א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואסי פשט אז דער "גליון בחצר הקודש" איז געשריבן אויף אראביש?

ער וואלט שוין פאר דעם געלט געקענט זיין א שרייבער פאר דעם איאטאללאה חמינאי. אדער מלקט זיין די דברי טוירעה פון דעם פארפייגער'טן פרעזידענט ראיסי ימח שמו וזיכרו.

)
דאס קען איך אויך:...(אמעריקע איז דער גרויסער שטן. מדינת ישראל איז דער קליינער שטן. אונז וועללן שיקן אן אטאם באמבע קיין מדינת ישראל וואס וועט עס פארברענען אין א האלבע שעה. לאנג לעבן זאל כאמאס, כיזבאללאה און
די כואטי'ס פון תימן. אויך: פוטין אין דזשאו און די אנדערע גוטע פריינט.)

דער יונגערמאן און זיין משפחה טענה'ן אז מ'האט איהם ארעסטירט בטעות. ער האט געמאכט א טעות. ער האט געמיינט אז מ'וועט איהם נישט כאפן. דערווייל האט מען איהם יא געכאפט.
להודיע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 22, 2023 4:02 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך להודיע »

סאיז א וואוילע תמימותדיגע חסידישע אינגערמאן
אלימלך בן שרה יהודית
להוציא ממסגר אסיר, ומאפילה לאורה
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך אסטראלאג »

עמרם האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:03 pm נישט צו פארדרייען די שמועס האב איך עס געלייגט אין ספוילר
► הצג ספוילר
דא נעמט זיך די רבי זי״ע אן פאר נטורי קרתא.
און ער פארדאמט די פאר בחורים וואס האבן געהאנגן מעט ליל אין אראביש רופענדיג זיי זאלן אריינקומען און אויסהארגענען די ציונים, וואס דערויף האט די רבי גערעדט.
א וואך דערנאך האט די רבי זי״ע נאכגעברענגט אין שטארקע שטיצע פאר נטורי קרתא, אבער דאס פארשווייגט מען!!

די ציונים האלטן זיך ביי די זייטן ווען אפאר סאטמארע מיט זייערע וויליאמסבורגע רבי איז בלוי פארנומען צו האסן קעגן נטורי קרתא בזמן וואס ער טוט גארררניישששששטטטטטטט קעגן די ציונים.
טיפשים!!

אהה, די רבי איז גאנץ צופרידן פון דעם פעטוועי, התחברות צום אגודה און צו די הויפט ציוניסטישע ארגאניזאציע אין נוא יארק: uja… א שאנדעֶ

אדמו״ר מהחזר״ל: אייננעמען א מויל מיט וואסער און אויסקראכן קעגן די וואס לאזן זיך הערן יא אין די עפענטליכקייט קעגן קליפת הציונות, און דערמיט אומעמטליך ארויסברענגן שטיצע פאר די ציונים …!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אסטראלאג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך שמעקעדיג »

סתם נייגעריג, וועלכע סארט אינפארמאציע האט דער יונגערמאן געהאט וואס איז געווען ווערדפול פאר איראן?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך berlbalaguleh »

להודיע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:18 pm סאיז א וואוילע תמימותדיגע חסידישע אינגערמאן
אלימלך בן שרה יהודית
להוציא ממסגר אסיר, ומאפילה לאורה
דאך: עפ"י שכל וואסי פשט? אויף א יעדן לעוול. אדער, פון א יעדע בחינה איז שווער.

אויב אזוי דארף איך אויך מורא האבן אז די עף. בי. איי. גייט מיך (ח"ו) ארעסטירן איין טאג. (אדער אינמיטן די נאכט) אלס שפיאן. (פאר די זאליס, היל"ת.).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:34 pm סתם נייגעריג, וועלכע סארט אינפארמאציע האט דער יונגערמאן געהאט וואס איז געווען ווערדפול פאר איראן?
מסתמא וויפיהל פעפער די רעבעצין האט אריינגעלייגט אין די ירושלמי קוגל.

לאמיר זיך נישט נעמען אזוי ערנסט. מ'מעג מאכן א ווערטל אמאל.
פרומער חסיד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 26, 2024 12:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך פרומער חסיד »

אז מ'רעדט וועגן איראן.
אויף די נטו"ק האטליין ווערט איבערגעגעבן א באריכט איבער זייער 2 וואכנ'דיגע נסיעה קיין איראן דעם חודש, מיט אלע מיטינגס און אינטערוויוס, וכו'.

בתוך הדברים טענה'ט ער אז ס'דא א גאנצע גרופע וואס שטודירן אלעס איבער אידן, די פונקטלעכע דעטאלן איבער יעדע פארטיי/קהילה אין אר"י, און זיי האבן אפילו געזען ביי אינעם אויף זיין טישל א גליון "העדה" (וואס קומט ארויס דורך איינע פון די צדדים אין די עדה"ח) ער טענה'ט אויך אז טייל פון זיי לערנען אפילו די אדישע שפראך, און זיי קוקן און לערנען אלעס אפ.

נו וואס האלט דער עולם, ס'זיצן אפאר איראנער און ליינען דורך ק"ש מיט אייוועלט טאג טעגליך?
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך עמרם »

גראדע אויסגעהערט אביסל פון זייער באריכט

דערמאנען די ארגאניזאציעס פון חאמאס און איסלאמיק דזשיהאד, אלץ וואוילע ארגאניזאציעס, וואס זיי האבן זיך געטראפן מיט זייערע פארשטייער


(אגב, בין איך גאר נייגעריג, וואס די נ''ק קלערט אויף דארט איראן ?
וואס זאגן זיי, אז סתם אידן זענען קעגן ציונים ?
די וויזשניצע און בעלזא וואס גייען צו די בחירות, און לדעתם משתף פעולה מיט די ציונים, זאגן זיי אין איראן אז זיי האבן נישט מיט די ציונים ?
די היינטיגע סאטמארע, וואס לדעתם מאכן א יד אחת מיט די ציונים, דארט אין איראן זאגן זיי די אמת, אז בעצם האבן זיי גארנישט מיט די ציונים ? און נאר פאר אונז רעדן זיי איין אז מ'ארבייט מיט מיט זיי ?
עפעס שטימט מיך נישט דא ?!?)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמרם: איך פרעג אן אנדערע קשיא/שאלה.

די איראנער פיהרערס זענן טאקע רשעים. נאר קיין טיפשים זענען זיי נישט. פארוואס שטעללן זיי זיך בכלל טענה'ו מיט די פאר משוגעים וואס רופן זיך נטורי קרתא? כאטש די בהמות ווילן זיי איינרעדן אז רוב כלל ישראל איז אויף זייער זייט ווייסן די איראנער גאנץ גוט אז אויסער די הייפעלע משוגעים איז קיין שום נארמאלער איד נישט אויף זייער זייט.

דער איינציגער פון די גרופ וואס רעדט כאטש א ביסל צו די זאך (לשיטתם) איז אלחנן? בעק פון לאנדאן. ער זאגט אז ער באטייליגט זיך נישט אין די אלע דעמאנסטראציעס צוזאמען מיט די אראבישע מערדערס. אויך זאגט ער אז רוב פון כלל ישראל איז נייטראל. נישט ציוניסטיש געשטימט. ער ברענגט א ראיה אז דער איזראעלי פאן הענגט נישט אויף די מערסטע בתי מדרשים און ישיבות. נישט אזוי ווי דער צודרייטער ישראל דויד ווייס וחבריו וואס זאגן אז דאס איז א ראיה אז די מערסטע אידן האלטן מיט זיי.
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך אסטראלאג »

פרומער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:47 pm אז מ'רעדט וועגן איראן.
אויף די נטו"ק האטליין ווערט איבערגעגעבן א באריכט איבער זייער 2 וואכנ'דיגע נסיעה קיין איראן דעם חודש, מיט אלע מיטינגס און אינטערוויוס, וכו'.

בתוך הדברים טענה'ט ער אז ס'דא א גאנצע גרופע וואס שטודירן אלעס איבער אידן, די פונקטלעכע דעטאלן איבער יעדע פארטיי/קהילה אין אר"י, און זיי האבן אפילו געזען ביי אינעם אויף זיין טישל א גליון "העדה" (וואס קומט ארויס דורך איינע פון די צדדים אין די עדה"ח) ער טענה'ט אויך אז טייל פון זיי לערנען אפילו די אדישע שפראך, און זיי קוקן און לערנען אלעס אפ.

נו וואס האלט דער עולם, ס'זיצן אפאר איראנער און ליינען דורך ק"ש מיט אייוועלט טאג טעגליך?
יא. זיי זוכן די ריכטיגע קוועלער וואו צו שטודירן און דערגיין די גאדאנקען פון ספיציפישע געמיינדעס. און נישט קויפן וואס א באקאנטער פערזאהן אנגענומען אלס ״פארטרעטר״ האט געטוויט אדער וואס א רעפארטער האט צאמגעפלאכטן וכו׳
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך berlbalaguleh »

יא: זיי די איראנער פיהרערס זענען גרויסע אנשי אמת. זיי ווילן אייביג נאר דערגיין דעם אמת.

בדו"ו: איך האב דיר נישט איבערגעגעבן א ניחום אבלים אויף די פגירה פון ראיסי, ימ"ש. דו ביסט נישט דא געווען. קענמען עס יעצט משלים זיין...אללאה ינחם אותך עם שאר אבילי ישמעאל ואל-קודס. דו און דיין גרופ זאללן אייביג נאר וויסן פון צער.

בחדא מחתא (כ'וויל נישט זאגן מיט וועלכע לשון דאס שטימט.) וויל איך ענק אלע ווינטשן א רפואה שלימה במהרה. בתוך שאר חולי ישמעאל ואיראן.
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך אסטראלאג »

.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך אסטראלאג »

berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 12:37 am יא: זיי די איראנער פיהרערס זענען גרויסע אנשי אמת. זיי ווילן אייביג נאר דערגיין דעם אמת.

בדו"ו: איך האב דיר נישט איבערגעגעבן א ניחום אבלים אויף די פגירה פון ראיסי, ימ"ש. דו ביסט נישט דא געווען. קענמען עס יעצט משלים זיין...אללאה ינחם אותך עם שאר אבילי ישמעאל ואל-קודס. דו און דיין גרופ זאללן אייביג נאר וויסן פון צער.

בחדא מחתא (כ'וויל נישט זאגן מיט וועלכע לשון דאס שטימט.) וויל איך ענק אלע ווינטשן א רפואה שלימה במהרה. בתוך שאר חולי ישמעאל ואיראן.
אמן ואמן.
ס׳איז מיר געקומען טרערן אין די אויגן פון די דברים היוצאים מן הלב.
און פאר אייך וואונטש איך אייך די זעלבע בשם ק״ק נטורי קרתא שע״י היהדות החרדית בארה״ב וקאנאדא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אסטראלאג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך צפת »

אסטראלאג, א שנעלע שאלה, פאר נייגעריגקייט.

ווען משיח גייט קומען, וואס גייט געשען מיט דער אל-אקצא מסגד אויפן הר-הבית. ס'גייט בלייבן שטיין, חרוב ווערן, וואס גייט געשען מיט דעם?
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך אסטראלאג »

צפת האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 1:33 am אסטראלאג, א שנעלע שאלה, פאר נייגעריגקייט.

ווען משיח גייט קומען, וואס גייט געשען מיט דער אל-אקצא מסגד אויפן הר-הבית. ס'גייט בלייבן שטיין, חרוב ווערן, וואס גייט געשען מיט דעם?
עס וועט בטל ומבוטל ווערן כעפרא דארעא.
נישט אז כ׳בין א נביא, בלויז א אסטראלאג בין איך. נאר ווייל אזוי זאגט די תורה הקדושה!
וואו רביה״ק מסאטמאר זי״ע האט געזאגט אז דער אויבערשטער האט צוגעפירט אז די מסולמענער זאלן דארט בויען זייער געבעט הויז און זיי היטן אז די ציונים זאלן נישט קענען אייננעמען די הר הבית און דאס מטמא זיין.
ס׳שטייט שוין אין פריעדיגע ספרים אז דאס איז בעסער ווייל די קריסטן די געצנדינער וואלטן דאס פונקט אזוי דאס געקענט איבערנעמען רח״ל.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך צפת »

די אראבער ווייסן אז איר האלט אזוי? - וואס זאגן זיי צו דעם?
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך אסטראלאג »

צפת האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 1:52 am די אראבער ווייסן אז איר האלט אזוי? - וואס זאגן זיי צו דעם?
זיי ווייסן זייער גוט, און אונזער גלויבן האט זיי קיינמאל נישט געשטערט ווייל זיי גלייבן דאך נישט דערין. עפ״ל
אידן האבן געלעבט מיט די תורה הקדושה אין די אראבישע לענדער אין פרידן בעפאר די ציונים ימ״ש האבן דאס צושטערט.

און מהרי״ד ווייס שליט״א ערלערט פאר זיי אזוי.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
ישי שטיינמעץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך ישי שטיינמעץ »

און איך האב געמיינט אז כ'קום אריין אין א אשכול וועגען נייעס איבער א מעשה וואס איז געשעהן אין בית שמש.

דערווייל האב איך געטראפען טענה'רייען , קללות און גידופים וועגען יא אדער נישט סאטמארע אדער נטירה קרתא שיטות ....

וואס פינקליך קומט עס דא אריין ??? איך בין נישט אינטערעסירט אין די סאטמארע שיטה ... און נישט אין נטירה קרתא... ווער ס'גלייבט דערין . ס'פרידאם אףף רעלידשען !! זיי קענען גלייבען וואס זיי ווילען.
און טאמער האבען זיי ליב צו שעלטען 24/7 איז עס אויף זייער טשויס ... אבער למען השם מאכט א ספעציעלע שעלטען אשכול ... וואס דארפט איר עס אנשמירען איבעראל.... איך בין נישט אינטערעסערט און ענקער בויך וויי... איך האב ענק נישט מחנך געווען און איך ברויך נישט ליידען פון ענק ...
רוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך רוני »

בן ישי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:14 pm
אסטראלאג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:39 pm
ער איז צירוק? 😥

יא, ס'האט זיך גע'ענדיגט די שלושים אויף ראיסי...
באניצער אוואטאר
פוילישע פעפער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך פוילישע פעפער »

שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:34 pm סתם נייגעריג, וועלכע סארט אינפארמאציע האט דער יונגערמאן געהאט וואס איז געווען ווערדפול פאר איראן?
סאיז דא וואס זאגען אז ער איז געוועהן א קאמפיאטער פראגמער און ער האט בלא יודעים געטון ארבעט פאר א צווייטע וואס יענער האט שפיאנירט פאר איראן
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
:like :like :like
באניצער אוואטאר
א גוט יאר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 417
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:23 am
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך א גוט יאר »

פוילישע פעפער האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 5:27 am
שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:34 pm סתם נייגעריג, וועלכע סארט אינפארמאציע האט דער יונגערמאן געהאט וואס איז געווען ווערדפול פאר איראן?
סאיז דא וואס זאגען אז ער איז געוועהן א קאמפיאטער פראגמער און ער האט בלא יודעים געטון ארבעט פאר א צווייטע וואס יענער האט שפיאנירט פאר איראן
הייבט שוין אן מאכן סענס
Yesh
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 3:59 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך Yesh »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:59 pm
Yesh האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:01 pm די רבי האט נישט געוואלט זיך צאמשטעלן מיט די אראבער ווייל ער האט געהאט א אנדערע פראבלעם ווי די אראבער, זיין פראבלעם איז געווען אז די מדנה בעצם איז קעגען די תורה, און דאס אז מטשעפעט די אראבער איז נאך א פראבלעם
אבער די אזוי גערופענע רעכטן פון די אראבערס האט איהם בכלל נישט אינטרעסירט.

ראה מה שכתבתי לעיל בעניין זה...!
דאס איז א פראבלעם פון התגרות באומות, וואס די דאס האט עקסטער געבאדערט פארן רבין
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: א וויזניצער אינגערמאן א שפיאן פאר איראן?!?

שליחה דורך החוקר »

פרומער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:47 pm בתוך הדברים טענה'ט ער אז ס'דא א גאנצע גרופע וואס שטודירן אלעס איבער אידן, די פונקטלעכע דעטאלן איבער יעדע פארטיי/קהילה אין אר"י, און זיי האבן אפילו געזען ביי אינעם אויף זיין טישל א גליון "העדה" (וואס קומט ארויס דורך איינע פון די צדדים אין די עדה"ח) ער טענה'ט אויך אז טייל פון זיי לערנען אפילו די אדישע שפראך, און זיי קוקן און לערנען אלעס אפ.
נעבעך ווי איינגערעדט מען קען זיין.

וואסערע אינטערעס קענען זיי האבן צו שטודירן אלעס איבער אידן, זייער מלחמה איז דאך מיט ציונים, ניין?

די איראנער ווילן מסתמא זיין אויסגעקאכט אין די שיטה, וואס.
פארשפארט