איז עס אומעטיש?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שלמה משנתו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 339 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

איז עס אומעטיש?

שליחה דורך שלמה משנתו »

בין איך געווען אמאל אלץ קינד ביי מיין שוואגער אויף שבת, ערב שבת האב איך אריינגעבליקט אין קאך און איך זע וויי מיין שוואגער - נישט וויסנדיג אז איינער קוקט- נעמט א גרויסע לעפל און שטעקט עס אריין אינעם טאפ פערפל, פארזיכט א לעפל און דאן לייגט ער צוריק די לעפל, מישט עס גוט ארום, נעמט נאך, וחוזר חלילה.

איך בין שנעל אוועקגעלאפן און זיך געמאכט ווי איך האב גארנישט געזען. שפעטער ביי די סעודה האבן זיך אלע געווינדערט פארוואס איך עס נישט פון די פערפל, אפילו דאס וואס האט אנגערירט די פערפל האב איך נישט געוואלט עסן.

דאס האט מיר געמאכט טראכטן, האט מיין שוואגער געטון אן עוולה? האט ער עפעס געטון אומעטיש?

ס'נישטא קיין שום סכנה אין דעם, סך הכל איז עס גאר עקלדיג 'אויב ווייסט מען דערפון', אקעי, מיין שוואגער האט נישט גוט געקוקט, אבער לאמיר זאגן אז ער טוט עס און קיינער ווייסט נישט צו דען איז עס א פראבלעם?

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר