על מה יצא הקצף?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

על מה יצא הקצף?

שליחה דורך תוהו ובוהו »

נבלה נעשתה בישראל.

אן אפיציעלער צעטל איז ארויס פאריגע וואך מטעם דער ארונישער סאטמארער קהילה אין קרית יואל קעגן א פריוואטן יחיד. אנגעבליך צוליב "מעשים שלא יעשו שהשתיקה יפה להם", און זינט דאן איז כל העיר כמרקחה.

וואס איז די נבלה, וועט איר אוודאי פרעגן, וועל, אט דאס האבן הונדערטער אידן געפרעגט פארגאנגענע וואך. טייל, בעיקר קינדער און אומבאהאוונטע, האבן געפרעגט פשוט וואס די מעשה איז, זיי האבן גארנישט געהערט אדער געוואוסט בכלל אז עפעס האט פאסירט, בעת אנדערע האבן געפרעגט אט די זעלבע שאלה טאקע שוין נאכ'ן וויסן די געשיכטע.

כ'וויל נישט אריינגיין אין דעם עצם געדאנק אז א מאכטפולע קהילה גיבט ארויס א צעטל קעגן א יחיד, וואס דאס אליין דארף גאר שטארקע סיבות. ווען די מאכט פון א פאראיין ווערט געניצט איבערצופארן א פריוואטן מענטש מוזן זיין כאטש עפעס טשעקס און בעלענסעס און א דין וחשבון ווען און ווער ס'מאכט אזוינע לעבנס באשלוסן.

אבער נישט דאס איז דער נושא.

יעדער וואס האט געליינט דעם צעטל האט זיך געוואונדערט איין שאלה: נניח אז די גאנצע מעשה איז אמת וויאזוי די אידן לייגן עס אראפ, לאמיר אננעמען דעם הארבסטן נאראטיוו קעגן דעם ספעציפישן יחיד, וואס איז דען די עוולה אזוי גרויס אז די קהילה נעמט אזא דראסטישן זעלטענעם שריט קעגן א יחיד?

לאמיר לייגן אין דער זייט אז דא איז לכאורה נישט אינוואלט קיין שום איסור וואט-סא-עווער, זיכער נישט קיין הארבערער איסור ווי דאווענען נאך זמן תפלה, אבער לאמיר אננעמען אז דא שטעקט יא א מאראלישע עוולה אויף עפעס א דרגא, זינט ווען נעמט מען אזוינע שריט קעגן יחידים וואס טוען עוולות?

וואו זענען די צעטלען מטעם די קהילה ווען מענטשן ווערן געכאפט מיט מאלעסטעישן, רעיפ, אדער אנדערע מאראלישע פארברעכנס? וואו זענען די פלאקאטן ווען מיטגלידער פון די קהילה פאלן ליידער דורך מיט בא'גנב'ענען אנדערע? וואו זענען די בויקאטס קעגן מאכטפולע פערזאנען, פרנסים שמטילים אימה על הציבור? וואו זענען די מיטלען ווען עס קומט צו מעגנים, שארלאטאנען, און באטריגער?

קרית יואל, ווי סיי וועלכע אנדער שטאט אויפ'ן כדור הארץ, האט שוין מיטגעלעבט חאזעריי פון אלע סארטן און קאלירן, וואס איז דא געשען אז דער סיסטעם שטעלט זיך אויף די הינטערשטע פיס?

ס'איז אויבנאויף באמת שווער צו פארשטיין על מה יצא הקצף.

אבער דער תירוץ איז - מיט'ן באקאנטן גמרא ניגון און אן אגודל אויף ארויף - אז דער דאזיגער מנוול איז אריבער איינע פון די הייליגסטע חרדישע רויטע ליניעס: ער האט זיך דערוואגט זיך עמטליך ארויסשטעלן אין פובליק מיט זיינע/אונזערע "שמוציגע" נטיות.

יא, ליידער, מיר אידן האבן אויך שוועריקייטן, נסיונות, תאוות, אבער מיר ווייסן צו האבן אן אפשיי דערפון. מיר רעדן נישט דערפון, קוקן נישט דערויף, מאכן זיך ווי ס'עקזיסטירט נישט - און מ'טוט וואס מ'האט צו טון...

דרייט זיך ארום א גאנצע קאמיוניטי, פרוכטבארן זיך אויף כוחות און פארשטייט זיך נישט דורך א ברכה פון ראפשיצער רב, אבער דער עיקר איז ומחתה פיה ואמרה לא פעלתי און.

מיר האבן מצליח געווען צו נעמען איינס פון די מערסט אינטעגראלע חלקים פון לעבן און דאס גענצליך פארוואדלען אין טאבו. קיינער גייט נישט אין מקווה, קיינער איז נישט עטרעקטעד צו קיין פרויען, צו קיין מענער, קיינער האט נישט קיין פיריעד, קיין קישוי, קיין הרהורים, קיין פאנטאזיעס. מאקסימום פרעגט מען נאכ'ן בעשוי: נו, געפעלט דיר?

"וואס פעלט אויס צו רעדן?" - איז די באקאנטסטע פראזע וואס מ'הערט ווען אימער בשייכות צו די עניינים.

און אט דאס איז די שרעקליכע פארלעצונג וואס דא איז פארגעקומען; א נבלה אויף וואס מ'קען נישט פארקוקן. א איד האט ל"ע אפיציעל דערקלערט: איך בין מודיע ברבים שרירות ליבי. כ'גיב נישט קיין פייג אויפ'ן גאנצן סיסטעם, כ'האלט מיך נישט ביים פייניגן דזשאסט צו פיטערן דעם סיסטעמ'ס ענדלאזע טאבו ליסטע - מצאתי אשה אחרת --- ממנה.

נישט נאר ליגט דא א הודאה אין די נאטירליכע דראנגען פונעם מענטש, נישט נאר פלאטערט דא א מיטעלסטער פינגער אויף די נארמעס פונעם סיסטעם, נאר פיל פיל ערגערס: איינער מיינט אז מ'קען דא אפיציעל נעמען ווייבער לויט ווי עס שמעקט, ווי ר' עמרם בלוי בשעתו. איינער פילט זיך גענוג באקוועם צו אויפדעקן קבל עם ועדה א קליין ווינקל פון אונזערע געמיינזאמע שוואנגערדיגע טעפיכער, עפעס וואס יעדער קען און שפירט אבער דערוואגט זיך נישט ארויסצוזאגן.

דעריבער, דאס אז איינער וואוינט שוין יארן אזוי, איז גארנישט אנדערש ווי די הונדערטער אנדערע ענליכע געשיכטעס פון אלע סארטן. יא, רבנים און עסקנים וועלן זיך אריינמישן, מ'וועט פרובירן לייגן דרוק, אבער קיין צעטל וועט איר נישט זען. די עוולה דא איז: חתונה האבן. דאס עזות מצח פון טרעטן אויף אונזערע ווירדן בריש גלי און דערקלערן האשה הזאת מצאה חן לפני. און אין פראסט אידיש: כ'האב ליב די פרוי. עפ"ל.

-

כ'בין בכלל נישט באהאוונט אין די פרטים פון דער געשיכטע, און ס'אינטערעסירט מיר ניטאמאל. און ס'איז זיכער דא דא סאך טיפערע פאוער סטראגעלס. אבער דאס איז וויאזוי כ'האב פארשטאנען עומק כוונתם, ואם לא ירדתי לסוף דעתם הסיסטעם הטוב יכפר.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך אלפא »

זייער גוט געזאגט!

פון א סאציאלאגישן פערספעקטיוו איז דאס א פערפעקטע משל אויף וואס עמיל דורקהיים און קאי עריקסאן באציען זיך ווען זיי רעדן פון דיוויענס אין סאסייעטי.
זיי טענה'ן אז די נושא פון דיוויענס און די וועג וויאזוי מ'ווערט באשטראפט אדער סאנקציאנירט דערפאר איז וויכטיג פאר א סאסייעטי צו ריאינפארסירן וואס די וועליוס פון די ספעציפישע סאסייעטי איז,
זיי זענען מבאר באריכות צוויי נקודות, קודם די געדאנק אז עס מוז אייביג זיין אקטיווע 'מעשיות' אין א סאסייעטי, און אויב עס איז צו שטיל גייט מען אפירזוכן און באשאפן מעשיות - פשוט ווייל אויב איז נישטא די אקטיוויטעטן און סאנקציעס ארום דיוויענס גייען די וויכטיגע וועליוס נישט ווערן ריאינפארסירט און עס גייט פארלוירן ווערן מיט די צייט.
צווייטנס, אז עס האט ווייניג צו טון מיט די מאראל אדער מיט סיי וועלכע אביעקטיווע שאצונג איבער אן אקט פון דיוויענס, פארקערט גאר, עס קענען זיין אסאך ערגערע מעשיות פון וועלכע סאסייעטי זאל זיך נישט צוטון מאכן און אסאך קלענערע זאכן פון וואס מ'מאכט א גאנצע בראטל, עס ווענד זיך אין דעם איינעם נקודה צו עס רירט אן א קאור-וועליו וואס מ'וויל אויסקלארן די שטעלונג ארום דעם.
און די אנאליז דא אדרעסירט ממש דעם נקודה - דאס אז אונז באשטראפן נישט מאלעסטערס וכדו' ווייל זיי שטערן נישט צום הלוך ילך פון די קהילה, משא"כ אזא מעשה רירט אן איינער פון די סאמע יסודות פון אונזער לייף-סטייל און פון די וועג וויאזוי אונזער קהילות ווערן געפירט (אדער קאנטראלירט..) און פארדעם גייט מען בכל התוקף..

____________


למעשה, נאכן פארשטיין דעם געדאנק בין איך נישט זיכער צו עס מאכט בעסער אדער ערגער. דאס אמאל זיכער אז איך פאר מיר אליין פארשטיי אביסל דעם דיינעמיק דא (אדער סיי ווער עס האט ארויס די סאציאלאגיע דערפון) און עס העלפט מיר אפשר בארואיגן מיין בלוט דרוק אנשטאט זיך צו רעגן אין די וועלט אריין אויף די 'קראנקע לידערשיפ', פון די אנדערע זייט אבער שטרייכט עס מער אונטער די קראנקייט און קאנטראל וואס טוט זיך אפ ביי אונז, און דאס אליין אז אנדערע - ובפרט די וועלכע זיצן ביים רודער - זעען נישט איין וואס דא גייט פאר און קענען נישט מאכן קיין סענס פון זיך אליין - דאס איז אין א וועג נאך אסאך ערגער.
לאידך גיסא, קיין איין סאסייעטי איז נישט בעסער אין דעם הינזיכט, אייביג זענען דא די די פירער וועלכע פירן דאס לאנד ווי פאנדלעך און די חכמים/אנאליסטן וועלכע שטודירן די דיינעמיקס אין היינדסייט.
איך בין אבער יא נייגעריג וויאזוי עס וואלט זיך געפירט ליציאה יעדער האט ארויס די דיינעמיק (פון דיוויענס א.ד.ג.) וואלט די שפיל נאך אלץ געקענט אנגיין? אדער קען עס נאר אנגיין ווען די אקטיארן מיינען טאקע אז זיי ארבייטן 'לשמה'?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלפא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
גוטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 09, 2024 12:29 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך גוטער »

תוהו ובוהו האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 3:34 am נבלה נעשתה בישראל.

אן אפיציעלער צעטל איז ארויס פאריגע וואך מטעם דער ארונישער סאטמארער קהילה אין קרית יואל קעגן א פריוואטן יחיד. אנגעבליך צוליב "מעשים שלא יעשו שהשתיקה יפה להם", און זינט דאן איז כל העיר כמרקחה.

די גאנצע פשעטל פעלט נישט אויס, די סיבה פארוואס מען איז ארויסגעקומען אפן, איז גאנץ פשוט, ער איז אויך ארויסגעקומען אפן,

אלע אנדערע חאזעריי איז באהאלטן, איינער טוט אן עוולה שטילערהייט, ער שעמט זיך, אבער קען זיך נישט איינהאלטן, נעמט מען קער שטיל, אבער אז איינער שעמט זיך נישט, און טוט זיך דאס זייניגע אפן, קומט מען ארויס אפן, וז"פ.
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך yesiknow »

די מיינסט צוזאגען וויבאלד איינער האט עס געטהון אויסגעהאלטען על פי הלכה אין נישט עובר קיין שום איסור פארדעהם קומט דאס אהים, די קומסט אריין זייער קלאר .
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך שמעקעדיג »

גוטער האט געשריבן: די סיבה פארוואס מען איז ארויסגעקומען אפן, איז גאנץ פשוט, ער איז אויך ארויסגעקומען אפן,

אלע אנדערע חאזעריי איז באהאלטן, איינער טוט אן עוולה שטילערהייט, ער שעמט זיך, אבער קען זיך נישט איינהאלטן, נעמט מען קער שטיל, אבער אז איינער שעמט זיך נישט, און טוט זיך דאס זייניגע אפן, קומט מען ארויס אפן, וז"פ.

ביטע זיי מסביר, וואס הייסט ער איז ארויסגעקומען אפן?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך berlbalaguleh »

yesiknow האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 9:21 am די מיינסט צוזאגען וויבאלד איינער האט עס געטהון אויסגעהאלטען על פי הלכה אין נישט עובר קיין שום איסור פארדעהם קומט דאס אהים, די קומסט אריין זייער קלאר .
ס'איז גראדע יא דא אן (אומ-דירעקטע) הלכה אקעגן דעם. נישט זיין יעצטיגער אקט. נאר דער אריגינאלער פון אויפציען א פרעמד מיידל אין זיין שטוב.

פאר א שטיקל נחמה: איינער פון די אידיש-געבוירענע עקטארס אין אמעריקע האט אויך געטון די זעלבע זאך. ער האט אויפגעצויגן א כינעזער שיקסע'לע אין זיין הויז. און ער האט שפעטער "חתונה" געהאט מיט איהר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך berlbalaguleh »

תוהו ובהו: ייש"כ פאר קלאר מאכן די גאנצע סומאטאכע.

די אנשי הקהילה ווילן כאפן דעם פיש פון ביידע זייטן. זיי ווילן באשמוצן? דעם איש בליעל. און זיי ווילן נאך בלייבן פיינע מענטשן אויך.

מה נפשך: אויב די קהילה אדער די וועד הקהילה האט געהאלטן אז מ'דארף אים מוקיע זיין נגד השמש. פארשעמען בפני קהל ועדה. גוט. קום ארויס אפן פארצייל פאר די גאנצע וועלט וואס פארא שרעקליכע מעשים ער האט דא אפגעטון. ערלעדיגט. נאר שפיעל נישט קיין "געססינג געימס" מיט די מענטשן. און בלייב א פיינער מענטש.
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך yesiknow »

berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 9:59 am
yesiknow האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 9:21 am די מיינסט צוזאגען וויבאלד איינער האט עס געטהון אויסגעהאלטען על פי הלכה אין נישט עובר קיין שום איסור פארדעהם קומט דאס אהים, די קומסט אריין זייער קלאר .
ס'איז גראדע יא דא אן (אומ-דירעקטע) הלכה אקעגן דעם. נישט זיין יעצטיגער אקט. נאר דער אריגינאלער פון אויפציען א פרעמד מיידל אין זיין שטוב.

פאר א שטיקל נחמה: איינער פון די אידיש-געבוירענע עקטארס אין אמעריקע האט אויך געטון די זעלבע זאך. ער האט אויפגעצויגן א כינעזער שיקסע'לע אין זיין הויז. און ער האט שפעטער "חתונה" געהאט מיט איהר.
פארוואס זענען זיי נישט דעמאלסט ארוסגעקומען מיט צעטלעך?
הלכה איז וואס שטערט זיי אדער
איך בין פארציטערט פאר די וואס זענען ביהיינט די צעטעל והוא רחום יכפר .
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך berlbalaguleh »

yesiknow האט געשריבן: פארוואס זענען זיי נישט דעמאלסט ארוסגעקומען מיט צעטלעך?

ווייל יענער האט נישט געוואוינט אין קרית יואל. און ער איז נישט געווען קיין "שיינער איד".
סאדאם חוסעין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 12:56 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך סאדאם חוסעין »

יענער האט יא געוואוינט אין קרית יואל.
נאר ער האט עס נישט געטוהן אויפעציעל האט מען געפייט שטילערהייט משא''כ יעצט אז ער איז געגאנגען אפעציעל חתונה האבן מיט איר אין די גאנצע גאס האלט מיט פייפן זיי עס אויך אין פאבליק
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך פארווע חסיד »

אויבן אויף ביסטו גערעכט,
קען זיין אז די קענסט נישט טרעפן אין די בּוק קעגן אים
אבּער פין די אנדערע זייט איטס נאט נייס מילד גערעדט
פין א מענטש אזוי מיעס צו טריעטען זיין לאנג יעריגע פּארטנער
פארוואס א קהילה קומט דא אריין ווייס איך אויך נישט
בּאָט פּאַליש עס נישט אזוי ווען אפי׳ אין די דרוסענדיגע וועלט וואלט דא געווען א פייט
(איך קען אויך די מעשה נאר פין וואס מען שמועסט)
באר מים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 06, 2020 2:08 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך באר מים »

עס איז אויך דא נאך א נקודה וואס דארף באמערקט ווערן, עס איז נישט לאנג צירוק אויפגענומען געווארן א פרישע וועד הצניעות אין קרית יואל.

עס קען זיין אז זיי דארפן ווייזן אז זיי טוען, אדער האבן זיי פשוט אן אנדערע מהלך.

וואס אמאל זיכער אז ווען קיינער וואלט נישט גערעדט פון דעם וואלטן זיי עס נישט מפרסם געווען, אזוי ווי עס איז אנגענומען אין רוב חסידישע קהילות אז מען מאכט א שווייג און נאכדעם שטאלצירט מען מיט די שיינע קהילה וואס מען פארמאגט
[NAMELESS]

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך [NAMELESS] »

באר מים האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 12:08 pm עס איז אויך דא נאך א נקודה וואס דארף באמערקט ווערן, עס איז נישט לאנג צירוק אויפגענומען געווארן א פרישע וועד הצניעות אין קרית יואל.

עס קען זיין אז זיי דארפן ווייזן אז זיי טוען, אדער האבן זיי פשוט אן אנדערע מהלך.
נאכדערצי, אז ממש יעצט קימט פאר די יערליכע קאמפיין פאר די וועד הצניעות, און לצורך פרנסה מיז מען דאך וויסען אז מ'טיט אויף גדולת ונצרות, ספעציעל, אז מהלט נאכן דורכפאל פין פלעטבוש גירל פארגאנגענעם ווינטער
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך cictim »

שחיתות מוסרית חמורה מאד שחז"ל תלו בה את חורבן בית-המקדש השני היא גילוי עריות, וכך מסופר במסכת גיטין (נח ע"א), בתרגום מארמית:

"אמר רב יהודה אמר רב: מהו שכתוב [מיכה ב, ב]: 'וְעָשְׁקוּ גֶּבֶר וּבֵיתוֹ וְאִישׁ וְנַחֲלָתוֹ'? מעשה בשוליית נגרים שנתן עיניו באשת מעסיקו הנגר. פעם אחת הוצרך הנגר ללוות כסף, אמר לו שוליית הנגר: שַׁגֵּר אשתך אצלי ואלוונה. שיגר אשתו אצלו. שהה עמה שלושה ימים. הלך [השולייה] ובא אצלו [למעסיק]. אמר הנגר לשוליה: 'אשתי ששיגרתי לך היכן היא'?

אמר לו: 'אני שלחתי אותה מיד, ושמעתי שהתינוקות [נערים] התעללו בה [מינית] בדרך'. אמר הנגר לשוליה: מה אעשה? אמר לו השוליה: 'אם אתה שומע לעצתי, גרשה'. אמר לו: 'כתובתה מרובה' [ואין לי כסף לשלם לה אם אגרש אותה]. אמר לו השוליה: 'אני אלווך ותן לה כתובתה'. עמד זה וגרשה. הלך השוליה ונשאה. כיון שהגיע זמנו של הבוס-לשעבר לשלם ולא היה לו כסף לפרוע את ההלוואה, אמר לו השוליה: 'בוא תעבוד אצלי תמורת החוב'. והיו הם יושבים ואוכלים ושותים [השוליה ואשת הנגר] והוא [הנגר] היה עומד ומשרת אותם, והיו דמעות נושרות מעיניו ונופלות בכוסם, ועל אותה שעה נחתם גזר-הדין [של החורבן]".
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך היימלינד »

פארווע חסיד האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 11:49 am אויבן אויף ביסטו גערעכט,
קען זיין אז די קענסט נישט טרעפן אין די בּוק קעגן אים
אבּער פין די אנדערע זייט איטס נאט נייס מילד גערעדט
פין א מענטש אזוי מיעס צו טריעטען זיין לאנג יעריגע פּארטנער
פארוואס א קהילה קומט דא אריין ווייס איך אויך נישט
בּאָט פּאַליש עס נישט אזוי ווען אפי׳ אין די דרוסענדיגע וועלט וואלט דא געווען א פייט
(איך קען אויך די מעשה נאר פין וואס מען שמועסט)
סאו דו זאגסט אז די קהלה איז פשוט ארויס געקומען קעגען איינעם וואס האט זיך אויפגעפירט מיאוס צו זיין לאנגיערעגע פארטנער ?

סירעסלי ? ס'גייט זיי בכלל אהן דברים שבין אדם לחבירו ? קומען זיי אמאל ארויס קעגען אנדערע עוולות שבין אדם לחבירו ובין איש לאשתו ?
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך פארווע חסיד »

איך האב דעיס נישט געזאגט
איך האב נאר געזאגט אז אויבּנאויף איז ער נישט אזוי innocent
די קהלה ווייס איך נישט פארוואס זיי האבן זיך דא‏ involved
אגב ליגט מיר אין קּאפּ אז די רבּי דארט האט אים שוין אמּאָל באשמירט אין פּאבליק נאך א פייער אין איינס פין זיינע געשעפטן
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך היימלינד »

איז נישט די געשעפט אינטער זייער ישמח משה ביהמ"ד ?

די פראפערטי באלאנגט פאר די קהלה ?
פארווע חסיד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 1:01 pm
האט שוין געלייקט: 256 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך פארווע חסיד »

ער האָט היינט שוין צוויי
איינס איז אין blooming grove
(איך ווייס נישט וויאזוי די שכינה הייסט. אפשר זרע קודש!?)
קלמישל2
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 14, 2024 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך קלמישל2 »

יעדע רב מיט עכטע power וואלט געטון די זעלבע.
נישט די ערשטע קרייז וואס נוצט די שטעקן נאר ביים חתונה האבן.

אונז ווערן ליידער נכשל אין חטאים, אבער יעדער פארשטייט אז פרהסיה מיט א שטעמפל פון חופה וקידושין איז א נייע זאך אינגאנצן.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך יעקב מענטש »

איך האב נישט קיין מושג פון וואס די רעדע איז דא.

אבער פארוואס פונקט אין ק"י איז אלץ דא צעטלעך מיט נעמען, ממזירים וכו'

אין ווילי (ווי איך וואוין) זעה איך נישט קיין פאשקעוויל ווי גרויס די יאר איז (לעצטענס איז יא אביסל פרייליך וועגן די חינוך וכו', אבער גארנישט צו אינטימעט), וואס איז די סוקסעס רעיט פון ק"י קעגן אנדערע חרידישע געגענטער מיט אזא אקטיווע וועד הצניעות? מיר קוקט נישט אויס אז ס'זאל שטיין פאראויס בכלל איבער די אנדערע שטעט.
קלמישל2
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 14, 2024 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך קלמישל2 »

די שענסטע רבנים גייען מסדר קידושין זיין פאר ווען די מעשיות זענען מיט בחורים און מיידלעך ומעשים בכל יום on the fringe.
פאריעריגע שניי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך פאריעריגע שניי »

יעקב מענטש האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 2:34 pm איך האב נישט קיין מושג פון וואס די רעדע איז דא.

אבער פארוואס פונקט אין ק"י איז אלץ דא צעטלעך מיט נעמען, ממזירים וכו'

אין ווילי (ווי איך וואוין) זעה איך נישט קיין פאשקעוויל ווי גרויס די יאר איז (לעצטענס איז יא אביסל פרייליך וועגן די חינוך וכו', אבער גארנישט צו אינטימעט), וואס איז די סוקסעס רעיט פון ק"י קעגן אנדערע חרידישע געגענטער מיט אזא אקטיווע וועד הצניעות? מיר קוקט נישט אויס אז ס'זאל שטיין פאראויס בכלל איבער די אנדערע שטעט.
נאכשרייען פרויען וואס שטיפן א וויגעלע שבת נאכמיטאג זעהט מען גראדע נאר אין וויליאמסבורג
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: על מה יצא הקצף?

שליחה דורך סקעפטיקער »

פאריעריגע שניי האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 3:45 pm נאכשרייען פרויען וואס שטיפן א וויגעלע שבת נאכמיטאג זעהט מען גראדע נאר אין וויליאמסבורג
מ'קען ציילן אויף איין הענט וויפיל מענטשן(?) שרייען
פארשפארט