2024 פרעזידענט וואלן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
ווידער האט טראמפ געוואונען !
טאקע נישט אזוי שטארק ווי אין אייווע, אבער זעהט אויס ווי מיט איבער 10 פראצענט
און וועט כנראה זיין די רעפאבליקאנער קאנדידאט אזוי ווי פאראויסגעשאצט
טאקע נישט אזוי שטארק ווי אין אייווע, אבער זעהט אויס ווי מיט איבער 10 פראצענט
און וועט כנראה זיין די רעפאבליקאנער קאנדידאט אזוי ווי פאראויסגעשאצט
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 29
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:22 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 142
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
- האט שוין געלייקט: 198 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
מיט פינף און ניינציג פראצענט שטימען געציילט אויף ביידע זייטן פון די פאליטישע מחיצה שטייט די נעכטיגע ניו העמפשיר פריימעריס אויסגאנג אזוי;
פון 313,057 אפגעגעבענע שטימען אין די רעפובליקאנער פארמעסט
האט טראמפ באקומען 170,454 שטימען, 34,816+
העילי האט באקומען 135,638
און דיסאנטיס 2,145
אין פראצענט איז דאס
טראמפ 54.6%, העכער מיט 11.2% פראצענט
העילי 43.4%
פון די איבעריגע קאנדידאטן האבן אלע באקומען אונטער איין פראצענט.
ניו העמפשיר דעלעגאטן האט טראמפ באקומען 12, און העילי ניין.
סך הכל דעלעגאטן אויף די רעפובליקאנער זייט איז
טראמפ 32
העילי 17
דיסאנטיס 9
און ראמאסוואמי 3.
די איבעריגע האבן נישט באקומען קיין שום דעלעגאטן.
אויף די דעמאקראטישע זייט, וואו עס איז פארגעקומען אן אומערלויבטע פריימערי פארמעסט, אן די נאציאנאלע דעמאקראטישע פארטיי ערלויבעניש, אן דעלעגאטן, אן דער הויפט קאנדידאט אויפן בעלאט און אן קאמפיינען און רעקלאמעס פונעם פרעזידענט, שטייט די רעזולטאטן אזוי;
פון 116,825 אפגעגעבענע שטימען אויף די דעמאקראטישע זייט
האט ביידען דערווייל 65,703 (אריינגעשריבענע) שטימען
קאנגרעסמאן דיען פיליפס 23,446
רויע אריינגעשריבענע שטימען שטייט ביי 18,459
און מעריען וויליאמסאן 4,736
אין פראצענט לויט די קאנדידאטן איז דאס
ביידען 56.4%, מיט 36.3 העכער ווי נומער צוויי
פיליפס 20.1
וויליאמסאן 4.1
ווי געשריבן, טיילט מען נישט קיין דעלעגאטן אויף די דעמאקראטישע זייט אין ניו העמפשיר.
(קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער - אייוועלט)

- הודעות: 85
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 18, 2023 1:56 am
- האט שוין געלייקט: 137 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
טראמפ הרגעט זיינע טשאנסען מיט זיין קאמף קעגן העילי
העילי איז ביזדערווייל די בעסטע קעמפער קעגן טראמפ, לאזט זיך נישט אראפ צו אים אין שטייט שטייף
העילי איז ביזדערווייל די בעסטע קעמפער קעגן טראמפ, לאזט זיך נישט אראפ צו אים אין שטייט שטייף
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
2024: The "At Least He's Not The Other Guy" Election
Ben Shapiro
Ben Shapiro
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 174
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
- האט שוין געלייקט: 193 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
נאך די נעכטיגע סופער טוסדעי רעזולטאטן האט העילי היינט אינדערפרי סוספענדירט איר קאמפיין. טראמפ איז יעצט דער אומאפעציעלער נאמעני.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
קען איינער אריינקומען ביטע מסביר זיין מיט וועלכע פאליסיס R F K jr איז נישט קיין דעמאקראט און מיט וואס ער איז נישט קיין רעפובליקען?!
איז עס נאר זיין וואקסין (- ביג קאארפארעישאן) שיטה און זיינע ענווייראמענטאלע אנשויאונגען וועלכע שטופן אים אוועק פון ביידע זייטן? אדער איז דא נאך זאכן?
איז עס נאר זיין וואקסין (- ביג קאארפארעישאן) שיטה און זיינע ענווייראמענטאלע אנשויאונגען וועלכע שטופן אים אוועק פון ביידע זייטן? אדער איז דא נאך זאכן?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 8:45 pm
- האט שוין געלייקט: 242 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
ס'איז לכאורה אזויווי דו זאגסט, זיין באזע באשטייט מיינעך מער פון אזאלכע רעפובליקאנער וואס זענען אנטי וואקסין און ברוגז אויף די אנגעבליכע ביג גאווערמענט.אלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 07, 2024 1:24 pm קען איינער אריינקומען ביטע מסביר זיין מיט וועלכע פאליסיס R F K jr איז נישט קיין דעמאקראט און מיט וואס ער איז נישט קיין רעפובליקען?!
איז עס נאר זיין וואקסין (- ביג קאארפארעישאן) שיטה און זיינע ענווייראמענטאלע אנשויאונגען וועלכע שטופן אים אוועק פון ביידע זייטן? אדער איז דא נאך זאכן?
איך האב נישט אנגעיאגט צו דורכקוקן די גאנצע 30 מינוטיגע ווידיאו וואס דו האסט געלינקט, דארט זע איך רעדט ער טאקע בעיקר פון וואקסינען און קלימאט, אבער אויב ווילסטו וויסן מער אויף זיינע פאליסיס בכלליות האב איך געטראפן די ווידיעא וואס איז מסביר זיינע שטעלונגען אויף גרעניץ, האוזינג, סאציאלע אישוס און עקאנאמיע.
אזוי אויך דעם ארטיקל וואס ערקלערט פון וועלכע סארט מענטשן באשטייט זיינע שטיצער.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
https://www.usatoday.com/elections/vote ... -f-kennedyאלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 07, 2024 1:24 pm קען איינער אריינקומען ביטע מסביר זיין מיט וועלכע פאליסיס R F K jr איז נישט קיין דעמאקראט און מיט וואס ער איז נישט קיין רעפובליקען?!
איז עס נאר זיין וואקסין (- ביג קאארפארעישאן) שיטה און זיינע ענווייראמענטאלע אנשויאונגען וועלכע שטופן אים אוועק פון ביידע זייטן? אדער איז דא נאך זאכן?
דאס איז א קורצע און שנעלע דורכ-וואק פון די באקאנטע אישוס אין אמעריקאנע פאליטיק.
זיין משפחה היסטאריע אלץ א ’קענעדי’ איז אויף סאציאלע אישוס לכאורה זייער לינק, כ’זאג לכאורה ווייל כא’נאך נישט געטראפן ווי ער זאל רעדן באריכות פון די נושא.
אנגענומען אויפן גאס איז אז ער שלעפט מער אוועק פון די דעמאקראטן ווי פון רעפובליקאנער, כאטש אויף למעשה גייט ער לכאורה נישט צו סאך אויסמאכן.
אגב קען איך מיך זעהן עגריען מיט וואס די זאגסט אין אן אנדערע אשכול וועגן שטימען פאר אים אלץ א שנעלקע פאר די צוויי גרויסע פארטייען.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 8:45 pm
- האט שוין געלייקט: 242 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
פארוואס זאגסטו ער שלעפט אוועק מער דעמאקראטן ?אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 08, 2024 12:39 amhttps://www.usatoday.com/elections/vote ... -f-kennedyאלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 07, 2024 1:24 pm קען איינער אריינקומען ביטע מסביר זיין מיט וועלכע פאליסיס R F K jr איז נישט קיין דעמאקראט און מיט וואס ער איז נישט קיין רעפובליקען?!
איז עס נאר זיין וואקסין (- ביג קאארפארעישאן) שיטה און זיינע ענווייראמענטאלע אנשויאונגען וועלכע שטופן אים אוועק פון ביידע זייטן? אדער איז דא נאך זאכן?
דאס איז א קורצע און שנעלע דורכ-וואק פון די באקאנטע אישוס אין אמעריקאנע פאליטיק.
זיין משפחה היסטאריע אלץ א ’קענעדי’ איז אויף סאציאלע אישוס לכאורה זייער לינק, כ’זאג לכאורה ווייל כא’נאך נישט געטראפן ווי ער זאל רעדן באריכות פון די נושא.
אנגענומען אויפן גאס איז אז ער שלעפט מער אוועק פון די דעמאקראטן ווי פון רעפובליקאנער, כאטש אויף למעשה גייט ער לכאורה נישט צו סאך אויסמאכן.
אגב קען איך מיך זעהן עגריען מיט וואס די זאגסט אין אן אנדערע אשכול וועגן שטימען פאר אים אלץ א שנעלקע פאר די צוויי גרויסע פארטייען.
רוב אנאליסטן האלטן פארקערט אז ער שעדיגט ענדערש רעפובליקאנער, און ס'לייגט זיך שטארק אויפן שכל ווען מ'נעמט אין באטראכט אז זיין הויפט פאליסי וואס יעדער איז פארנומען איז טאקע די אנטי וואקסין רעטאריק, וואס ציט שטארקע אינטרעסע ביי די far-right.
די באריכט פון פאליטיקא עטליכע חדשים צוריק האט שוין געוואוסט דאס צו פארציילן, שפעטער זענען דא ענליכע באריכטן פון וואשינגטאן פאוסט, NBC, און נאך.
און דאס ווייזט זיך טאקע אן לעצטע וואך ווען טראמפ האט אים שארף אטאאקירט, ווייזט אויס אז ער זעלבסט טראכט אויך אז ס'קען אים שטארק שעדיגן.
אנדערע ווייזן אבער אן אז קענעדי געניסט פון אזאלכע דעמאקראטן וואס זענען גענצליך אומבאהאוונט אין פאליטיק, אבער וועלן שטיצן קענעדי בלויז צוליב וואס די נאמען קלינגט היימיש... (עכ"פ אזוי האב איך דא געזען).
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
שוין,עמרם האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:49 pm שטייענדיג א יאר צי די גרויסע וואלן אין אמעריקע ווי די אמעריקאנע בירגער וועלן קענען אויסוועלן ווער ס'זאל זיין די אמעריקאנע פרעזידענט איז צייט אויסצושמועסן ווי מ'האלט און הערן די מיינונגען פון די חשובע חברי הק''ש
ווי ס'זעהט יעצט אויס וועט די יעצטיגע פרעזידענט ביידען לויפן פאר נאך א טערמין אויף די דעמאקראטישע טיקעט אקעגען די פאריגע פרעזידענט טראמפּ וואס וועט לויפן אויף די רעפאבליקאנע טיקעט
לעצטענס האבען זיך די אנקעטעס צווישען די צוויי געטוישט און געבען מער שטימען פאר די רעפאבליקאנער קאנדידאט טראמפּ טראץ דעם וואס ער איז געווארן אנגעקלאגט עטליכע מאל די לעצטע תקופה
טייל האלטן אז די סיבה פארוואס ביידען פארלירט שטיצע איז אדאנק זיין שטארקע שטיצע פאר מדינת ישראל (טראץ דעם וואס זיין קעגנער טראמפּ וואלט לכאורה געשטיצט פי כמה) און לפי זה אויב זאל די מלחמה קומען צו א ענדע און די נאנטע טעג קען ער זיך נאך צירוק כאפען
בכל אופן איז נאך יעצט געניג פרי אז זאכען זאלן זיך קענען טוישען
האלט מען שוין עטוואס סאך נענטער צו די וואלן
ביז לעצטע וואך איז אלעס געגאנגען ווי געפלאנט,
ביידן איז געלאפן אין די פריימעריס אויף די דעמאקראטישע זייט, און געוואונען
טראמפ איז געלאפן אויף די רעפאבליקאנער זייט, און געוואונען
און ס'האט זיך אנגעהויבן די פארמעסט צווישן די צוויי, ווי די אנקעטעס האבן געוויזן איין טאג אזוי און איין טאג אזוי... ס'האט אויסגעזעהן ווי א געהעריגע פארמעסט
ביז לעצטע וואך דאנערשטאג, ווען ס'איז אפגעהאלטן געווארן די ערשטע דעבאטע, טאקע צווישן די צוויי קאנדידאטן
למעשה איז טראמפ ארויס א קלארע געווינער, אויף אזא פארנעם אז די דעמאקראטן ווילן ערזעצן דעם אלטן ביידן , מיט א צווייטער, כדאי צו באזיגן טראמפ
טראץ וואס ביידן האט קלאר געוואונען די פריימעריס, און וויל לויפן און ס'קומט זיך פאר אים, אבער זעהט אויס אז זיי האלטן אז טראמפ האט מער טשאנסן,
וואס ס'וועט למעשה זיין, וועט מען דארפן זעהן...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: 2024 פרעזידענט וואלן
ביידן האט נישט פארלוירן שטיצע אין די דעמאקראטישע פארטיי צוליעב זיין שטארקע שטיצן פון מדינת ישראל. נאר לויט זיין שוואכע פערפארמענס בכלל. ספעציעל נאך די דעבאטע. וואו א יעדער האט דערווארט אז ביידן זאלל אויפמאכן א מויל אויף טראמפ בקול רעש גדול. פונקט אזוי ווי ער טוט אייביג. און אויפווייזן און ארויסהייבן זיינע שוואכע נקודות. ספעציעל די געריכט באשולדיגונגען אויף איהם. דערווייל האט ער גערעדט מיט א הייזעריגע שטימע. זעהט אויס ער איז געווען "ערשעפט" (עקזהאוסטעד). דאס איז דאך די גרעסטע סימן אז ער איז נישט קוואליפיצירט צו לויפן פאר נאך א טערם. אזוי ווייט אז די דעמאקראטן אליינס באטראכטן ערנסט ארויסצולייגן א צווייטן, מער ענערגישן קאנדידאט. ווייל זיי פארשטייען אז טראמפ'ס שאנסן צו געווינען די וואלן זענען א סאך שטערקער אויב זיי האבן א שוואכן קאנדידאט.