א נייע סערוועי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

א נייע סערוועי

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

אויף וואטסאפפ האט מען ארומגעשיקט א מודאה וועגן א נייע סערוועי בנוגע חתונה לעבן.
האסטו עס געזעהן?

סתם אזוי האב איך נישט צייט אדער געדולד אוועקצוגעבן - פאר עפעס וואס איז נישט וויכטיג, חוץ אויב ס׳קען זיין א הילף פאר׳ן כלל (צום סוף וועט עס זיין בעסער פאר מיר אויך, ווייל א בעסערע כלל האט א דירעקטע השפעה אויף יעדן).

וואס איז די טובה פון א Survey?

לויט ווי איך האב געהערט זענען דא גאווערנמענט קאַסעס $$ וועלכע ווערן נישט אויסגעניצט. די פאָנדינג איז עוועילעבל, פאר געוויסע צוועקן (געווענטליך פאר ארגאניזאציעס) אבער ווייניג ווייסן דערפון & ווען קיינער applied נישט דערפאר איז א גרויסע שאָד, ווייל מ׳קען ווען געניסן מען פון די עוועילעבל הילף.

ווען א יוניווערסיטי פירט דורך א פארשונג, געבט עס א קראנטע מקור פאר די געברויך פון געוויסע סופארט וואס איז נייטיג.

דערפאר גלייב איך אז אינוועסטן אביסל צייט אין א פארשונג קען זיך אויסצאלן בכפל כפליים.

בעפאר א מענטש קען באקומען הילף דארף מען פארשטיין קלאר די מצב, כדי צו קענען צופאסן די בעסטע סארט סופארט.

וואס האלסטו? לוינט זיך אוועקצוגעבן צייט פאר דעם?
(די מעלה איז אז ס׳איז אנאנים און דו קענסט זיך אפשטעלן סיי ווען אויב עמוישענעלי ביזטו נישט גרייט אויף דעם)
בייגעלייגטע פיילס
4DCC36EB-9CA6-40EB-BD2A-C0C74C4376A4.jpeg

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר