די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

גרויסע שבת עלי' לתורה די וואך פאר א אייניקל פון די ראחמיסטריווקא רבי פון מאנסי, ערשטע שמחה בבית המלכות נאכן איבערנעמען די כתר ההנהגה, גייט ווערן געפראוועט אויף א גרויסע פארנעם אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין מאנסי בהשתתפות פולע חסידים ואנשי מעשה
פסכתר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2024 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך פסכתר »

ווער אינטערסירט פאזעטיווע נייעס?

כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא מאנסי איז געווען ביים יארצייט טיש פון ר מאטל ז"ל ביים רבין פון ספרינג וואלי פאר די חתן מאהל פון א אייניקל אוין סקווירא
מענדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מענדל »

פסכתר האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 8:04 pm ווער אינטערסירט פאזעטיווע נייעס?

שיין!
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

בילד ?
רויטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 11:04 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך רויטער »

שלום שלום צווישן יידן
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך צפת »

בעל דרשן האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 6:51 pm גרויסע שבת עלי' לתורה די וואך פאר א אייניקל פון די ראחמיסטריווקא רבי פון מאנסי, ערשטע שמחה בבית המלכות נאכן איבערנעמען די כתר ההנהגה, גייט ווערן געפראוועט אויף א גרויסע פארנעם אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין מאנסי בהשתתפות פולע חסידים ואנשי מעשה
חחחחחחחחחח מלכות ראחמסטריווקא... בית המלכות... מ'דערקענט פיין וואו דו באלאנגסט און וואס דו ווילסט דא מיט די אלע "מלכות" נייעסן.

זאג נאר, וואו זענען טאקע רוב עולם געגאנגען פון רחמיסטריווקע מאנסי? - איך אינדזשוי יעדע מאל דו זאגסט דעם ליגנט פון פריש. איך וויל עס נאכאמאל הערן. וועמען האט דער עולם געוואלט און וואו איז דער עולם טאקע געגאנגען.

בעל-דרשן, באהאלט זיך נישט. קום אריין קלאר, וועמען האט דער עולם געוואלט און וואו געפינט זיך רוב עולם?
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך עמרם »

למעשה האט ר' יהושע געטוהן א גוטע מאוו, מיטן עפענען א ישיבה קטנה קומעדיגע זמן
ווער ווייסט, ס'קען אים נאך אפשר ברענגן חסידים...
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

רויטער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:52 am שלום שלום צווישן יידן
קיינמאל קיין מחלוקה נישט געווען

און בד"וו אלע רבי מוטל'ס שוואגערס וואס זענען געווען אין מאנסי זענען אויך געווען דארט

וויזניץ קיימישע, בארנוב, סקווירא מאנסי
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

עמרם האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:34 am למעשה האט ר' יהושע געטוהן א גוטע מאוו, מיטן עפענען א ישיבה קטנה קומעדיגע זמן
ווער ווייסט, ס'קען אים נאך אפשר ברענגן חסידים...
דאס איז טאקע די מטרה, מיר האבן שוין געברענגט די נייעס מיט עטליכע חדשים צוריק
פרי עץ הדר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:27 pm
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך פרי עץ הדר »

מיר האלטען שוין נאנט צו די סיום פון די י"א חודש מען ערנדיגט קדיש זאגען דער ערב ראש חודש תמוז הבעל"ט שוין אריבער כמעט עלעף חדשים זינט די פטירה פון האי צדיק כביר דער לעצטער לייב וואס מיר האבען געהאט מיר מוזען מאכען א חשבון הנפש ואוס טוט זיך מיט בית ראחמיסטריווקא ווי אזוי זענען די ממשיכים מצליח וואס איז מסודר און וואס נישט ווי איז פארהאנען חידושים סוף כל סוף איז אריבער א יאר מיט אלע ימים טובים ווי אוזי זעהט דאס אויס גייענדיג ווייטער
א' איז דער בנו הגדול הרה"צ רבי דוד משה שליט"א די רבי אין ב"פ
מען מוז מודה זיין די קרובים ורחוקים עס איז א ווינדער ווי אוזי די זאך איז מסודר און אדרבה די ציבור איז געוואקסען און ווארעם צו די זאך יעדע פרייטאג צו נאכטס די שלוש סעודות און די תפלות איז בלי עין הרע די שענסטע און גרעסטע וואס איז שייך זייענדיג אין בארא פארק שבועות כהאב נישט געגלייבט איך בין אריין ביים ליינען די ערשטע טאג יו"ט און די בית המדרש איז געווען געפאקט..... א מעגא עולם א ריזען עולם נישט געווען קיין סך געסט ווי פאר שטענדליך אבער עס פעלט ב"ה נישט קיין עולם
און מיט א קיק אויף ווייטער זאלען זיי בעסער צו בויען און פאר ברייטערען די שול ווייל און עטליכע יאר איז נישט דא א פלאץ פאר א נאדעל צו שטעלען שבת ויו"ט....
און לויט די יכולת פון די רבי מאכט ער די בעסטע וואס איז שייך ער פרובירט די בעסטע צו זאגען זמירות די שענסטע וואס איז מעגליך פאר זיינע יכולת [כהאף אז ער רעדט זיך נישט אן אז ער מוז דאווענען פאר די עמוד ימים נוראים] ער זאל נאר טרעפען א ש"ץ וואס דער עולם האט ליב דאס איז מיין עצה...
אבער בר מן דין איז די זאך מצליח
איך וואלט אים געגעבען א גרעיט א גיטע ניינציג....

ב' הרה"צ רבי בערל שליט"א די לייקוואד רבי
איך האב זייער שווער גארבעט צו אויסגעפינען די מציאות דארט זייענדיג זייער פרעמד צו די זאך אדרבה פאר בעסערט מיך אויב איך האב א גרייז, און אויב איך דארף מאכען א גרעיט וואלט איך לויט מיין שאצונג געזאגט איז עס א שוואכע 50 און מיט ווייטוג זאג איך עס וויל רבי בערל איז א כליל המעלות א אוצר פון שטריכען פון טאטען ער נעמט אויף א מענטש ווי עס באדארף האט און זיך א אוצר צו פארקויפען כגעדנק נאך אלטץ בחור אין די מ' יארען וואס רבי בערל איז געווען די גרויסע חלק פון די הצלחה פון בית ראחמיסטריווקא,
וואס איז די פשט אז די זאך ציעט נישט אז יו"ט שבועות איז געווען נאר איין גאסט אינגאנצען! הישמע כזאת רבי בערל וואלט געדארפט האבען צענדליגער בארא פארקע אידען און ואינונו ס'נישט צו פארשטיין די מעשה.... ממש א מעשה בעל דבר האט זיך דארט אריינגעכאפט....
סאיז מיר ממש שווער ממשיך צו זיין פון ווייטוג א ארט וואס האט געדארפט ווערען די וועלט'ס ווינדער איז אזוי שטיל וואס איז דער פשט? ועוד חזון למועד צו אריינקריכען אין די מציאות און תוצאות וכו'....

ג' הרה"צ רבי יושע שליט"א די מאנסיער רבי און כוועל אנהייבען מיט די גרעיטס קומט אים א זיבציג! און פארוואס ווייל ער איז ממש א יש מאין די עולם פון מאנסי איז דאך נישט מיט אים, און ער איז מצליח מיט נייע מענטשען כ'מיין עס קומט א 70 און באמת דארך מען דאס אפשאצען אין 5 יאר ווען עס איז שוין דא פינעף יאר ארבעט אויף די פיעלד, ער וועט שוין האבען א ישיבה מיט ידידים און שונאים... און זענם די אנטווירלונגען
אבער לויט פון וואס ער האט אנגעהויבען און ווי ער איז א שיינע 70

ד' הרה"צ רבי זושא שליט"א די ווילאמסבורגער רבי
איז א זיכערע הונדרעט ער איז אנגעקימען מיט א יואש פארלוירען א זיכערע לינדען מיט 30 אינגעלייט וואס זענען געווען כולו פאר אים און זיי זענען דיסעפוינטענט איבערלאזנדיג כדומן על פני השדה און ווילאמסבורג איז לכתחלה נישט די גרעסטע הצלחהדיגער ארט פאר ראחמיסטריווקא קיינמאל געווען און די זאך שיינט בלי עין הרע הונדרעטער אידען קלאמערען זיך ביי די תפלות און טישען געסט יעדע שבת די ווייב ווי מען זאגט אין אמעירקע איז א פריילעכער דער עולם איז הייפער געלט גיסט זיך נוסח ווילאמסבורג שבועות איז געועון פיל כעסט פון איבעראלל ממש א הונדרעט מיט א פלאס!

ה' הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א די רבי פון לינדען איז א זיכערע הונדרעט וואס ער האט הייסט א גרויסע הצלחה ודי בזה....

ו' הרה"צ רבי נחום שליט"א אוק וויין רבי לויט די באריכטען איז א זיכערע הצלחה א זיכערע הונדרעט ודי בזה

ז' ואחרון אחרון חביב די ספרינג וואלי רבי, הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א, איך וויל נישט זאגען א גרעיט אדער א נומער, וועגען עין הרע, אבער דאס איז זיכער די שטערקסטע און גרעסטע הצלחה וואס איז שייך, איז דא ביי אים,
און לויט זיין רצון נישט צו זיין א רבי, און לויט די מציאות פון זיין שווער שליט"א, און זיינע פעטערס, וואס איז כמעט נישט שייך געווען בדרך הטבע אז ער זאל זיין א רבי, נישט האבענדיג א אדרעס בכלל, און די יד ד' האט געפירט אז ער זאל זיין מיט אזא הצלחה, וואס איז נגד הטבע נגד המציאות, ווי מען ווערט דורך אים מחוזק אין די אמונה כפשוטו....
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך צפת »

פרי עץ הדר האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:58 pm ה' הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א די רבי פון לינדען איז א זיכערע הונדרעט וואס ער האט הייסט א גרויסע הצלחה ודי בזה....

אפשר זענט איר מאריך אביסל מער איבער די צוויי. וואס האבן זיי היינט? - האבן זיי מוסדות, האבן זיי חסידים וואס גלייבן אין זיי, האבן זיי געסט אויף ימים טובים, פירן זיין טיש יעדע וואך און נעמען אויף קוויטלעך? - שרייבט מען אראפ זייערע תורות און מען דרוקט עס, זאגן זיי בכלל תורה? - די מענטשן וואס דאווענען אין זייערע בתי-מדרשים זענען ערנסטע חסידים, אדער זענען זיי בלויז מתפללי בית-המדרש, ווי א רב און זיינע מתפללים. פארמאגן זיי חסידים פון דער פרעמד?

וואס פונטקליך איז זייער מצב? - דער עולם איז זייער נייגעריג צו הערן א גרוס פון זיי, און ווי אזוי זיי האבן זיך אויפגעבויט אין די ערשטע יאר?
מענדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מענדל »

צפת האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:46 pm

פעלט נישט אויס מאריך צו זיין מען דארף זיך נאר אויסלערנען צו ליינען צווישען די שורות
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך צפת »

פארט, זיי זענען א רבי פון חסידים, אדער עפעס אזוי ווי נאדבורנא באניע וכו'?
פסכתר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2024 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך פסכתר »

פרי עץ הדר האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:58 pm מיר האלטען שוין נאנט צו די סיום פון די י"א חודש מען ערנדיגט קדיש זאגען דער ערב ראש חודש תמוז הבעל"ט שוין אריבער כמעט עלעף חדשים זינט די פטירה פון האי צדיק כביר דער לעצטער לייב וואס מיר האבען געהאט מיר מוזען מאכען א חשבון הנפש ואוס טוט זיך מיט בית ראחמיסטריווקא ווי אזוי זענען די ממשיכים מצליח וואס איז מסודר און וואס נישט ווי איז פארהאנען חידושים סוף כל סוף איז אריבער א יאר מיט אלע ימים טובים ווי אוזי זעהט דאס אויס גייענדיג ווייטער
א' איז דער בנו הגדול הרה"צ רבי דוד משה שליט"א די רבי אין ב"פ
מען מוז מודה זיין די קרובים ורחוקים עס איז א ווינדער ווי אוזי די זאך איז מסודר און אדרבה די ציבור איז געוואקסען און ווארעם צו די זאך יעדע פרייטאג צו נאכטס די שלוש סעודות און די תפלות איז בלי עין הרע די שענסטע און גרעסטע וואס איז שייך זייענדיג אין בארא פארק שבועות כהאב נישט געגלייבט איך בין אריין ביים ליינען די ערשטע טאג יו"ט און די בית המדרש איז געווען געפאקט..... א מעגא עולם א ריזען עולם נישט געווען קיין סך געסט ווי פאר שטענדליך אבער עס פעלט ב"ה נישט קיין עולם
און מיט א קיק אויף ווייטער זאלען זיי בעסער צו בויען און פאר ברייטערען די שול ווייל און עטליכע יאר איז נישט דא א פלאץ פאר א נאדעל צו שטעלען שבת ויו"ט....
און לויט די יכולת פון די רבי מאכט ער די בעסטע וואס איז שייך ער פרובירט די בעסטע צו זאגען זמירות די שענסטע וואס איז מעגליך פאר זיינע יכולת [כהאף אז ער רעדט זיך נישט אן אז ער מוז דאווענען פאר די עמוד ימים נוראים] ער זאל נאר טרעפען א ש"ץ וואס דער עולם האט ליב דאס איז מיין עצה...
אבער בר מן דין איז די זאך מצליח
איך וואלט אים געגעבען א גרעיט א גיטע ניינציג....

ב' הרה"צ רבי בערל שליט"א די לייקוואד רבי
איך האב זייער שווער גארבעט צו אויסגעפינען די מציאות דארט זייענדיג זייער פרעמד צו די זאך אדרבה פאר בעסערט מיך אויב איך האב א גרייז, און אויב איך דארף מאכען א גרעיט וואלט איך לויט מיין שאצונג געזאגט איז עס א שוואכע 50 און מיט ווייטוג זאג איך עס וויל רבי בערל איז א כליל המעלות א אוצר פון שטריכען פון טאטען ער נעמט אויף א מענטש ווי עס באדארף האט און זיך א אוצר צו פארקויפען כגעדנק נאך אלטץ בחור אין די מ' יארען וואס רבי בערל איז געווען די גרויסע חלק פון די הצלחה פון בית ראחמיסטריווקא,
וואס איז די פשט אז די זאך ציעט נישט אז יו"ט שבועות איז געווען נאר איין גאסט אינגאנצען! הישמע כזאת רבי בערל וואלט געדארפט האבען צענדליגער בארא פארקע אידען און ואינונו ס'נישט צו פארשטיין די מעשה.... ממש א מעשה בעל דבר האט זיך דארט אריינגעכאפט....
סאיז מיר ממש שווער ממשיך צו זיין פון ווייטוג א ארט וואס האט געדארפט ווערען די וועלט'ס ווינדער איז אזוי שטיל וואס איז דער פשט? ועוד חזון למועד צו אריינקריכען אין די מציאות און תוצאות וכו'....

ג' הרה"צ רבי יושע שליט"א די מאנסיער רבי און כוועל אנהייבען מיט די גרעיטס קומט אים א זיבציג! און פארוואס ווייל ער איז ממש א יש מאין די עולם פון מאנסי איז דאך נישט מיט אים, און ער איז מצליח מיט נייע מענטשען כ'מיין עס קומט א 70 און באמת דארך מען דאס אפשאצען אין 5 יאר ווען עס איז שוין דא פינעף יאר ארבעט אויף די פיעלד, ער וועט שוין האבען א ישיבה מיט ידידים און שונאים... און זענם די אנטווירלונגען
אבער לויט פון וואס ער האט אנגעהויבען און ווי ער איז א שיינע 70

ד' הרה"צ רבי זושא שליט"א די ווילאמסבורגער רבי
איז א זיכערע הונדרעט ער איז אנגעקימען מיט א יואש פארלוירען א זיכערע לינדען מיט 30 אינגעלייט וואס זענען געווען כולו פאר אים און זיי זענען דיסעפוינטענט איבערלאזנדיג כדומן על פני השדה און ווילאמסבורג איז לכתחלה נישט די גרעסטע הצלחהדיגער ארט פאר ראחמיסטריווקא קיינמאל געווען און די זאך שיינט בלי עין הרע הונדרעטער אידען קלאמערען זיך ביי די תפלות און טישען געסט יעדע שבת די ווייב ווי מען זאגט אין אמעירקע איז א פריילעכער דער עולם איז הייפער געלט גיסט זיך נוסח ווילאמסבורג שבועות איז געועון פיל כעסט פון איבעראלל ממש א הונדרעט מיט א פלאס!

ה' הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א די רבי פון לינדען איז א זיכערע הונדרעט וואס ער האט הייסט א גרויסע הצלחה ודי בזה....

ו' הרה"צ רבי נחום שליט"א אוק וויין רבי לויט די באריכטען איז א זיכערע הצלחה א זיכערע הונדרעט ודי בזה

ז' ואחרון אחרון חביב די ספרינג וואלי רבי, הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א, איך וויל נישט זאגען א גרעיט אדער א נומער, וועגען עין הרע, אבער דאס איז זיכער די שטערקסטע און גרעסטע הצלחה וואס איז שייך, איז דא ביי אים,
און לויט זיין רצון נישט צו זיין א רבי, און לויט די מציאות פון זיין שווער שליט"א, און זיינע פעטערס, וואס איז כמעט נישט שייך געווען בדרך הטבע אז ער זאל זיין א רבי, נישט האבענדיג א אדרעס בכלל, און די יד ד' האט געפירט אז ער זאל זיין מיט אזא הצלחה, וואס איז נגד הטבע נגד המציאות, ווי מען ווערט דורך אים מחוזק אין די אמונה כפשוטו....
ר שיע און ר נחום זענען ביידע מצליח לפי ערכם זיי האבן אנגעהויבן פון סקרעטש. האמת אגיד איך בין א חסיד פון ר נחום עס איז די איינציגסטע טיש פרייטיג צונאכטס און אוקוויין. ער האט א שיינע עולם ביים טיש אפילו אין די זוממער די זעלבע איז מיט מלוה מלכה. שבת צופרי האט ער פערציג פופציג מתפללים. ער האט אנגעהאבען פון 0. משא"כ ר' שיע האט געהאט א כולל.

ר' בערל מאכסטו אויסקוקען זייער שלעכט. למעשה ער פירט זייער שיין ער האט באקומען אלעס גרייט ישיבה, בית מדרש, חדר, און אלעס פארט א מחיה. איך בין געווען ביים סעודות בעל שם מוצאי פסח חוץ פון די בחורים איז געווען א גרויסע עולם פון די בעלי בתים אין שיינע אידן. איי געסט? ווער דארף געסט אז סאיז דא געניג אייגענע. די חסידית בויט זיך שוין דארט פון די סמך יארען

ר זושא ב"ה א שיינע בית המדרש אבער רוב זענען פרעמדע. איך בין געווען די שבת צופרי ביי שחרית סאיז עפעס געווען פארשלאפען. אבער ער פירט הערליך שיין שלש סעודות. די עולם קומט פון איבערראלל.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

פרי עץ גאנץ א שוואכע אפשאצונג, איך האב נישט קיין נערווען צו מאריך זיין, אין באמת וועם אינטרעסירט עס עכט?

א פאר נקודות און שוין:

לעיקוואד: ער איז זייער מצליח מיט זיין עולם, שוין געוועהן דארט עטליכע מאהל ביי וואכענדיגע מאורעת, דאס אז ס'איז נישט קיין גרויסע געפארעכטץ אויף יו"ט וועט מען באלד צוקומען, שבתים דא דארט הער איך אז יא אביסעל, ער פערזענליך איז אביסעל דיסעפוינטעד מיט א חלק פון די קלייענטעל, ער איז געוועהן צוגעוואוינט צו העכערע, אבער איך מיין אז ער איז זיך טועה, ס'איז שוין 2024, ער איז געווען חוץ לענינים פאר אפאר יאר.

אוקנוויין: מורא'דיג מצליח פון דעי וואן נאך פאר ער איז געווען רבי, ער איז א כאריזמאטישע מענטש, שיינע רעדנער און בעל תפלה, פארשטייט די ביזנעס זייער גוט.
ער פירט זיך רבי לכל דבר און דאס איז גורם אז איינס העכער איהם זאל האבן לחץ אויך צו פירען וכדומה וואס בעצם אינטרעסירט עס איהם נישט.

מאנסי: איך וואלט עס נישט גערופען אן אייגענע הצלחה, רוב קרעדיט קומט זיך פאר זיין נעפיו סיי פארן ארום שלעפען קודם און אויך אקטיוו שיקן אהין אינקלאדינג די גבאי ממ"ל, ער דערמאנט כסדר "די פעטער די רבי פון דא", מוצ"ש האט ער דערמאנט וועגען די חתונה ועוד הרבה, למעשה האט ער גאנץ א קליינע קביעות'דיגע עולם, אבער קען במשך הזמן גאנץ פיין מצליח זיין, ער איז א געשמאקער מיט תוכן.

וומסב"ג: מצד ראחמיסטריווקא איז אלעס as expected ער איז אלעמאל געווען באליבט און ער דערמאנט די מערסטע פון די טאטע, ממילא איז קיינער נישט סורפרייזד, דו דערמאנסט לינדען, עס איז געווען א שיינע עולם פון לינדען דארט אויף שבועות און בכלל אנערע זמנים ומועדים, די גאר אינגע אינגעלייט וואס האבן געלערנט ביי איהם אין ישיבה גייען פייער פאר איהם אבער אפילו אויך אביסעל עלטערע וואס געדענקען שוין נישט די רבי בתוקפו, חוץ מזה האט ער זיך קיינמאל נישט געמישט אין גארנישט האט ער קיין שונאים נישט, נישט אז די אנדערע יא.

ב"פ: אלעס פארט ווייטער מיט א שטארקייט בעסער ווי געראכטען, ער ארבייט אסאך וויאזוי אויפצונעמען א מענטש און די עולם איז זייער צופרידען, צו זענען אלע געשוואורענע חסידים? ניין אבער מתנגדים זיכער נישט און זייערע קינדער גייען בדרך הטבע יא זיין שטארקע חסידים, בכלל איז די עולם באקוועם דארט און מען זיכט נישט אוועק צו פארען וואס איז אויך א גרויסע טירחא, דאס פארענטפערט אויך פארוואס ימים טובים אין לעיקוואד איז נישט געווען קיין סאך געסט, איי וומסב"ג? זיינע אוהדים זענען מער א אינגערע עולם און איז לעת עתה מער עקסייטונג משא"כ די וואס דו האסט עקספעקטעד צו פארען קיין לעיקוואד זענען בעיקר העכער 40. ודו"ק.

ספ"וו: פאדערט א שמועס פאר זיך און יעצט האב איך נישט קיין כח פארדעם.
פרי עץ הדר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:27 pm
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך פרי עץ הדר »

היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 11:30 am פרי עץ גאנץ א שוואכע אפשאצונג, איך האב נישט קיין נערווען צו מאריך זיין, אין באמת וועם אינטרעסירט עס עכט?

א פאר נקודות און שוין:

לעיקוואד: ער איז זייער מצליח מיט זיין עולם, שוין געוועהן דארט עטליכע מאהל ביי וואכענדיגע מאורעת, דאס אז ס'איז נישט קיין גרויסע געפארעכטץ אויף יו"ט וועט מען באלד צוקומען, שבתים דא דארט הער איך אז יא אביסעל, ער פערזענליך איז אביסעל דיסעפוינטעד מיט א חלק פון די קלייענטעל, ער איז געוועהן צוגעוואוינט צו העכערע, אבער איך מיין אז ער איז זיך טועה, ס'איז שוין 2024, ער איז געווען חוץ לענינים פאר אפאר יאר.

אוקנוויין: מורא'דיג מצליח פון דעי וואן נאך פאר ער איז געווען רבי, ער איז א כאריזמאטישע מענטש, שיינע רעדנער און בעל תפלה, פארשטייט די ביזנעס זייער גוט.
ער פירט זיך רבי לכל דבר און דאס איז גורם אז איינס העכער איהם זאל האבן לחץ אויך צו פירען וכדומה וואס בעצם אינטרעסירט עס איהם נישט.

מאנסי: איך וואלט עס נישט גערופען אן אייגענע הצלחה, רוב קרעדיט קומט זיך פאר זיין נעפיו סיי פארן ארום שלעפען קודם און אויך אקטיוו שיקן אהין אינקלאדינג די גבאי ממ"ל, ער דערמאנט כסדר "די פעטער די רבי פון דא", מוצ"ש האט ער דערמאנט וועגען די חתונה ועוד הרבה, למעשה האט ער גאנץ א קליינע קביעות'דיגע עולם, אבער קען במשך הזמן גאנץ פיין מצליח זיין, ער איז א געשמאקער מיט תוכן.

וומסב"ג: מצד ראחמיסטריווקא איז אלעס as expected ער איז אלעמאל געווען באליבט און ער דערמאנט די מערסטע פון די טאטע, ממילא איז קיינער נישט סורפרייזד, דו דערמאנסט לינדען, עס איז געווען א שיינע עולם פון לינדען דארט אויף שבועות און בכלל אנערע זמנים ומועדים, די גאר אינגע אינגעלייט וואס האבן געלערנט ביי איהם אין ישיבה גייען פייער פאר איהם אבער אפילו אויך אביסעל עלטערע וואס געדענקען שוין נישט די רבי בתוקפו, חוץ מזה האט ער זיך קיינמאל נישט געמישט אין גארנישט האט ער קיין שונאים נישט, נישט אז די אנדערע יא.

ב"פ: אלעס פארט ווייטער מיט א שטארקייט בעסער ווי געראכטען, ער ארבייט אסאך וויאזוי אויפצונעמען א מענטש און די עולם איז זייער צופרידען, צו זענען אלע געשוואורענע חסידים? ניין אבער מתנגדים זיכער נישט און זייערע קינדער גייען בדרך הטבע יא זיין שטארקע חסידים, בכלל איז די עולם באקוועם דארט און מען זיכט נישט אוועק צו פארען וואס איז אויך א גרויסע טירחא, דאס פארענטפערט אויך פארוואס ימים טובים אין לעיקוואד איז נישט געווען קיין סאך געסט, איי וומסב"ג? זיינע אוהדים זענען מער א אינגערע עולם און איז לעת עתה מער עקסייטונג משא"כ די וואס דו האסט עקספעקטעד צו פארען קיין לעיקוואד זענען בעיקר העכער 40. ודו"ק.

טייערער היימלינד שלום וברכה!
מיר האבען נישט קייין גרויסע וויכוח,
אבער איין ווארט בנוגע לעיקוואד, די אינטערסע וואס איז געווען ערווארטעט איז נישטא... אמת יא דא דארט א שיינע אייגענער עולם אבער די מציאות איז די רבי דארט איז א מאשין און זייענדיג ווייט אוועק אין לעיקוואד הערט מען נישט געניק דערפון, אין פאר די חסידישע וועלט ס'איז א שאד! באמת!
לויט זיינע כוחות, וואלט ער געדארפט אננעמען די וועלט און עס איז נישט.... מער פון דעם זאג איך נישט,
אבער ער האט נישט מער ווי א פיפציג, ווייל מען שאצט לויט די ערווארטונג און לויט די מציאות.... אפי' עס איז כפי ערך מצליח אבער לויט די ערווארטונג איז דאס א פיפציג משא"כ די אנדערע ברידער'ס וואס יעדער איז פיל מער מצליח,
און וואס די זאגט לגבי ווילאמסבורג האט פרעמדע לדעתי איז דאס א חלק פון די הצלחה יא וויליאמסבורג האט א קליינע אייגענע עולם אבער עס ציהט מענטשען מיינט אז דא איז דא א ברכה... און ווער רעד דער עולם פון בארא פארק איז נייגעריק אין דער זאל דאס איז א חלק פון זיין הצלחה וואס מאכט אים מער ווי אנדערע ובפרט ווען דער וויליאמסבורגער רבי האט אויסגעזעהן ווי דערנאך.... און למעשה איז געווארען הבורח מכבוד הכבוד רודף אחריו און עס איז מקיום געווארען דער ואחריתך ישגה מאוד,
למשל ווען די לעיקוואד רבי וואלט געווען אין ווילאמסבורג מיין איך וואלט אויכעט געווען פיל בעסער פאר אים...טראצדעם וואס לעיקוואד האט א שול מיט מוסדות מיט א ישיבה אבער די אינטערעסע און די שכינות פון בארא פארק וואס איז די מרכז פעלט זייער אויס וואס ליידער איז נישטא....
בנוגע מאנסי פארשטיי איך בכלל נישט דיין הערה, דאס איז די קרעדיט פון זיין נעפיו? כהאב נישט א ספק אז אין מאנסי אין ספרינג ואולי איז נישט געווען די מעשה ידי אדם נאר אלעס משמים א הימעלידע הנהגה די רצון בעלי בחירה וואס האבען געהאט דא א כח האבען געוואלט גאנטץ עפעס אנערשט, די בורא כל עולמים האט געפירט א וועלט עס האט זיך געדרייט אז די יד ד' האט געמאכט די רבי פון ספרינג ואולי וואס די מאנסיער פעטער האט געהאט א יד ווער עס פארשטייט פארשטייט.... ודי בזה,
איז למעשה פונקט פארקערט די מאנסי פעטער האט געמאכט די נעפיו פאר רבי און די נעפיו איז א שטיק גאלד און בענטשט זיינע שונאים שטאץ זיי שעלטען און ער איז ממש די ריכטיגע המשכה פון זיין הייליגען זיידען ודי בזה...

ספ"וו: פאדערט א שמועס פאר זיך און יעצט האב איך נישט קיין כח פארדעם.
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך די קעפעלע »

קרעדיט אידישע נייעס:
מאנטאג איז פארגעקומען א אייגענארטיגע אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע אין בארא פארק, מיט די באטייליגונג פון אלע ראחמיסטריווקא רבי'ס האחים האדמורי"ם, ממשיכי דרכו בקודש פונעם רבי'ן זצ"ל.
די אסיפה איז געווען קאנצענטרירט איבער די גמר המקח צו פארזיכערן א שיינע מכובד'יגע חלקה בארץ החיים ארום די מקום מנוחת הקודש פונעם ראחמיסטריווקא רבי'ן זצ"ל אויפן בית החיים הר שלום אין מאנסי. ווי באקאנט האט די ראחמיסטריווקא קהילה אפגעקויפט א אייגענע חלקה מיט עטליכע יאר צוריק און ביי א ספעציעלע מעמד פאר אלע חסידים האט מען אנגעהויבן פארקויפן חלקות פאר די חברי הקהילה.
אצינד האבן די רבי'ס זיך צוזאמגענומען אוועקצושטעלן א יסוד פאר די עתיד פונעם בית החיים, צו זיכער מאכן אז גענוג חלקות ווערן פארקויפט אז די ציון הק' זאל זיך טאקע געפונעם אין צענטער בכבוד הראוי, דערביי האבן זיך אויך באטייליגט די עסקנים פון אלע קהילות, אין בעפארברייטונג צו א ספעציעלע קאמפיין וואס וועט פארקומען אין אלע ראחמיסטריווקא צענטערן אין אמעריקע צו פארקויפן די חלקות פאר אלע חסידים פון אלע הויפן.
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך די קעפעלע »

וואס איך וואלט געוואלט פארשטיין איז אז כידוע איז א בית החיים א פעסטע ביזנעס און א גוטע הכנסה, בפרט א מקום ווי עס איז מנוחת כבודו פון אזא צדיק וקדוש וועט לכאורה ווערן א אויפגעכאפטע פלאץ.
איז וואס פונקטליך גייט מען דא בעטן פונעם ראחמיסטריווקא ציבור?
ווער גייט דא פארדינען פונעם פרישע קאמפיין און ווי גייט די אלע געלט גיין ווען עס וועט שוין זיין אויסגעצאלט?
וועט מען געבן א הנחה פאר די חסידי ראחמיסטריווקא פארן קויפען א חלקה אדער בעטן כסף מלא עובר לסוחר?
whatever
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 04, 2023 3:42 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך whatever »

געהערט: מ'האט דעם בעה"ב געהעריג נישט געצאלט, און ער האט געסטראשעט ער וועט פארקויפן פלעצער ארום דעם רבי'ן פאר טייער געלטער... האבן די רבי'ס זיך פאראייניגט צו מאכן א קאמפיין אז די חסידים זאלן קויפן חלקה'ס, און אזוי אויסצאלן וואס מ'איז שולדיג
מיין אישי ארבעט נישט, מ'קען מיך אימעיל'ן k32158734@gmail.com
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

whatever האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 4:57 pm געהערט: מ'האט דעם בעה"ב געהעריג נישט געצאלט, און ער האט געסטראשעט ער וועט פארקויפן פלעצער ארום דעם רבי'ן פאר טייער געלטער... האבן די רבי'ס זיך פאראייניגט צו מאכן א קאמפיין אז די חסידים זאלן קויפן חלקה'ס, און אזוי אויסצאלן וואס מ'איז שולדיג
almost the truth

זיי האלטען אינמיטען באצאלען אזוי ווי אפגעמאכט בשעתן מקח, נאר יעצט איז די געלט פון די פארקויפטע חלקות שוין אויסגעלאפען ממילא זענען זיי סטאק און ווילען פון פריש מאכען א מצב פון קויפן חלקות כדאי צו ווייטער באצאלען, די בעלי המקום נעמען עדווענטיזש פון דעם אז זייער טאטע ליגט דארט און ניצט עס כסדר ביים אדווערטייזען, ווען ער האט געשמעקט אז געלט איז ענג האט ער געסטראשעט צו צורייסען די דיעל און אליין פארקויפען חלקות, יעצט דארף ער זיי שוין נישט ער קען אליין מאכען די געלט, 2-3 יאר צוריק איז ער געקומען בתחנונים און גרייט צו נאכגעבען וואס מען בעהט אבי מען זאל קויפן ביי איהם, דאס האט דאך איהם געגעבען א שטארקע גושפנקא.
מענדל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 113
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 19, 2023 1:00 am
האט שוין געלייקט: 60 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מענדל »

היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 11:30 am ספ"וו: פאדערט א שמועס פאר זיך און יעצט האב איך נישט קיין כח פארדעם.
ווען די האסט כוח זיי ממשיך ווייל דער עולם וויל הערען
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך די קעפעלע »

היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 11:13 am
whatever האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2024 4:57 pm געהערט: מ'האט דעם בעה"ב געהעריג נישט געצאלט, און ער האט געסטראשעט ער וועט פארקויפן פלעצער ארום דעם רבי'ן פאר טייער געלטער... האבן די רבי'ס זיך פאראייניגט צו מאכן א קאמפיין אז די חסידים זאלן קויפן חלקה'ס, און אזוי אויסצאלן וואס מ'איז שולדיג
almost the truth

זיי האלטען אינמיטען באצאלען אזוי ווי אפגעמאכט בשעתן מקח, נאר יעצט איז די געלט פון די פארקויפטע חלקות שוין אויסגעלאפען ממילא זענען זיי סטאק און ווילען פון פריש מאכען א מצב פון קויפן חלקות כדאי צו ווייטער באצאלען, די בעלי המקום נעמען עדווענטיזש פון דעם אז זייער טאטע ליגט דארט און ניצט עס כסדר ביים אדווערטייזען, ווען ער האט געשמעקט אז געלט איז ענג האט ער געסטראשעט צו צורייסען די דיעל און אליין פארקויפען חלקות, יעצט דארף ער זיי שוין נישט ער קען אליין מאכען די געלט, 2-3 יאר צוריק איז ער געקומען בתחנונים און גרייט צו נאכגעבען וואס מען בעהט אבי מען זאל קויפן ביי איהם, דאס האט דאך איהם געגעבען א שטארקע גושפנקא.
איז יעצט רייט מען אויפן עולם אז זיי זאלן קומען ראטעווען די מצב?

די קעפעלע האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 12:31 pm

און ווער איז דאס געווען מצד ראחמיסטריווקא וואס האט לכתחילה אומאחריות'דיג איינגעגאגען און negotiated אזא שוואכע דיעל?

אויב זענען די בעלי המקום געווען גרייט אלעס נאכצוגעבן, איז פארוואס האט מען נישט גוט פארהאנדעלט ביים מקח אויף א גאר ביליגע פרייז אז די חסידי ראחמיסטריווקא זאלן קענען קויפן חלקות פאר ביליג, אזוי ווי עס איז געווען ביי אלע חסידישע קרייזן ביים התייסדות פון זייערע בתי חיים?
פארשפארט