ווי איך האב פריער צוגעברענגט פון הרב דר. מיכאל אברהם:
ולא זו בלבד, נאר עס איז דא א שטארקע מקום לומר אז דאס חרדי'שע קולטור און "פילאזאפיע" איז בהדיא קעגן, "אנטי", אטע דאס'ן האבן א "ידע מקיף, השכלה רחבה ופתיחות מחשבתית". אטע דאס איז לכאורה עקזעמפּליפייד אין זייער ארויסהייבן "איך בין א נאַר און איך גלייב", "גיין אָן קיין התחכמות", זיין קעגן קריטיקעל טינקינג (ועיין כאן), און דאס'ן ארויסהייבן תמימות. וכדומה.אינטלקטואל, פרט לחשיבה שהיא לעתים ילדותית כפי שתיארתי בטור הקודם, גם מצויד בידע מקיף, בהשכלה רחבה ובפתיחות מחשבתית. כל אלו לא קיימים בחשיבה החרדית.
זאת ועוד, דו ביסט מודה אז זיי זענען בהדיא אנטי-עמפּיריסיזם, אנטי-ראציאנאליזם/ריִזען, און אנטי-סייענטיזם (וואס איך וואלט געזאגט איז אנטי-סייענס על הכלל כולו און נישט נאר קעגן סייענטיזם). און ס'איז משמע מדבריך, "אד"ג", אז דאס איז נאר א חלק פון דעם. וממילא, אין אזא פאל וואלט איך גענוצט די הגדרה פונעם גר"ח לגבי שוטה בחגיגה ג: אז אין אזא פאל זוכט מען נישט קיינע עקסטערע הסברים פאר יעדעס איינס, און מען איז דאס מעמיד על אחת פון וואס דאס איז אלעס נובע: אנטי-אינטעלעקטשועליזם.
אזויפיל יא, לפי ווי דר. קלערענס יוּ האלמאן דעפינירט "אנטי-אינטעלעקטשועליזם", קען די פאזיציע אליינס זיין מיוסד על ראציאנאלע טענות. ובאנו לענין קאנסעקווענטשיא מיראַבּיליס: מ'נוצט חכמה/ריִזען אפצופרעגן די ווערט פון חכמה/ריִזען. און דאס קען טאקע גיין אין איינקלאנג מיט די חרדי'שע שטיצע פאר טראמפּ, וואס ווי ארויסגעברענגט, גייט אין איינקלאנג מיט טראמפּ'ס פּאַפּוליסט מהלך, וואס איז כולל אנטי-אינטעלעקטשועליזם.