בזיון התורה אין מאנסי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 710
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 793 מאל

בזיון התורה אין מאנסי

שליחה דורך היכי דמי »

כלל ישראל איז ברוך השם באשאנקן מיט געלונגענע און גאר גוטע ארגאניזאציעס וואס העלפן ארויס אידן בכל עת ובכל שעה, אפילו אין גאר שווערע אומשטענדן ווי איך וואלט נישט אריינגעטרעטן. פארדעם שפיר איך שלעכט אפילו צו שרייבן די ארטיקל, ווייל איך וויל חלילה נישט שרייבן שלעכטס אויף אזעלכע מסירות נפש אידן, און אויך ווייל איך וויל חלילה נישט אוועקמאכן זייער גוטע מעשים דורכ'ן זיין פארנומען מיט די שלעכטע אפפאל.

יעדע גוטע סיסטעם האט שלעכטע חלקים צו זיך, און עס איז נארמאל.

אבער, דא קומט א גרויסע אבער. עס איז דא ארגאניזאציעס וואס זענען אנגעפילט מיט גוטס, אבער ווען עס קומט פאר כבוד וועלן זיי ווערן אוממענטשליך און שלעכט, און אן קיין בושה קענען זיי וויי טוהן, טשעפענען, און אפטוהן אנדערע אידן אן קיין שום געפיל.

אי שרייב די שורות נאכ'ן מיטהאלטן א גרויסע בזיון התורה נעכטן אין שטאט מאנסי, וואס איז דירעקט געקומען דורך אן ארגאניזאציע וואס איז פול מיט חסד און גוטהארציגקייט, אבער ליידער נעכטן האבן זיי זיך דערקייטעלט צו א גאר נידריגע שטאפל, ווייל מען האט בארירט זייער כבוד.

עס איז נעכטן ארויסגעגאנגען א הכנס"ת פון די סקווירא ביהמ"ד אין וועזלי היללס בראשות בני האדמו"ר מסקווירא שליט"א, די בעל שמחה האט באשטעלט די חביבים ארגאניזאציע צו קאנטראלירן די טראפיק אויף די שטילע געסעלעך נעבן די ביהמ"ד. פלוצלונג זענען אנגעקומען א באנדע פון די חברים ארגאניזאציע, נישט קענענדיג פארנעמען אז זייער קאנקורענט פירט אן מיט די מעמד, און זיי זענען געקומען א גאנצע גרופע און אן קיין שום בושה וכלומה צושטערט א מעמד כבוד התורה, צושטערט א שמחה פון א משפחה. לויט ווי איך האב געהערט דארט אויף די פלאץ זענען זיי דירעקט געשיקט געווארן דורך זייער פירער, מיט די תירוץ אז די ראמאפא פאליציי לאזט נאר בלאקירן א גאס ווען חברים איז דארט.

די חברים וואלענטירן האבן זיך אריינגעשטעלט אין פאראנט פון קארנס ספר תורה טראק און אים צוריקגעהאלטן פון פארן ביז די חביבים טראק פארט אוועק, און זיי נעמען איבער די קאנטראל. די באטייליגטע, משפחה און פריינט האבן זיך געבעטן בתחנונים וברחמים אז ער זאל איגנארירן און אוועקגיין, אבער עס איז געפאלן אויף טויבע אוירן. איך בין שיינערהייט צוגעגאנגען צו אים זאגן אז די ספר תורה איז שוין ארויס און עס איז א בזיון התורה וואס ער טוט, אנשטאטס מיר אויסהערן און אוועקשפאצירן האט ער מיר אפגעכאפט און געסטראשעט אז ער גייט מיר באריכטן פאר די אינסטאנצן.

אינדערזייט איז פארגעקומען געשלעגערייען מיט די חברים מעמבערס וואס איז געווען א שרעקליכע חילול השם. דאס איז געווען קינדעריש און נאריש. אבער דאס בלאקירן א ספר תורה טראק אינדערצייט וואס חשובע אידן שטייען אויף די גאס און ווילן אפגיבן דעם כבוד התורה, גייט מיר נישט אין קאפ אריין. אלעס ווייל מען האט באשטעלט זייער קאנקורענט.

דאס טאר נישט איגנארירט ווערן.

(איך וויל נישט אריינגיין באריכות איבער די ארגאניזאציע, טאקע ווייל זיי טוהן גאר אסאך גוטס, אבער זיי האבן א שלעכטע רעקערד פון טערערזירן און קאנטראלירן ווען עס קומט צו זייער כבוד, ווי למשל פאריאר נאך די ראחמיסטריווקא לויה האבן זיי געסטראשעט די מאנסי געשעפטן אז מען מוז ארויסווארפן די מאמענט ווייל עס איז דא א נעגעטיווער ארטיקל איבער זיי.)

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר