א שטיקל הקדמה,
שוין לאנג נישט דא געווען, איך שטעל זיך פאר אז יעדע תקופה האט זיך זיינע שרייבערס, ליינערס, און אנדערע נושאים וואס זענען זיי אינטערעסאנט.
אבער אזוי ווי מיינע קינדער זענען אביסל אונטערגעוואקסן, איז דא אביסל לופט צו כאפן, ווען די פינגערס נעמען זיך קיזלען. ווילעך שרייבן אביסל מיינע מחשבה'לעך, אבער איך בעט איבער פון פאראויס אויב עס איז מער נישט די גאטונג דא.
דו שטייסט דארט פונדערווייטענס, דיינע צוויי אויגן פארווארפן, דיין מויל טוט זיך באהעפטן צו אירע פינקע דינע ליפן, די האניג טריפט, די צוקער וואסער גייט אריין און ארויס. און איך זיץ אין מיין הויעכע בענקל פון דער זייט און באטראכט.
סוויל זיך אויך אריינגיין אין ראד הייבן פיס, דרייען די הענט, און טשמאטשקענען מיילער. אבער איך זיץ, און סיפ פונעם דינעם שווארצן שטרוי, דאס געטראנק וואס זיי רופן קוקטייל.
א גרויסע חלק גייען טאקע מיטן האלבן געשוירענעם קאפ אזוי ווי ערוואטעט. הויעכע סניקערס, און עפעס ארויפגעווארפן. סאיז דא אזעלכע אויך וואס גייען אויף דינע שטעקעלעך, סגלאנצט פון אלע זייטן, ווייניגער סחורה ווי מער, אבער זייערע אויגן וויינען. פארוואס פרעג איך זיך, פארוואס געבט זיי זייערע אקסלען נאך אלץ ארויס, צופיל פיין אדורך און נאך אלעם דערקענט מען עס אויפן וואק.
די אויגן קערן זיך צוריק צו די זייט ווי סקוקט זיך געשמאקער. דארטן זיצן זיי, די שפיגלען, די וועלכע טראגן די זעלבע ליפ גלאס וואס איך האב אויף מיינע. דאס בערשטל וואס האט זיי געקיזעלט פארן ארויסגיין, ליגט אויך ביי מיר אין לעדל. דאס קליידל, אך, נאר נעכטן איז עס געלעגן אין מיין האנד.
דאס בלויען געטראנק ריקט זיך אראפ מער און נידרעגער, די מוזיק גייט העכער און שארפער. די נשמה מיינע גיבט א פלאטער, ווען איך הער ווי זי בעט מיר צו קומען טאנצן מיט איר. זי לייגט אירע הענט אין מיינע , אוי זיסער גאט, סאיז דאך אזוי צארט, מיט רינגלעך אויף דעם. די פיס הייבן זיך אן צו ריקן, אריין טיפער אינעם האניגדיגען טאל. ווי סגיסט באיינזאמקייט, עקסעפטענס, ליבשאפט צו די איך וואס מעג ליבן דאס זעלביגע. אירע אויגן בליטשקען אריין אין מיינע, סגעבט א צאפל, אוי שיינט עס, מיינע אויגן זעהן דימאנטען.
ליבע וואס מען קען נישט קויפן, מען קען דאס נישט טרעפן אינדערהיים. נאר דא, ווי מען גייט דריי שטיגן אראפ, ווי סאיז הייס, רויעך גייט פון אלע ווינקלען. מוזיק וואס פארטויבט די אויערן, אבער מען קען זיין זיך, ווייל מיר שעירן געמיינזאמע געפילן...
מחשבות
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 40 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל