המשכה אין קהל אמונת ישראל

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
הנגרה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:02 pm
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך הנגרה »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 11:48 pm [

ער איז בנו בכורו פון סטיטשערנער רבי?
יא
[NAMELESS]

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך פארווע חסיד »

@פאעזיע, זייער א שיינע באריכט, איין קליינע הערה בנוגע וואס דו שרייבסט: "ער וואלט ענדערש באלאנגט איבערצונעמען זיין טאטע אין סטיטשין", מיינעך אז יעדער וואס קען ביידע וועט גלייך זעהן די חילוק פון אים זיין טאט'ן. כרחוק מזרח מצפון.
[NAMELESS]

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך [NAMELESS] »

גערעכט ער איז אנדערש ווי זיין טאטן, זיין טאטע האט געבויעט א פלאץ ער וואלט דאס נישט געקענט, ער איז א גוטע ״ממשיך״ ודו״ק
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך פארווע חסיד »

לויט וויפיל כ'פארשטיי איז ער ניטאמאל דאס, ער קען נישט זאגן אויף קיין פאל א דרוש בחסידות ווי זיין טאטע, נישט קיין קריספי מוסר שמועס ווי זיין טאטע, ער טוט נישט אין די קליינע אותיות כלל ווי זיין טאטע, און ער איז נישט די העלפט חכם ווי זיין טאטע, כ'זעה נישט קיין שום "המשכה" אין אים חוץ די משפחה נאמען.
אמת, ער איז גאר א חשוב'ער יונגערמאן און א מורה הוראה, א דחיל חטאין, וכו' וכו' אבער ער איז לכאו' מער זיין זיידנ'ס אייניקל ווי זיין טאטע'ס זון.
מעגליך איך בין זיך טועה, כ'קען נישט אים און נישט זיין פאטער, אבער דאס איז וויפיל כ'האב געהערט און פארשטאנען.
הנגרה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:02 pm
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך הנגרה »

שבת הכתרה אין מאנסי
IMG_3677.jpeg
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך עמרם »

הייסט אז דעס וואס מ'האט געזאגט אז ער גייט (פירן) [זיין] אין ב''פ, איז פשוט, ווייל איינער האט אזוי געטראכט ?

און וואס גייט טאקע זיין אין ב''פ ?

די ערשטע שבת אהן קיין מ''מ ?
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך יין שרף »

עמרם האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 12:24 pm הייסט אז דעס וואס מ'האט געזאגט אז ער גייט (פירן) [זיין] אין ב''פ, איז פשוט, ווייל איינער האט אזוי געטראכט ?
עס האט געהייסן אז ער גייט זיין אין ב.פ. און נישט פירן אין ביהמ"ד, אפשר א שבת אחים ביי די משגיח אינדערהיים. למעשה כדי להוציא נפשיה מפלוגתא גייט ער קיין מאנסי
און וואס גייט טאקע זיין אין ב''פ ?

די ערשטע שבת אהן קיין מ''מ ?
Apparently
Btw, די צעטל הנ"ל בשם מאנסי, האט נישט די מאנסי קהילה געמאכט, נאר איינער פון בארא פארק וד"ל.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך יין שרף »

הנגרה האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 12:22 am
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 11:48 pm [

ער איז בנו בכורו פון סטיטשערנער רבי?
יא
אבער עס איז נישט קיין פראבלעם, ווייל לשיטתם גייט די גדול בתלמידים איבערנעמען ר' מאטל..
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך היימלינד »

בעל דרשן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:18 pm
נאוואמינסקער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 5:51 pm ר משה זצ"ל איז געווען א פיערדיגער חסיד פין די חב"דצקער רבי. אויך זיך געפירט אין אלע הינזיך פין תפילה וויי א קארלינער. זמנים, נוסח.... א שטיק סקווירא???
יא אמת ער איז געווען א פייערדיגע חסיד פון חב"דסקע רבי, און פון קארלין, און געהאלטן א שטארקע ידידות מיט באבובער רב אבער איבער אלעם איז געווען ביי אים דעם שם קודש " סקווירא " הייליגער פון אלעס, ער פלעגט גאר אסאך קומען שבתים וכדומה, געווען שטארק דבוק דארט, א זאך וואס אפילו זיינע אייגענע מתפללים וועלן נישט לייקענען, ער האט געלעבט מיט סקווירא.
ווען סקווירא איז אין ב"פ און קארלין עפסטעיט וואלט געווען פארקערט כמו שהארכתי לעיל
קיינער זאגט נישט אז ער האט נישט געהאט מיט סקווירא, אבער עס מאכן אינגאנצען סקווירא איז בעלאני
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך היימלינד »

בעל דרשן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:14 pm

ער איז אין סקווירא יעדע שני וחמישי שקר, אין טאשנאד לערנט ער אויך דאווענען ער האט אפילו א געקויפטע זיץ [כהיום נאר בימות החול כמובן] דארט קוק אויפן צעטיל, אין סקווירא מאנסי פאלט ער אריין צו א מנחה מעריב טישען כסדר שבת יו"ט ויומא דפגרא, זייענדיג איינגעשטעלט אינעם קאסובע ישיבה דערנעבן, און וויזניץ איז ער איידעם, אין סקווירא קומט גאר אסאך, נישט אז עס איז מעלה און מוריד בכלל אין סקווירא, ער איז נישט קיין הייסע אייטעם אין סקווירא בכלל ביי די וואס פארשטייען, יא, זיי פלעגען זיך זייער גרויס האלטען מיט זיין קומען לעצטענס פארשטייט זיך מוז מען טוישן סטראטעגיע ווי רבי משה גרין, רבי משה וואלפסאן, ערלוי רב וכדומה אז מען זאל זיך בכלל בארימען מיט אים, איך דערצייל פשוט פאקטן אז ער דרייט זיך דארט ווי נאך אסאך בנש"ק. זה חלק מגדלותו
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך היימלינד »

בעל דרשן האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 7:58 pm


היינו הך אז רבי יעקב יוסף זאל האבן מענטשן דאס איז נישט קיין גדולה, ער זיצט ביי זיין שווער אין ביהמ"ד, מתפללים וואס האבן שוין א קשר מיט רבי אברהם דוב רבות בשנים, אזוי? איז ווי זענען זיי געווען ביז יעצט ? ער האט איבערגענומען א ביהמ"ד וואס איז שוין אקטיוו לאנגע יארן, עס וואלט שוין לאנג צופאלען ווען נישט איהם דארט פאר די לעצטע כמעט 10 יאר וואלט רבי יעקב יוסף געעפנט א שול ערגעץ אנדערש וואלט ער זיין שווערס עולם אויך נישט געהאט, זיין שווער האט כמעט נישט קיין עולם און פון אלגעמיין רחמס"ט וואלט ער אפשר כעהאט מער ווי יעצט, נישט יעדער האט ליעב אז די שווער רעבעוועט מיט איהם מש"כ ראחמיסטריווקא מאנסי האט אנגעפאנגען פון פריש, א נייע ביהמ"ד, מען האט אים פרובירט צו צאפן דעם בלוט, ווער פנקלעך ??? אבער זייער שנעל האבן זיי איינגעזעהן אז רבי יהושע ווייסט נישט ווי אזוי מען מאכט מחלוקות בכלל, אפשר טאקע אבער זיין י"י ווייסט שוין איינמאל און האט טאקע טערארזירט זיין קאזין כסדר און כמעט א יאר פאריבער איז ער א שטארקע מוצלח, געדענק הצלחה מעסט מען נישט אויבענאויף מען דארף אייביג זעהן פון ווי ביידע צדדים קומען,
קיינער אין רחמס"ט האט נישט קיין פראבלעם מיט ראי"ה בעצם, נאר מיט וואס איז געשעהן
ער נישט געהאט קיין אוהבים אדער שונאים פון פריער [פריער מיינט פארן אנהייבן בניית בית מדרשו]
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך yesiknow »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום yesiknow, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך yesiknow »

Guys עס איז דא א סקווירא ראחמערסטריוקע אשכול(פיל מיט אזוילכע שטותים און נארישקייטען השם ירחם) פאר די אלע אין שטיבעל מיט (טונקעלע) אגענדעז דא איז מען עוסק בישובו של עולם להמשיך השלשלת הזהב של אמונת ישראל .

טענקס פאר אנדערסטענדינג
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

פארווע חסיד האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 2:00 am לויט וויפיל כ'פארשטיי איז ער ניטאמאל דאס, ער קען נישט זאגן אויף קיין פאל א דרוש בחסידות ווי זיין טאטע, נישט קיין קריספי מוסר שמועס ווי זיין טאטע, ער טוט נישט אין די קליינע אותיות כלל ווי זיין טאטע, און ער איז נישט די העלפט חכם ווי זיין טאטע, כ'זעה נישט קיין שום "המשכה" אין אים חוץ די משפחה נאמען.
אמת, ער איז גאר א חשוב'ער יונגערמאן און א מורה הוראה, א דחיל חטאין, וכו' וכו' אבער ער איז לכאו' מער זיין זיידנ'ס אייניקל ווי זיין טאטע'ס זון.
מעגליך איך בין זיך טועה, כ'קען נישט אים און נישט זיין פאטער, אבער דאס איז וויפיל כ'האב געהערט און פארשטאנען.
זע איך אז די קענסט נישט ר' שמואל יודא. ר' שמואל יודא איז טאקע נישט די טאטע, אבער אין א געוויסן זין איז ער נאך מער ווי די טאטע. דהיינו, חוץ מזה וואס ער איז א תלמיד חכם מובהק, אן עובד השם שאין כדוגמתו, איינער וואס רייסט פון זיך לעבעדיגע שטיקער, ער שלאפט נישט קיין נעכט, עוסק בנגלה ובנסתר, איינער וואס קען זיך פארדביקה'נען פאר א שעה צוויי ביים וואנט און פלאקערן פאר'ן אייבערשטן, וואס דאס קען מען נאך טרעפן ביי זיין טאטע אויך.

איז אבער זיין ספעציעלע מיוחד'דיגע מעלה אז ער איז זייער זייער אן העפליכע שמייכלדיגע מענטש, ווען די וועסט אים טרעפן וועט ער דיך אויפנעמען ווי א פרינץ, ער האט באמת ליב יעדן איינציגסטן איד, ער איז א בעל חסד וואס זעלטן וואס מען טרעפט זעלטן אזאנס, ער האט יעדע וואך א מנין צו צוויי מנינים ביי זיין טיש שבת אורחים, ער האט די גינוני רביש'קייט נאך מער ווי דער טאטע מיט זיין ליבליכקייט און העפליכקייט צו יעדן.

וואס זיין טאטע - וואס איז טאקע אויך א ליבליכע מענטש - איז מער באופן כללי צו די ערנסטע זייט, און אפילו זיין שמייכל וועט זיין מלובש מיט א יראה ופחד, הגם ער איז ליבליך.

ווער עס האט שוין זיך באגעגנט מיט ר' מאטל און זיין זוהן ר' שמואל יודא פארשטייט וואס איך מיין.
צפת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך צפת »

הנגרה האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 12:22 am
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 11:48 pm [

ער איז בנו בכורו פון סטיטשערנער רבי?
יא

אחרי אריכת ימיו ושנותיו פון זיין טאטע, קען ער איבערנעמען ביידע חצרות און רופן זיין בית-המדרש, "אמונת ישראל סטושין".
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך יין שרף »

תולדות אמונת ישראל דתלמידי סטוטשין
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
אחידוש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 09, 2024 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך אחידוש »

למעשה וויאזוי איז געווען שבת?
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

יין שרף האט געשריבן: מוצ"ש יוני 29, 2024 10:59 pm תולדות אמונת ישראל דתלמידי סטוטשין
תולדות אמונת ישראל בארא פארק דחסידי סטוטשין העולמי
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך בעל דרשן »

ס'קען זיין אז דער עולם וויל דעם אייניקל, און ס'קען אפילו זיין אז דער משגיח אליינס האט אויך געוואלט. איין זאך איז זיכער, אז דער משגיח האט נישט געוואלט מען זאל ווייטון זיין זון, וואס האט זיך אזוי איבערגעגעבן פאר אים און געווען אזוי געטריי, אין פערזענליכן לעבן, ער און זיין רביצין אויף אן אויסטערלישן פארנעם.

דער זון ר' א"י שליט"א, איז לכל הדיעות א איש מורם מעם און קלאר ראוי איבערצונעמען, די איינציגסטע שאלה איז נאר געווען צו דער אייניקל איז אפשר בעסער געאייגענט. קיינער איז נישט חולק אויף דעם. די פארגאנגענע שבת איז געווען באלד נאכ'ן שבעה, רא"י האט קלאר געבעטן אז ער וויל זיין דארט אויף שבת. דער אייניקל איז נישט דארט סייווי, און עס איז זיין לעצטער שאנס זיך צו געזעגענען פון דעם מקום אין וועלכן ער האט געלעבט און געאטעמט מיט דעם פאר צענדליגער יארן. איך ווייס פאר א פאקט אז ער האט געזאגט ער וויל זיין דארט שבת.

למעשה זענען געווען אזעלכע וועלכע האבן אים אזוי ענג געמאכט אז ער זאל פארשטיין דעם רמז. ער איז קלאר געווען זייער וויי געטון פון דעם. איך זוך נאך דעם צדקות וואס ליגט אין דעם!

צווייטענס, רא"י איז געווען אין ארץ ישראל בשעת די פטירה, צוליב דעם וואס ער האט דארט חתונה געמאכט אן אייניקל עטליכע טעג פריער (עס איז נאך געווען אינמיטן די שבע ברכות). און היות אז די לוי' איז סייווי געקומען אהין, איז ער געבליבן דארט מיט זיינע בני משפחה, צו די לוי' און קבורה. אזוי אז ביי די לוי' דא אין אמעריקא איז ער נישט אנוועזנד געווען.

יעצט לאמיר נעמען א מינוט, אין די לעצטע יארן, ווען דער משגיח איז שוין געווען א זקן, ווער האט זיך מיט אים אפגעגעבן אין פערזעליכן לעבן? רא"י, וועלכער איז שוין אליינס אריבער די שבעים מיט עטליכע יאר, איז אריינגעקומען צו פארן אויף הונדערטער שבתים און ימים טובים צו זיין מיט די עלטערן, און יעדעס מאל האט זיין רביצין אפגעקאכט דעם גאנצן שבת אין מאנסי, פאר זיך און פאר די עלטערן, און עס מיטגעשלעפט קיין בארא פארק. געדענקט, נישט איינמאל, נישט צוויי מאל, הונדערטער מאלן. מיטגעברענגט אלעס פון מאנסי פאר זיך, פאר דעם משגיח און די רביצין און די אנדערע אייניקלעך און געסט וועלכע האבן דארט געגעסן.

ביי די לוי' אין בארא פארק, פאר טויזענטער אידן, האט מען באדאנקט פארשידענע מענטשן וועלכע האבן געטון פאר דעם משגיח, מען האט אבער נישט געפונען פאר וויכטיג צו דערמאנען, אפילו מיט א ווארט, דעם זון וואס האט זיך אזוי צוריסן פאר די עלטערן, שוין אליינס זייענדיג אן עלטערער איד.

האט איינער א הסבר?
אמאהלגעקעננט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך אמאהלגעקעננט »

.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: המשכה אין קהל אמונת ישראל

שליחה דורך צקון לחש »

בעל דרשן האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:22 pmהאט איינער א הסבר?

אפשר אלץ "בכל מקום שאתה מוצא גדר קדושה אי אתה מוצא סרך אנושיות."
טיילונג איצט!
פארשפארט