וואס גייט פאר, ביידען?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

שאלתיאל האט געשריבן:עס איז בכלל נישט קיין סוד אז אונזער פרעזידענט יר"ה ציילט זיך נישט אויף דער יונגער געמיינדע. אין פאקט וועט ער ענדע יאר זיין א בן שמונים. וואלט ער געווען א היימישע וואלט ער ביי דעם שטאפל שוין זיכער פארעכנט געווארן צווישן די 'זקני אנ"ש', פון די וואס געדענקען נאך דער רבי זיכרונולעברוכע. ער וואלט געזיצן אויבן אן ביים טיש, און אין שול וואל ער זיך געבייזערט ווען א בחורל עפנט אן פענסטער ווייל ס'קאלט. אבער אנשטאט דעם פירט ער דער שטערקסטע לאנד אויפן וועלט. נו שוין, די ערווארטונגען איז מלכתחילה נישט געווען אין הימל, מען האט נאר געהאפט ער זאל אנקומען לעבעדיג צום ווייסן הויז און ארויסשטויסן דאנעלד טראמפ, די איבעריגע איז שוין א באנוס.

לעצטנס אבער קוקט אויס ווי עס האלט זיך אין איין פארערגערן דער סיטואציע, א פלייץ פון מאדנע ווידעאס בלויז פון דער לעצטע חודש אליין האלטן און אין ארויסקומען און ווארפן שווערע פראגע צייכנס אויף דער קאגניטיווע מצב פון פרעזידענט.

איז וואס האבן מיר געהאט בלויז אין די לעצטע צוויי חודשים?

מערץ 2- ביי א רעדע פאר קאנגרעס צעמישט ער צווישן די Ukranian און די iranian peaple. מערץ 16- ביי א רעדע אין דער ווייסע הויז באטיטלט ער וויצע פרעזידענט האריס אלץ 'firsy lady'. אפריל 2- אין א רעדע ביי א צערעמאניע אויף דער Uss dalawere באטיטלט מישל אבאמא אלץ 'former vice prezident'. מערץ 28- ביידן איז געכאפט געווארן מיט צעטלעך אין זיין האנט אין לויף פון א פרעס בריפינג אין די וויסע הויז וואס אויף דעם שטייט ערווארטעטע שאלות און קלארע תשובות וואס צו ענטפערן. https://www.foxnews.com/politics/photos ... ting-putin אפריל 6- אין א צערמאניע צוזאמען מיט פארמער פרעזידענט אבאמא ווערט ביידן געזען ארומוואנדערן געפערליך פארלוירן נישט וויסענדיג וואס צו טון, מען זעט דארט אויך ווי אבאמא מאכט זיך נישט וויסענדיג פון אים. אפריל 14- נאך א רעדע פון 40 מינוט אין נארט קאראליינע אוניבערסיטי , שטרעקט אויס זיין האנד צום ..לופט (אליהו הנביא?). אפריל 23- ביי א רעדע אין סיאטל שטרעקט אויס נאכאמאל זיין האנט צום לופט . איז דען א וואונדער אז א פייגל באמאכט זיך אויף אים אינמיטן א רעדע אין אייאווע?

אין די וועלט האלט מען זיך ביי די זייטן, אין סעודיע האט דער פאפולערע 'סטודיא 22' ארויסגעלייגט א ספעציעלע קאמעדיע וואס לאכט אפ פון ביידען, און דער איזראעלי ארץ נהדרת האט זיך אויך פאסמאקעוועט אויפן פרעזידענט.

ביי אזא פאל וואלט מען אפילו אין בית מדרש אים אנגעקוקט מאדנע און אנגעפאנגען שישקען אונטער זיין רוקן. אבער אנדערש ווי סתם אן אלטע קאלעכדיגע זקן די בושות וואס ער מאכט איז נישט נאר פאר זיך נאר פאר אמעריקע וואס ער פארטרעט, און די קאנסעקווענצן צו זיין קאגנעטיווע דערקייקלונג גייען מיר אלע פילן. איז וואס גייט פאר מיט דיר ביידן?
א גוטע שאלה!!!
אונז וואלטן לכאורה אויך געקענט מאכן אזא ליקוט אויף אנשים נכבדים מנהיגי עדתינו ווען זיי קומען אן לעת זקנה, נאר ביי אונז רוקט מען אריין א קינד אדער א אנדערע מיוצ"ח וואס ווערט אויטעמאטיש די ממשיך און שוין.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

א קליינע זאמלוג פון אונזער פרעזידענט ביידן יר"ה פון די לעצטע תקופה:

- סעפטעמבער 28: באדאנקט זיך פאר קאנגרעספרוי Jackie Walorski פון אינדיענע און פרעגט Where’s Jackie? דזשעקי איז געהארגעט געווארן אין אַן עקסידענט פאר אכט וואכן צוריק.
https://www.youtube.com/watch?v=nY67wFC1tVM

-אוקטובער 20: אין א קאמפיין ראלי אין פענסיוועליע פאר דער דעמאקראטישע קאנדידאט פעטערמאן רופט ער זיך אָן צום פרוי פון קאנדידאט "Gisele, you’re going to be a great, great lady in the Senate'' אויפן וועג אראפ פון סטעידזש האט ער עספיעט נאכאמאל זיך פארמישען.
https://youtu.be/lzmWOj6wQjc

- אוקטובער 29: רעד איבער ''54'' שטאטן
https://youtu.be/MHXSmrTqD_c

- נאוועמבער2: אין א ביזארישע מאדנע רעדע אין א קאמפיין ראלי אין פלארידע זאגט צו קאנגרעספרוי דעבי וואסערמאן שולץ: ''don't have a greater friend in the United States Senate'' . זי איז א קאנגרעס פרוי נישט קיין סענאטאר.

-אינעם זעלבן ספיטש טענה'ט ער , צום צווייטן מאל אין זעלבן חודש, אז זיין זון איז געשטארבען אין עיראק. זיין זון איז געשטארבן פון קענסער.

-אינם זעלבן ספיטש טענה'ט ער אז ער האט גערעדט צו דער ערפינדער פון אינסולין ווען יענער איז געשטארבן אין 1941 איין יאר פאר ביידן איז געבוירן.
https://youtu.be/ItiaTkabuGY

-מיטוואך נאוועמבער 9: טענה'ט אז די רוסן האבן זיך ארויסגעצויגן פון דער שטאט Fallujah (א שטאט אין עיראק) אנשטאט Kherson (שטאט אין אוקריינע)
https://youtu.be/w3dhgDzQccI

אין לויף פון זיין וויילונג אין די ASEAN קאמיטע פון סאוט-איסט אזיע לענדער האט ער זיך צוויי מאל פארמישט צוישן קאמבאדיע און קאלאמביע
https://www.youtube.com/watch?v=w3dhgDzQccI

איך וויל באמת פארשטיין: וויאזוי קען זיין אז א פארקאלעכטע 79 יעריגע זקן וואס מען קען אים נישט פארטרויען צו זיין א שמש אין בית מדרש קומט אָן צום העכסטע פאזיציע אין מערב וועלט ? פון ווי נעמט ער די חוצפה צו מעלדן אז ער פלאנט לויפן נאכאמאל אין 2024 און פארוואס ווערט אזא מעלדונג אנגענומען מיט גלייכגילטיקייט כאילו ס'איז דער נארמאלסטע זאך אז א פארקאלעכטע קוטער זאל לויפן פאר פרעזידענט אנשטאט ספענדען זיינע לעצטע יארן רואיגערהייט אין א מושב זקנים? וואס פארזעה איך דא?
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
קנאפ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 4:34 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך קנאפ »

איך וויל באמת פארשטיין: וויאזוי קען זיין אז א פארקאלעכטע 79 יעריגע זקן וואס מען קען אים נישט פארטרויען צו זיין א שמש אין בית מדרש קומט אָן צום העכסטע פאזיציע אין מערב וועלט ? פון ווי נעמט ער די חוצפה צו מעלדן אז ער פלאנט לויפן נאכאמאל אין 2024 און פארוואס ווערט אזא מעלדונג אנגענומען מיט גלייכגילטיקייט כאילו ס'איז דער נארמאלסטע זאך אז א פארקאלעכטע קוטער זאל לויפן פאר פרעזידענט אנשטאט ספענדען זיינע לעצטע יארן רואיגערהייט אין א מושב זקנים? וואס פארזעה איך דא?
איין תירוץ: די מידיא, ברצותם מתעסקים וברצותם מתעלמים, זיי זענען ליידער די אמת'דיקע בעלי בתים בדורנו.....

שטעל דיך פאר ווען א רעפובליקאנער פרעזידענט זאל מאכן אזעלכע טעותים....
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

פשוט, ער איז נישט פארקאלעכט.
פונקט ווי א רבי קען זיין רבי ביי די אכציג, קען ער זיך פרעזידענט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

היסטאריע האט געשריבן:פשוט, ער איז נישט פארקאלעכט.
פונקט ווי א רבי קען זיין רבי ביי די אכציג, קען ער זיך פרעזידענט.
אין המשל דומה לנמשל.
א רבי קען מען שוין ווערען ביי די 12 יאהר מה שאין כן א פרעזידענט בי די 35 יאהר !
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אויך: ווען א רבי רעדט נארישקייטן איז נישט געפערליך. און די רבי האט נישט די קנעפלעך פון די אטאמישע באמבעס צו שיסן ווען ס'כאפט איהם אן א גוסטע. אדער ווען ער רעגט זיך אויף איינעם...!
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

קרן זוית האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:פשוט, ער איז נישט פארקאלעכט.
פונקט ווי א רבי קען זיין רבי ביי די אכציג, קען ער זיך פרעזידענט.
אין המשל דומה לנמשל.
א רבי קען מען שוין ווערען ביי די 12 יאהר מה שאין כן א פרעזידענט בי די 35 יאהר !
קודם כל, א רבי קען מען ווערן ביי דער זערא, ווי אין די מעשה'ס פון דער ינוקא'ס .
און אויף דיין טענה, היא הנותנת, ווייל דער פרעזידענט קען נאר ווערן פין די 35, האט ער נאך 35 יאר צו זיין פרעזידענט מער ווי א רבי, ודו"ק.
רעדט נארישקייטן איז נישט געפערליך. און די רבי האט נישט די קנעפלעך פון די אטאמישע באמבעס צו שיסן ווען ס'כאפט איהם אן א גוסטע. אדער ווען ער רעגט זיך אויף איינעם..
קודם כל, א פרעזידענט האט אויך נישט קיין קנעפל, און מען פאלגט אים נישט ווייל ער איז אין דער גיסטע.

לעומת זה, א רבי, יונג אדער אלט, קען חרוב מאכן אסאך מער אויף א פערסאנעל לעוועל, ווי א פרעזידענט.

כידוע, האט מען געזאגט אויף דער דברי חיים, ווען ער האט געמאכט דער מחלוקת אויף סאדיגורא, אז ער איז שוין געוועהן אלט. אלטע מענטשן פארלירן א געוויסע עמפאטיע וואס יונגע האבן.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

we salute the fallen.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
איציקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:50 pm
האט שוין געלייקט: 969 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך איציקל »

"חכם עדיף מנביא". נביא שכובש נביאתו עובר בלאו, אבל החכם...סיג לחכמה שתיקה.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: וואס גייט פאר, ביידען?

שליחה דורך שאלתיאל »

א ראמאנטישע מאמענט נעכטן נאך די ביידן-טראמפ דיבעיט:

אן עמאשענעל דזשיל ביידן קאמפלימענטס איר מאן: Joe, you did such a great job you answered every question!"

און דזשו שטראלט ווי א 3 יעריג יונגעל נאכן זאגן די א' ב' ביים חיידער פירן.


https://x.com/BigFish3000/status/1806523955060126183
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
פארשפארט