אזוי ווי רמבעה"נ
עס איז דא א רבי מאיר פון פולין
אנ'אנדערע רבי מאיר פון גאליציא
נאך איינער פון אונגארן
אפילו איינער פון זיבענבערגען
כולם אוחזים ברבי מאיר ואומרים כולו שלי....
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:59 pm
די פאלגנדע מעשה איז אמת'דיג געעהן ביי ר' שמואל סאלנט, אב"ד ירושלים.
איין טאג ווען ער האט געהאלטן אינמיטן פארלערנען זין שיעור פאר די תלמידים קומט אריין א אידענע (פרוי/אשה) און זי פרעגט א שאלה...זי האט געהאט א לעבער פון א טשיקן אויף די פענצטער אין א טעללער. די קאץ האט אויפגעגעסן די לעבער. צי מעג מען עסן די טשיקן...די תלמידים האבן זיך איינגעהאלטן פון לאכן. די רבי האט זיי געווינקען אז זיי זאללן נישט לאכן. ער האט ארויסגענימען ספרים. אריינגעקוקט. פארמאכט. און ארויסגענימען אנדערע ספרים. נאך א שטיק צייט רופט ער זיך אן צו די פרוי...די טשיקן איז כשר צו עסן. נאר איהר זאלט נישט איבערלאזן די לעבער אז די קאץ זאל דאס קענען אויפעסן.
ווען זי איז ארויס האבן די תלמידים אויסגעשאסן אין א געלעכטער. זיי האבן זיך אויך געוואונדערט פארוואס זייער רבי האט גענימען די שאלה ערנסט. האט ער זיי מסביר געווען...אויב איך וואלט נישט גענימען ערנסט די שאלה פון די פרוי וואלט זי אויפגעהערט קומען פרעגן. אפילו ווען זי וועט האבן אן ערנסטע שאלה...!
וואלט זיך געפאסט מער אין אנאנדערן אשכול…
נאך נישט זיכער וועלעכע.
אבער נישט דא ביי די בדיחתא…
איך מיין אזוי, אפשר, וואס האלטסט דו?
היום: ייש"כ. זיכער דאס איז א שטארקער לימוד און גאר אן ערנסטע נושא. איך האב עס נאר געברענגט וועגן די "פאני" זייט פון די געשיכטע.
ועוד: מילתא דבדיחותא איז א גרויסע זאך פון וואס מ'קען זיך א סאך אפלערנען.
להבדיל פון ליצנות. ליצנות הייסט שפעטן/אפשפעטן, וואס גרעניצט זיך מיט אפיקורסות.
איך האב אמאל אויפגעמאכט אן אשכול איבער ווער ס'זענען די ליצני הדור וואס רש"י ברענגט ביי אברהם אבינו. ואלה תולדות אברהם. אברהם הוליד את יצחק. זאגט די הייליגע רש"י...שהיו ליצני הדור אומרים...מאבימלך נתעברה שרה...לפיכך צר קלסתר פניו של יצחק כאברהם. והיו כולם אומרים אברהם הוליד את יצחק...!
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 14, 2024 2:49 am
אויך: אין לוח פון כולל שומרי החומות איז דא א פיקטשער וואס שטייט דארט די פאלגנדע ווערטער...אידן לערנען משניות לעילוי נשמת די מנדבים.
די אינטרעסאנטע זאך איז אז די מענטשן זענען די זעלבע וואס זענען געווען אויף די פיקשטער פון לוח ווען איך בין נאך געווען א יונגל.
סייענטיסטן פון א געוויסע יוניווערזיטעט האבן דורכגעפירט אן עקספערימענט. זיי האבן אפערירט א מענטש בשעת ער איז געווען וואך און ארויסגענומען די רעכטע זייט פון זיין מוח און אים געבעטן צו ציילן ביז צען.
דאן האבן זיי ארויסגענומען די גאנצע מוח און אים געבעטן צו ציילן ביז צען.
די מענטש האט זיך גענומען צו רעדן:
"איך האב די בעסטע נומערן, די מעכטיגסטע נומערן פון סיי וועמען. יעדער ווייסט אז איך קען ציילן ביז צען און יעדער ווייסט אז איך קען ציילן ביז צען בעסער פון יעדעם. איך קען בעסער ציילן פון א סקול טיטשער אדער מעטמעטישן. איך קען שוין אנפאנגען צו ציילן ביז צען, ממש די רגע. איך קען עס טון אן קיין שום פראבלעם, יעדער ווייסט דאס, פרענקלי צייל איך כסדר ביז צען אלל די טיים".
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you Edward I. Koch-
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 10, 2024 5:18 pm
דאס דערמאנט מיך די מעשה פון די גמ' אין מס' פסחים. רב מתנא (וועלכער איז געקומען פון ארץ ישראל) האט אמאל ביי די שבת הגדול דרשה אין די שטאט פפוניא געזאגט אז מ'דארף נעמען מים שלנו פאר די מצות. צו מארגנס זענען אלע פרויען פון שטאט געקומען צו איהם אהיים מיט זייערע כלים און געבעטן אז די רבי זאל זיי געבן פון זיין וואסער. די רביצין האט נישט געוויסט וואס צו טון האט זי געפרעגט פון איהר מאן...וואס גייט דא פאר. פארוואס קומען אלע פרויען בעטן וואסער פון די רבי? האט ער זיך צולאכט...אוי, איך האב נעכטן ביי די דרשה געזאגט אז מ'דארף נעמען מים שלנו (איבערגענעכטיגט וואסער) האבן זיי פארשטאנען אז איך וויל מ'זאל נעמען אונזער וואסער...!
נאך א מזל די מעשה פון די גמרא (מס' פסחים) איז נישט געשעהן היינטיגע צייטן אין ארץ ישראל ביי איינעם פון די באבא'ס. מ'וואלט שוין מפרסם געווען אויף זיין וואטס-עפפ סטאטוס אז ביי דעם געוויסן באבא הקדוש קענמען באקומען הייליגע וואסער, און אלע "מסורתיים" וואלטן געלאפן מיט זייערע פלעסטיק באטלעך צו קויפן די היייליגע וואסער. דער באבא וואלט געמאכט מיליאנען.
ביי די לויה פון מיין פעטער, ע"ה. א איד א גרויסער תלמיד חכם ומרביץ תורה האט איינער פון די מספידים, דער ס-----ץ'ער רב שליט"א אלס שכן פונ'ם נפטר (ער האט נאך געדאוונט דארט מנחה-מעריב און א סאך מאל שבתים. נאך ביי דעם פריער'דיגן רב) געזאגט אינמיטן די דרשה ווען ער האט זיך שטארק צופייערט...ר'--- ווען איהר וועט ארויפגיין צו בי"ד של מעלה זאלט איהר זאגן אז אונז (דא אין וויליאמסבורג) קענמיר שוין נישט אויסהאלטן פון די רשעות פון די ציונים. האטציך דער נפטר אנגערופן...גוט. כ'וועל איבערגעבן...!
מיין פעטער איז געווען אזוי ווייט פון די גאנצע זאך הן לטוב והן למוטב. זיין גאנצער קאפ איז געליגן אין תורה. שיעורי תורה פאר זיך און פארגעלערנט שיעורים ברבים אין ביהמ"ד. אויך האט ער געלערנט מיט די אידישע קינדערלעך אין ת"ת.
אין זיין יוגנט איז ער געווען א סוחר. אויך א גרויסער בעל צדקה.
ווער ס'האט זיך נאכנישט געווארפן פאר געלעכטער פון די מעשה'לע ביז אהער 'עמיר מסביר זיין. דער רב שליט"א. נישט קיין איבערגעשפיצטער האט פארגעסן אז די אלע זאכן האבן ביים נפטר נישט געהאט קיין שום שוויות.
מדי דברי: האביך מיך דערמאנט אן אנדערע טשיקאווע מעשה'לע פון א "פלאפ" וואס א רב א בעל מספיד האט געהאט ביי א לויה.
ווען מ'האט מספיד געווען מיין מומע, ע"ה האט דער בעל מספיד, א חשוב'ער רב שליט"א שטארק ארומגערעדט וויפיל די נפטרת האט זיך איבערגעגעבן אז די קינדער זאללן אויסוואקסן תלמידי חכמים און בני תורה. וואס זיי זענען ב"ה אויסגעוואקסן. לסיום האט דער רב געזאגט..."אונז זעהמיר דאך וויאזוי זיי זעהען "ליידער" אויס...עה עה ...ברוך ה'...!
די פסיכאלאגן רופן דאס אן א "פרוידיען סליפ"...! להבדיל אלף אלפי הבדלות די מוסר ספרים און די תלמידי הבעש"ט הק זאגן די זעלבע. אז וויאזוי דער הילוך המחשבה פון א מענטש איז דאס קומט ארויס בעל כורחו.