ס׳דא וואס הערן אין קאר אויפ׳ן וועג צו די ארבעט (אדער מיט עירפונס אויב זיי נעמען די סאבוועי אדער די באס)moody האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 30, 2024 3:46 pm איך פלאץ פון קנאה!
ווען איך זעה ווי חברה וואס באזיצען אזויפיל תורה וחכמה, ווי האבען זיי צייט פאר מוזיק? צו קענען אויסוועלן די בעסטע ארטיסט דארף מען דאך אוועקגעבן שעות ע"ג שעות פאר דעם.
נאכן בלעטל גמרא, אביסל פרנסה ברעגן, צייט פאר די משפחה בלייבט קוים עפעס צייט פאר א ביכל צו עפענען,
די זעלבע מחשבות האב איך ווען זעה די מאווי אשכולות, ווי נעמט מען די צייט צו וואטשן נאכדעצו א גאנצע מומחה צו ווערן
איינער מיט אן איידיע?
מאוויס - איז דא וואס רוען זיך אפ אמאל נאך א לאנגע טאג ארבעט און וואטשן ביינאכט פאר׳ן שלאפן, אדער זונטאג אויב מ׳האט א טאג off
(כ׳געהערט פון אזעלכע וואס גייען מיט די שיטה אז ניצן א phone שבת גייט נישט אריין אין די מלאכה פון מבעיר און זיי וואטשן נאך די סעודה מיט די ווייב, אנדערע וואס האבן מורא פון זייערע בני בית שפּאַרן זיך איין שבת אין ביהכ״ס צו וואטשן א מאווי, אויב זיי זענען lucky & האבן א פרייוועט ספרים צומער אדער ארבעט-צומער קענען זיי עס טון אויף א מער באקוועמע בענקל…)