעליפּטיק אסטראליע, וואו מענטשליכע ציוויליזאציע איז צאמגעפאלן, און דאס גאנצע קאנטינענט איז פארוואנדעלט געווארן אין א רעידיאָעקטיוו מדבר שממה. דאס האט גורם געווען אז די מענטשן וואס זענען פארבליבן, זוכן צו פשוט צו סורווייוון ווייטער בכל אופן שהוא, און דעריבער פארלירן א גרויס חלק פון זייער הומעניטי; ווי אויך האבן אסאך מענטשן סתם אזוי קלענערע אדער גרעסערע מיוטעישאנס מחמת די רעידיאָעקטיוויטי. עס גרופירן זיך באנדעס וואס ראבעווען און רצח׳ענען זיך אויף די ביסל ריסאָרסעס וואס זענען פארבליבן.

די פּראטעגאניסט פונעם אלגעמיינע סעריע איז מעקס ראקעטינסקי, וועלכע איז געווען א פאליציאנט פאר ציוויליזאציע איז גענצליך צאמגעפאלן, און האט פארלוירן אינעם ערשטן פילם, זיין ווייב און קינד צו א באנדע. די ערשטע דריי פילמס, מעד מעקס, די רוֺיד קעמפער, און מעד מעקס נאך טאָנדערדוֺים, זענען באזירט ארום זיינע אוואנטורעס אין אט דעם וועיסטלענד. זיי זענען שטארקע פילמס (בפרט די רוֺיד קעמפער).

אבל על של עתה באתי. די לעצטע צוויי פילמס אינעם סעריע, די פערטע און פיפטע (אין 2015 און 2024), באציהען זיך שוין מער צו א צווייטע פּראטעגאניסט, א פרוי מיט׳ן נאמען פוּריאָסאַ. זי קומט און איז פארכאפט געווארן פון דאס לעצט פארבליבענע עדן און סטאבילע געזעלשאפט אין אסטראליע, וועלכע די איינוואוינער האבן געהאלטן איר מקום בסוד, מורא האבענדיג פון ווערן אטאקירט פון דרויסענדע דאס צו באקומען. איך וואלט ממליץ געווען צו וואטשן צום ערשט פוּריִאָסאַ (הגם עס איז ארויסגעקומען שפעטער) און דערנאך מעד מעקס: פוּרי רוֺיד, וועלכע הייבט זיך אָן גראד וואו פוּריִאָסאַ ענדיגט זיך. מ׳פיהלט מורא׳דיג מיט מיט די פוּריִאָסאַ כאראקטער, איר כי גנב גנבתי מארץ אמי, און איר אַדיסי אויף אָנצוקומען צוריק אהיים, ואפילו נאך יארן. עס האט אסאך עמאָשׁענאל וואג. ווי אויך וואו זי ווערט גאר די האפענונג פאר א בעסערן עתיד פאר דאס מענטשהייט (כמובן אז עס האט פעמיניסט קלאנגען לגבי די חורבן וואס פּאטריארכי קען אָנמאכן).
Furiosa.jpg
Fury Road.jpg
מילער שפילט זיך ארום מיט וויאזוי זאכן וואלטן געווען אין אזא פאל במציאות וכדומה, און וויאזוי די אויסשטעל פון נייע קליינע געזעלשאפטן און גרופעס וועלכע וואקסן ארויס וואלטן אויסגעזעהן (ובפרט אז מילער מאכט דאס אויסזעהן, דורך א וואויס-אָווער נערעיטאר אין רוב פילמס, אז די סיפורים איבער די כאראקטערס ווערן פארציילט יארן שפעטער דורך איבערלעבערס אינעם פּאָסט-עפּאַקעליפּטיק וועלט, אלס לעדגענדעס). אבער אז מ׳געבט זיך איבער צו מילער׳ס וויזיע פון דעם פּאָסט-עפּאַקעליפּטיק סעטינג וואס ער שטעלט און מאלט אראפ, איז עס א טיפע ענגעידזשינג עקספּיריענס. די וועג וויאזוי ער דירעקטירט פרענעטיק דרייוון עקשאן סיִקווענסעס און סטאָנטס, מיט גאר ברייטע וויסטאַ שׁאַטס איז אבנארמאל (מ׳רעדט דא פון אַן ערך פון א פּראַדאָקשען וועליוּ פון $150 מיליאן פּער פילם). ער צייגט ווי דאס מידיאום פון סינעמאַ קען אלס נעמען. עס איז אַן עקספּיריענס ממש. (איך הא׳מיך גע׳ישוב׳ט צי איך זאל דאס רעקאמענדירן דא, זייענדיג אז דאס איז א פרעמדע גאנער פאר אסאך מענטשן. אבער זיי זענען שטארקע קוואליטעט עקשאן פילמס, און פון אַן אַרטיסטישן זין אויך.)

דא און דא קען מען זיי זעהן. (ביים צווייטן לינק זענען דא פריער די ערשטע דריי פילמס.)

כמובן אז די פילמס האבן פילאזאפישע געדאנקען דארונטער, איבער פאליטישע פילאזאפיע, סאציאלאגיע, עטיקס און מענטשליכע נאטור וכו׳. ועיין כאן.

Where must we go ... we who wander this Wasteland, in search of our better selves?

פארשפארט