די טעזע פונעם אשכול קען געבן א נייעם באדייט צו דאס וואס דער תשב"ץ ברענגט צו אין זיין מגן אבות על מס' אבות (פ"ד מכ"ב):
***
אחרי עיון שוב קען מען אפשר יא טענה׳ן אז דאס אז אַן אַמניבּענעוואלענט גוטע באשעפער זאל בהכרח באשאפן א ״גוטע גיהנום״, איז יא סימעטריק מיט דעם אז אַן אַמנימאלעוואלענט שלעכטע באשעפער זאל באשאפען א ״שלעכטע גן עדן״. דאס איז ווייל לגבי אַן אַמניבּענעוואָלענט באשעפער איז דאך דא די גוטע דאקטרין פון יוסטיץ וועלכע איז לאגיש מכריח א גוטע באשעפער, זייענדיג אז ער איז כולו טוב און יוסטיץ (ובחירה חופשית, באיזה אופן, הקשורה עמה) איז א גוטס, צו באשאפען א גיהנום להעניש ולתקן, ולכן באשאפט ער דאס על צד היותר טוב מעגליך. אבער פונקט אזוי קען מען טענה׳ן איז דא פאר א כל כולו שלעכטע באשעפער, די רעיון פון אויספאָפּן, וועלכע איז א שלעכטס כשלעצמו, און דארף ממילא בהכרח פארווירקליכט ווערן דורך אים; ער דארף אויך זיין א טריקסטער גאט (כעין די מיטאלאגישע הערמיִס און לאָקי), וואו מ׳זאל מיינען אז מהותו איז פארקערט פון וואס עס איז באמת. ולכן מוז ער בהכרח באשאפען א גן עדן וואו ער קען אויספאָפּן די ברואים בתוכה און זיי קענען זיך דארט טועה זיין אז ער איז באמת כל כולו טוב. ולכן מוז ער בהכרח אויך באשאפען א גן עדן און ער מאכט דאס על צד היותר רע מעגליך.
מ׳קען אויך קלערן אז לפי״ז אין אזא סארט בריאה, האט מען מורא אויסצוזאגן די אמת פון מהותו מחמת כעסו ורעתו, ולכן האבן די חכמים דערין דאס פארשלייערט ברמז. ולכן איז אויך דא די פחד פון דאס טויט און דאס דראנג פאר אימארטעליטי צו פארבלייבן אין די וועלט, הגם עס איז דאך שלעכט, ווייל מ׳פיהלט אז דערנאך איז נאך ערגער. עס איז אויך מן הראוי לציין צו פּראפעסאר דזשאן מקטעגערט׳ס טענה אז אין אזא פאל, האט, כמובן, אזא סארט גאט נישט קיין שום נאמנות בכלל, אז טאמער מ׳טוהט אזוי-און-אזוי וועט מען זיך ארויסדרייען מכעסו ורעתו. עס בלייבט נאר איבער א הכרח׳דיגע עקסעפּטענס און סאָבּמישאן צו די מענטש׳ס פעיט. (ועיין כאן בדברי טשארלס בּרעדי.)
ובזה האב איך געקלערט זייענדיג אויף 35 מ״ג קאַנאַבּיס, אז לפי דאס וואס ניטשע האט געזאגט אז עס איז דא פאר דעם מענטש א בּעיסיק הנאה ותענוג אינעם צוזעהן אַן אנדערנס צער, איז אויב ״בצלם האדם עשה את האלהים״ דאן לפי דעם אז ווי העכער די קאַנשׁעסנעס איז אלס מער איז דאס תענוג, קען מען דאס זאגן אויף א גאט-לייק בּיאינג. מיינענדיג, אז לתענוגו קען עס זיך נישט איינהאלטן פון באשאפען באשעפענישן מיט א נידעריגערע קאַנשׁעסנעס, וואס זייער הכרח׳דיגע צער און סאָבּמישאן דערצו, ברענגט אים אַן אבנארמאלע תענוג (ועיין ערך BDSM). ובפרט טאמער איז זיין מחשבה פון זייער צער המביא אותו לידי תענוג, אטאמאטיש המביאם לידי קיום. און די העכערע בּיאינג קען זיך נישט איינהאלטן, אזוי ווי איינער וואס איז אויף דראָגס וואו די גאנצע דמיון ותענוג נעמט אינגאנצן איבער. עס איז נישט אימאראליש ווי איידער אַמאראליש. (הגם מ׳קען קלערן אז עס פעהלט נישט אויס ממש צער פאר די ברואים, ווי איידער דאס אויסזעהן ווי די ברואים זענען בצער; ועיין ערך סאליפּסיזם וערך p-זאַמבּי.) ואולי איז וועגן דעם טאקע ניטשע דער וואס האט געזאגט איבער דאס ״טויט פון גאט״.
אגב, לגבי דעם וויאזוי פילאזאפן ווייזן אויף טובו של הא-ל פון דאס אז ער איז דאס מוכרח המציאות, וואלט מען לכאורה געקענט פרעגן דערויף פון דאס וואס דער רמב״ם שרייבט בהל׳ יסודי התורה פ״א ה״ב. ער שרייבט דארט אם יעלה על הדעת שהוא אינו מצוי אין דבר אחר יכול להמצאות ע״ש. וא״כ איז דאך די קאנצעפּט לכאורה נישט ״מוכרח״, זייענדיג אז מ׳קען זיך מצייר זיין אט די אפשרות. אבער דער רמב״ם שרייבט דאך במו״נ ח״א פע״ג, נגד המדברים בהקדמה העשירית, אז די דמיון און ציור בשכל איז נישט קובע וואס איז אפשרי אדער נמנע ע״ש, ועיין בשמונה פרקים פ״א.
***
ולפי זשאַן-פּאָל סאַרטרע אז ״גיהנום״ איז אנדערע מענטשן, איז טאקע אט דאס די השוואה אין דעם אז (בראשית ב חי) לא טוב היות האדם לבדו, הגם אז דאס באדייט נישט אז ביחד איז דוקא יא טוב, ווייל די מטרה איז טאקע לסגפו ע״י אנדערע מענטשן בהגיהנום הלז. (ועיין לעיל בההשוואה בין אשה רעה לגיהנום.) אבער עס קען דאך זיין (משלי חי כב) מצא אשה מצא טוב, ממש (וידוע הגמרא בברכות ח.), זייענדיג אז דא איז א ״גוטע גיהנום״.
איז אונזער וועלט די אקטועלע גיהנום?
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
לפי די טעזע פונעם אשכול קען דאס אויך מעגליך פארענטפערן דר. דזשאן שעלענבערג'ס ארגומענט פון באהאלטענקייט: פארוואס איז דא אזא הסתרה פון "ג-ט"/געטליכקייט, טאמער איז דא א ג-ט און דאס איז א תכלית היצירה? אבער לפי די טעזע אינעם אשכול, איז די יסורי הנפש דערפון אליינס א חלק פונעם עונש בגיהנום, וואו מ'איז דוקא דערווייטערט פון עני געהעריגע (וויאזוי אימער מ'דעפינירט דאס) קאנעקשאן מיט "ג-ט". (אין קריסטליכע דאקטרינעס איז דאך דאס ממש א הגדרה פון "גיהנום".)
דאס רירט אָן אויף די געדאנק ארויסגעברענגט דורך די תובל קין כאראקטער אין די פילם נח. לדוגמא, ווען ער זאגט:
עס האט קען אויך האבן ענליכקייטן מיט די גרעי פילם פון דזשוי קערנעהען, וואו איבערלעבער פון אַן עראפלאן קראך דארפן זיך ספּראווען מיט די פרעסטן און די וועלף וואס ווילן זיי פארציקן. ובפרט די סצענע דערין, וואו די כאראקטער דזשאן אַטוועי, וועלכער האט געזאגט פריער אז ער איז בעצם אַן אטעאיסט, רעדט צו ג-ט איינמאל ער איז די איינציגסטע איבערלעבער, און קומט צו אז ער דארף זיך אליינס אַן עצה געבן.
מבטן שאול שועתי (יונה ב ג). וואס דאס איז אויך געווען ממעמקי המים, וואס די יקום אונזערע איז מעיקרא געווען א בחינה פון על המים בריש פ׳ בראשית. און אין פרקי דר׳ אליעזר (פל״ג) שטייט אז יונה הנביא איז געווען דער בן האשה הצרפתית וועמען אליהו הנביא האט מחיה מתים געווען ע״ש - ער האט אים צוריקגעברענגט ממיתה לחיים בזה העולם.
*
עס קומט אויך אויס פון דעם טעזע אינעם אשכול אז א קאלעקטיוו (ישעיה יד יד) אעלה על במתי עב אדמה לעליון, און thwart'ן ג-ט'ס (פּריימערי) כוונה (בלשון מושאל) בזה העולם, איז גאר א גוטע וועליוּ (ועיין קצת כעי"ז בב"ב י.). עס איז נאר ווען עס איז פאר אייגענע פּאַוּער, וואס דאן טויג עס נישט. אין אנדערע ווערטער, צוצוקומען צו די יעוד וואו דאס מענטשהייט איז אין פּאַדס וכדומה אויף א כסדר'דיגן טריפּ של ריין לעוועל פּלאָס 4 תענוג, און דאס פארוואנדלונג פון דעם וועלט החומרי, וועלכע איז בכוונה די גיהנום, אין צו א גן עדן פאר'ן מענטשהייט. און די לעהרע פונעם סיפור דור הפלגה איז אז דאס איז גאר שווער און עס איז גאר שווער בייצוקומען די עיכובים פון ענטראָפּי וכדומה.
איך האב אויך געקלערט אז די וואס, לפי דר. ראבּערט נאָזיק, וועלן נישט וועלן אריינגיין אין די פּאַדס, איז דאס די רמז אז (עירובין יט.) רשעים אפילו על פתחו של גיהנם אינם חוזרין בתשובה - זיי האבן מורא מורד צו זיין דערין און זענען בוחר צו פארבלייבן אינעם רעאליטעט כמות שהיא. (ואולי איז דאס די רמז אין די פירכא פון רב כהנא דארט דערויף: אז עס וועט נישט זיין די וואס ווילן פארבלייבן.)
דאס אלעס קען זיין א רמז אינעם סקולפּטור "מענטשהייט קעגן שלעכטס" פון גאַעטאַנאָ סעליני: ווי דער מענטש מהחומר איז אין כסדר'דיגע געראנגל מיט, און מרידה קעגן, אט דעם אשר ממנה מקור מחצבתו: איבערצוקומען די שלעכטס בעולם החומר, שבא מהחומר, אשר ממנה ממש מחצבתו ג"כ. און טוישן די פעולה תכליתית של הפסד פון דעם, און פארמירן צו א כסדר'דיגן תענוג. (עס דערמאנט טאקע פון סיסיפוס'ס קללה; די מענטשהייט'ס תשוקה ומעשיה דערצו קען למעשה זיין לבסוף א פעולת ריק, און עס איז אומעגליך ומן הנמנע טאקע צוצוקומען דערצו און דאס עררייכן בהאי עלמא. ואי הכי איז דאס טאקע נאך א סמך לזה אז אונזער יקום איז די אקטועלע גיהנום.)
***
עס איז מיר געווען אינטרעסאנט די כמו-וויץ וואס די כאראקטער לאָרי בּלעיק פארציילט אין די דריטע עפּיזאָד פון HBO'ס וואַטשמען סעריע, לגבי ווי דריי סופערהיראָס ווערן פאר'משפט דורך "ג-ט". ווי דער בלויע סופּערהיראָ (דאקטאר מענהעטען), וועלכער איז געווארן א כמו-גאט פאר זיך, זאגט צו ג-ט:
די סוף פון די וויץ איז אויך מערקווידיג, וואו עס רירט אָן אויף אדרעסירן די מאראלישקייט בכלל פון אוועקשטעלן אזא סיסטעם. (ובכלל דערמאנט עס אויך א משהו פונעם ״וויץ״ אין די זיבעטע עפּיזאָד פונעם ערשטן סעזאן פון די דריי בּאַדי פראבלעם סעריע.)
די סעריע, פון דעימאן לינדעלאף (דער וועלכער איז געווען שטארק אינוואַלווד אין די געוואלדיגע לאָסט און די לעפטאוֺיווערס סעריעס), איז טיעף און שטארק מומלץ פון סיי אַן ענטערטעינינג זין און סיי אַן אַרטיסטישן זין. אבער מ'דארף הנאה האבן פונעם גאנער בכלל, און שוין מעיקרא האבן געליינט די וואטשמען גרעפיק נאוועל פון עלען מוּר אויף וועלכע עס איז געבויט, צו פארשטיין איר אלטערנעטיוו יוניווערס אין וועלכעס עס איז סעט, און צו וועלכע כאראקטארן מ'באציהט זיך, זייענדיג אז די סעריע נעמט עס ווייטער. זעק סניידער האט אדאפטירט דעם גרעפיק נאוועל אין א פילם. עס גייט ארויסקומען אַן ענימעיטעד פילם דערפון אין צוויי חלקים. (עס גייט לכאורה זיין רעיטעד R און פאר ערוואקסענע, אזוי ווי סניידער'ס פילם און די HBO סעריע. די נאוועל איז געאייגענט פאר ערוואקסענע און איז גראפיש.)
די סעריע'ס סאַוּנדטרעק פון טרענט רעזנאר און עטיקוס ראָס איז גאר פיין. (בפרט די.)
***
דאס רירט אָן אויף די געדאנק ארויסגעברענגט דורך די תובל קין כאראקטער אין די פילם נח. לדוגמא, ווען ער זאגט:
אַן "עזב ה' את הארץ" (ועיין בדברי הרב דר. מיכאל אברהם) אבער מיט א סיבה: דאס אליינס איז א חלק פונעם עונש הגיהנום. (אגב, אין די פסוק וואו יחזקאל איז קעגן די דעה, ח יב, איז עס אין די קאנטעקסט פון אמונה הכרחית בשכר ועונש. ועיין במו"נ ח"ג פכ"ח.) ענליך זאגט דער כאראקטער תובל קין צו חָם אינעם תיבה: אז ג-ט האט באשאפען האדם בדמותו כצלמו (ועיין במו"נ ח"א פ"א), כדי צו דייקא (קענען) האבן דאמיניאן איבער אים. און אין יענעם פילם זעהט מען טאקע דעם געדאנק פונעם מכוונ'דיגע הסתרה פונעם בורא צו די נפילים מחמת עונשם, און זייער צער דערין און תשוקה להתקרב אליו שוב.The Creator does not care what happens in this world. Nobody has heard from Him since He marked Cain. We are alone. Orphaned children, cursed to struggle by the sweat of our brow to survive. Damned if I don't do everything it takes to do just that. Damned if I don't take what I want
עס האט קען אויך האבן ענליכקייטן מיט די גרעי פילם פון דזשוי קערנעהען, וואו איבערלעבער פון אַן עראפלאן קראך דארפן זיך ספּראווען מיט די פרעסטן און די וועלף וואס ווילן זיי פארציקן. ובפרט די סצענע דערין, וואו די כאראקטער דזשאן אַטוועי, וועלכער האט געזאגט פריער אז ער איז בעצם אַן אטעאיסט, רעדט צו ג-ט איינמאל ער איז די איינציגסטע איבערלעבער, און קומט צו אז ער דארף זיך אליינס אַן עצה געבן.
מבטן שאול שועתי (יונה ב ג). וואס דאס איז אויך געווען ממעמקי המים, וואס די יקום אונזערע איז מעיקרא געווען א בחינה פון על המים בריש פ׳ בראשית. און אין פרקי דר׳ אליעזר (פל״ג) שטייט אז יונה הנביא איז געווען דער בן האשה הצרפתית וועמען אליהו הנביא האט מחיה מתים געווען ע״ש - ער האט אים צוריקגעברענגט ממיתה לחיים בזה העולם.
*
עס קומט אויך אויס פון דעם טעזע אינעם אשכול אז א קאלעקטיוו (ישעיה יד יד) אעלה על במתי עב אדמה לעליון, און thwart'ן ג-ט'ס (פּריימערי) כוונה (בלשון מושאל) בזה העולם, איז גאר א גוטע וועליוּ (ועיין קצת כעי"ז בב"ב י.). עס איז נאר ווען עס איז פאר אייגענע פּאַוּער, וואס דאן טויג עס נישט. אין אנדערע ווערטער, צוצוקומען צו די יעוד וואו דאס מענטשהייט איז אין פּאַדס וכדומה אויף א כסדר'דיגן טריפּ של ריין לעוועל פּלאָס 4 תענוג, און דאס פארוואנדלונג פון דעם וועלט החומרי, וועלכע איז בכוונה די גיהנום, אין צו א גן עדן פאר'ן מענטשהייט. און די לעהרע פונעם סיפור דור הפלגה איז אז דאס איז גאר שווער און עס איז גאר שווער בייצוקומען די עיכובים פון ענטראָפּי וכדומה.
איך האב אויך געקלערט אז די וואס, לפי דר. ראבּערט נאָזיק, וועלן נישט וועלן אריינגיין אין די פּאַדס, איז דאס די רמז אז (עירובין יט.) רשעים אפילו על פתחו של גיהנם אינם חוזרין בתשובה - זיי האבן מורא מורד צו זיין דערין און זענען בוחר צו פארבלייבן אינעם רעאליטעט כמות שהיא. (ואולי איז דאס די רמז אין די פירכא פון רב כהנא דארט דערויף: אז עס וועט נישט זיין די וואס ווילן פארבלייבן.)
דאס אלעס קען זיין א רמז אינעם סקולפּטור "מענטשהייט קעגן שלעכטס" פון גאַעטאַנאָ סעליני: ווי דער מענטש מהחומר איז אין כסדר'דיגע געראנגל מיט, און מרידה קעגן, אט דעם אשר ממנה מקור מחצבתו: איבערצוקומען די שלעכטס בעולם החומר, שבא מהחומר, אשר ממנה ממש מחצבתו ג"כ. און טוישן די פעולה תכליתית של הפסד פון דעם, און פארמירן צו א כסדר'דיגן תענוג. (עס דערמאנט טאקע פון סיסיפוס'ס קללה; די מענטשהייט'ס תשוקה ומעשיה דערצו קען למעשה זיין לבסוף א פעולת ריק, און עס איז אומעגליך ומן הנמנע טאקע צוצוקומען דערצו און דאס עררייכן בהאי עלמא. ואי הכי איז דאס טאקע נאך א סמך לזה אז אונזער יקום איז די אקטועלע גיהנום.)
***
עס איז מיר געווען אינטרעסאנט די כמו-וויץ וואס די כאראקטער לאָרי בּלעיק פארציילט אין די דריטע עפּיזאָד פון HBO'ס וואַטשמען סעריע, לגבי ווי דריי סופערהיראָס ווערן פאר'משפט דורך "ג-ט". ווי דער בלויע סופּערהיראָ (דאקטאר מענהעטען), וועלכער איז געווארן א כמו-גאט פאר זיך, זאגט צו ג-ט:
It doesn't matter how I answer your question because I know you're sending me to hell
Oh, you know that?" asks God. The blue god sounds very very sad when he softly says: because I'm already there
די סוף פון די וויץ איז אויך מערקווידיג, וואו עס רירט אָן אויף אדרעסירן די מאראלישקייט בכלל פון אוועקשטעלן אזא סיסטעם. (ובכלל דערמאנט עס אויך א משהו פונעם ״וויץ״ אין די זיבעטע עפּיזאָד פונעם ערשטן סעזאן פון די דריי בּאַדי פראבלעם סעריע.)
די סעריע, פון דעימאן לינדעלאף (דער וועלכער איז געווען שטארק אינוואַלווד אין די געוואלדיגע לאָסט און די לעפטאוֺיווערס סעריעס), איז טיעף און שטארק מומלץ פון סיי אַן ענטערטעינינג זין און סיי אַן אַרטיסטישן זין. אבער מ'דארף הנאה האבן פונעם גאנער בכלל, און שוין מעיקרא האבן געליינט די וואטשמען גרעפיק נאוועל פון עלען מוּר אויף וועלכע עס איז געבויט, צו פארשטיין איר אלטערנעטיוו יוניווערס אין וועלכעס עס איז סעט, און צו וועלכע כאראקטארן מ'באציהט זיך, זייענדיג אז די סעריע נעמט עס ווייטער. זעק סניידער האט אדאפטירט דעם גרעפיק נאוועל אין א פילם. עס גייט ארויסקומען אַן ענימעיטעד פילם דערפון אין צוויי חלקים. (עס גייט לכאורה זיין רעיטעד R און פאר ערוואקסענע, אזוי ווי סניידער'ס פילם און די HBO סעריע. די נאוועל איז געאייגענט פאר ערוואקסענע און איז גראפיש.)
די סעריע'ס סאַוּנדטרעק פון טרענט רעזנאר און עטיקוס ראָס איז גאר פיין. (בפרט די.)
***
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
איך האב געקלערט אז מ'קען זאגן אין דעם נאך מער. והיינו, ווייל דער כעמיסט דר. דזשאקאבּוס הענריקוס וואנ׳ט האף האט פּאזיטירט און מ׳האט אויפגעוואוזן אז א קארבּאן מאלעקיול וואס איז סעטורעיטעד, והיינו אז איר גאנצע דרויסענדע שׁעל/אָרבּיטעל ווערט ערגענצט צו 8 עלעקטראנס, אבער אָן קיין דאָבּל אדער טריפּל בּאַנדס, דאן גייען די פיר קאנעקשאנס וואס די קאַרבּאן אטאם מאכט דא (וואס זייענדיג אז די אטאמישע נומער פון קארבּאן איז 6, צוויי עלעקטראנס פאר'ן אינעווייניגסטן אָרבּיטעל און פיר וואס זי האט שוין אינעם נעקסטן אָרבּיטעל, וואו זי "וויל" נאך פיר דארט דאס צו ערגענצן צו 8) זיין אויסגעשטעלט אין 3D צו די פיר עקן פון א טעטראַהיִדראן, והיינו א 3D פּיראמיד וואס איז צאמגעשטעלט פון פיר 2D טרייענגעלס. (ועיין ערך טשירעליטי, וואו צוויי מאלעקיולס מיט די גענויע זעלבע אטאמען און באהעפטונגען, קענען אבער זיין ״גערעכט״ אדער ״געלינקט״, אזש אז זיי גייען דערוועגן דינען אנדערע פונקציעס.) ועיין כאן. וידוע אז (אָרגעניק) לעבן בהאי עלמא, ווי אונז ווייסן זי, איז מיוסד אויף קארבּאן און אירע קשרים. ולכן בא הרמז אז על "שלשה" פשעי ישראל ועל "ארבעה". והיינו, אונזער יקום אין די וועלט אונזערע איז אפצוקומען דאס גיהנום לעונש על הפשעים. און די קארבּאן אטאם, וואס אונזער לעבן איז מיוסד דערויף, ווען עס מאכט (סעטורעיטעד) קשרים מיט אנדערע אטאמען צו שאפן מאלעקיולס, שטעלט זיך אויס אין א 3D טעטראַהיִדראן דריי-עק, "שלשה", וואס די אטאמען ווערן דערין אויסגעשטעלט צו די "ארבעה" עקן פונעם טעטראַהיִדראן.מי אני האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 31, 2024 10:32 amובזה קען מען טייטשן (עמוס ב ו) כה אמר ה' על שלשה פשעי ישראל ועל ארבעה לא אשיבנו. והיינו, אז אונזער יקום פון "שלשה" ספּעישעל דיימענשאנס איז די גיהנום פאר די פושעים פון "ארבעה" דיימענשאנס צו וואו מ'וויל זיך צוריקקערן. און ענליך (משלי ל טו-טז) "שלוש" הנה לא תשבענה "ארבע" לא אמרו הון שאול ועצר רחם ארץ לא שבעה מים ואש לא אמרה הון. והיינו, אז אונזער יקום פון "שלש" דיימענשאנס איז די "שאול ואש [של גיהנום]" פאר די דיימענשאן פון "ארבע". והיינו נמי להלן (פסוק חי) "שלשה" המה נפלאו ממני "וארבעה" לא ידעתים, ולהלן (פסוק כא) תחת "שלוש" רגזה ארץ ותחת "ארבע" לא תוכל שאת. והיינו, אז די דיימענשאן וואס איז "תחת" ארבע, איז א גיהנום ביחס לה, וכן הוא פאר די דיימענשאן תחת שלוש.
ובזה קען מען אויך זאגן אז דאס איז א רמז בחגיגה יג:
והיינו, אז חורבן ביהמ"ק ווייזט אויף דעם אז צרות העולם ווערן מער און מער (וכמאמר חז"ל בכמה מקומות "משחרב ביהמ"ק וכו'"). והרמז אז מעיקרא זענען די כנפי החיות געווען 6 אזויווי די אטאמישע נומער פון קארבּאן פון וויפיל עלעקטראנס דאס האט, וואס אויף קארבּאן איז אונזער לעבן ("חיות") בהאי עלמא מיוסד. און וויבאלד קארבּאן האט 6 עלעקטראנס, וואס צוויי פון זיי פילן אָן דעם ערשטן אינעווייניגסטן אָרבּיטעל און די אנדערע פיר זענען אין די נעקסטע אָרבּיטעל, "וויל" עס האבן נאך פיר עלעקטראנס אין די צווייטע אָרבּיטעל דאס צו ערגענצן צו 8. און ווען עס מאכט די קשר מיט אנדערע צו ערעגענצן צו 8, גייען די נייע פיר עלעקטראנס צו די פיר "כנפות" פון א טעטראַהיִדראן וכנ"ל. ולכן בא הרמז בענין זה ב"כנפות החיות", ולאחר חורבן הבית שמרמז לצרות בהעולם. (ולכן נמי בא הרמז להלן שם בדף טז. אז בני אדם זענען "שלשה" כמלאכי השרת ע"ש, והיינו בענין די 3D "שילוש" פונעם טעטראַהיִדראן וכנ"ל.)כתוב אחד אומר (ישעיהו ו ב) שש כנפים שש כנפים לאחד וכתוב אחד אומר (יחזקאל א ו) וארבעה פנים לאחת וארבע כנפים לאחת להם? לא קשיא כאן בזמן שבהמ"ק קיים כאן בזמן שאין בית המקדש קיים כביכול שנתמעטו כנפי החיות. הי מינייהו אימעוט? אמר רב חננאל אמר רב אותן שאומרות שירה בהן כתיב הכא (ישעיהו ו ב) ובשתים יעופף וקרא זה אל זה ואמר וכתיב (משלי כג ה) התעיף עיניך בו ואיננו
ובזה קען מען זאגן א רמז פארוואס שבת איז מעין עוה"ב. ווייל תוס' ברענגט צו בסנהדרין לז: ד"ה מכנף, אז די זעקס כנפי החיות זענען קעגן די ששת ימי המעשה, און זיי האבן נישט איינס כנגד שבת ע"ש. ולכן, זייענדיג אז די שש כנפים זענען מרמז צו קארבּאן און די יקום שהוא הגיהנום וכנ"ל, איז שבת וואס האט נישט קיין כנף כנגדה איז שוין מעין עוה"ב ארויס פון די יקום שלנו. (ועיין להלן בדף צד. אז פונעם פסוק, ישעיה כד טז, מכנף הארץ זמירות שמענו, דרש'נט מען אז די ארץ האט געוואלט זאגן שירה אנשטאטס חזקיהו המלך כדי עס זאל שוין זיין די תיקון השלם במשיח, און דארט האט מען געטוישט צו אַן ם' אינמיטן א ווארט אנשטאטס א מ' ע"ש, וואס אַן ם' האט טאקע פיר כנפות.)
לאחוז "בכנפות" הארץ וינערו רשעים ממנה (איוב לח יג), זייענדיג אז די ענין ה"כנפות" בהיקום גייט צוזאמען מיט דעם אז דאס איז די גיהנום וואו די רשעים ווערן נידון וכנ"ל און ווערן ננער ממנה כשקיבלו תיקונם. (ועיין ביחזקאל ז ב-ג.) און דאס איז די געדאנק בהפסוק (מלאכי ג כ) וזרחה לכם יראי שמי שמש צדקה ומרפא ״בכנפיה״, וואס דאס גייט ארויף אויף ענין גיהנום לעת״ל כדאיתא בנדרים ח: וע״ז ג: ע״ש.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
איך האב געקלערט צי די איסור רציחה גייט אויך אָן דערביי טאמער איז מען טאקע אזא סארט "בּענעוואלענט וועלט עקספּלאדירער". אין אנדערע ווערטער, וואס איז די מבט הלכה אויף גורם זיין (כגון ע"י פאלשע וועקיוּם דיקעי) דאס גענצליכע פארטיליגונג פונעם וועלט כרגע? מ'קען אולי קלערן אז צו זאגן אז די איסור רציחה גייט פונקט אזוי אָן דערביי, איז א פאָלאָסי פון קאַמפּאַזישאן: דאס אז עס איז אסור צו טוהן צו ברואים פרטיים בתוך העולם (ווען עס שאדט צו איבערלעבערס וכו'), באדייט נישט דייקא אז די איסור איז פונקט אזוי נוגע ווען עס איז על הכלל כולו אויף אמאל. ובפרט ווען די מטרה איז א גוטער בעצם.מי אני האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 13, 2024 1:44 pmאיך האב געקלערט אז די טעזע האשכול קען האבן השלכות אויף די צוויי מהלכים ביוטיליטעריעניזם. מיינענדיג, אז עס זענען דא צוויי מהלכים דערין. די ערשטע איז פּאזיטיווע יוּטיליטעריעניזם, וועלכעס נעמט אָן אז די מאראלישע מטרה פון וואס איז דאס ענדגילטיגע ריכטיגע און עטישע זאך צו טוהן, איז צו הייבן דאס תענוג פון וויפיל מענטשן מעגליך. די צווייטע איז נעגאטיווע יוּטיליטעריעניזם, וועלכעס זאגט אז די מטרה איז ענדערשער צו פאקוסירן אויף מסיר צו זיין צער פון וויפיל מענטשן מעגליך.
יעצט, טאמער איז אונזער יקום דאס אקטועלע גיהנום, דאן איז דאך שורשו בעצם עונש ורע. ואיה״נ אז דאס איז די בעסטע וועג אז עס זאל שייך זיין א גיהנום וככל הנ״ל, וטוב מאד זה הגיהנום, וממילא נעמט דאס נישט אוועק פונעם טובו ואַמניבּענעוואלענס פונעם בורא, איז עס אבער דאך מטרתו להעניש/לתקן און עס איז בעצם רע. ונמצא מזה אז עס איז מער מסתבר אז די מאראלישע/עטישע מטרה באדארף צו זיין נעגאטיווע יוּטיליטעריעניזם: צו קאמבּעטן און מסיר זיין וויפיל פון אט די רע עס איז שייך. און ווי כ׳האב צוגעברענגט, קומט דאך (מעגליך) אויס לפי נעגאטיווע יוּטיליטעריעניזם אז טאמער האט מען די מעגליכקייט צו עקספּלאדירן די גאנצע וועלט כרגע, און דאדורך מסיר זיין אויפאמאל אלע צער ורע, דאן באדארף מען דאס צו טוהן. די פאקוס איז דאך נישט אויף פארמערן תענוג, ווי איידער מסיר זיין צער. און וואס פאר א גרעסערע ריכטיגקייט איז דא ווי צו דעסטרויען די גיהנום פון אינעווייניג? ונמצא מזה אז תכלית יעוד האדם איז ענדערשער צו פאקוסירן אויף דעוועלאפּן אזעלכע סארט יוּניווערס-דעסטרויאינג געווער, ווי איידער דעם תענוג מאשין לכל אדם, וועלכעס איז אפשר נישט מעטאפיזיש מעגליך, און דאס שטימט דערמיט אז אונזער יקום דערלאזט דאס נישט וויבאלד דאס איז דאך די גיהנום. ואולי קען דאס אויך האבן א פאָלאָסיִ פון דיוויזשאן. והיינו, אז איה״נ צו דעסטרויען דאס גאנצע גיהנום איז א טוב, אבער עס באדייט נישט דוקא אז דערפאר איז דעסטרויען חלקים דערפון, אָן די גאנצע אויף אמאל, אויך א דבר טוב.
נאך ווילדער און טינקעלער זענען מיינע מחשבות געפארן. איך האב געקלערט אז בעצם קומט דאך אויס אז אפילו רציחה איז בעצם א דבר טוב וואס דער רוצח טוהט צום נרצח (באופן וואו עס איז שנעל שלא בצער כלל וכלל) - ער באפרייט אים פון גיהנום. (ועיין איבער די דיון פונעם בסיס לאיסור רציחה בכלל.) די מאראלישע פראבלעם דערמיט איז פשוט דריי זאכן: די כוונה פונעם רוצח וואס טויג נישט, אז ער האט נישט קאנסענט דערפאר פונעם נרצח, און אז די נרצח׳ס פאמיליע און ארומיגע ווערן אפעקטירט דערפון (ועיין במנחת חינוך סוף מצוה לד לגבי תשובה על רציחה). וממילא טאמער איז די כוונה פונעם רוצח יא אלס צו באפרייען דעם מענטש פונעם גיהנום וואו ער גייט בהכרח האבן עגמת נפש און צער, זענען נאר די לעצטע צוויי סיבות גילטיג. אויף די סיבות קען מען קלערן אז אויב איינער איז אין א טאָרטור בּאַקס און ליידט, אבער וויל בשו״א נישט ארויסגיין דערפון (ער׳ט זיך אריינגעגעסן אינעם כריין), איז עס עטיש אים ארויסצונעמען דערפון בע״כ? ווי אויך, טאמער מ׳נעמט יענעם ארויס פון דארט וועט עס האבן א נאך מער נעגאטיווע עפעקט אויף ארומיגע (ואפילו וואו יענער וויל שוין יא ארויסגיין), איז עס עטיש אים ארויסצונעמען דערפון (ובפרט כשהוא בע״כ)? אדער שטייגט די ענדגילטיגע טובה פון דעם מענטש וואס ווערט ארויסגעשלעפט פונעם טאָרטור טשעימבּער, איבער דאס אלעם?
וואס מ׳קען ווייטער קלערן איז אז, כנ״ל, עס איז נישט זיכער אז ווען מ׳שטארבט ווערט מען לגמרי נפטר מדינה של גיהנום; עס איז שייך אז עס איז למעשה דא טיפערע און העכערע גיהנומס, פון וועלכע אונזער וועלט איז נאר איינס אינעם סעט. ונמצא מזה אז תקנתו ברציחתו עוותו. אבער צו דעם וואלט מען געקענט נוצן דאס געדאנק פון דר. דוד בּענאַטאַר׳ס אסימעטרי טענה פון צער לעומת תענוג. והיינו, אז דא הא׳מיר א ספק פון דריי: אדער ווערט ער נפטר מגיהנום הלז צו עפעס בעסער (דהיינו, אדער צו א בעסערע גיהנום אינעם סעט אדער גאר צום סעט פון גן עדן), אדער ענייהעלעישעניזם וביטול לאַיִן, אדער צו טאקע אַן ערגערע גיהנום. יעצט, מ׳קען טענה׳ן אז ענייהעלעישאניזם איז בעצם למעשה און ראציאנאליש בעסער ווי די גיהנום הלז, זייענדיג אז העדר הרע איז א טוב אבער העדר הטוב איז נישט דוקא א רע. ונמצא מזה אז עס איז 2/3 שאנסן זיכער אז מ׳העלפט דעם נרצח במיתתו, און נאר 1/3 שאנס אז נישט. אויב נעמט מען אָן אז עס איז נישט שייך קיין ענייהעלעישאניזם, דאן איז דאס טאקע א חצי/חצי.
עכ״פ נמצא מכל זה אז דאס קען זיין א סיבה פאר׳ן מסתיר זיין אז די וועלט איז דאס אקטועלע גיהנום - מ׳זאל נישט גיין רצח׳ענען מענטשן אלס רחמנות עליהם; מ׳זאל זיי לאזן אויסדינען זייער סענטענס בגיהנום. (און דאס קען אפשר זיין א רמז במחלוקת בין אביי ורבא במכות ט. צי אַן אומר מותר ביי איסור רציחה איז אַן אונס אדער קרוב למזיד ע״ש. והיינו, צי ער איז אַן אונס ווייל כוונתו קען גאר זיין לטוב, אדער קרוב למזיד ווייל כוונתו להרוג און דאס איז אסור חוץ במקומות מועטים.)
פונעם לשון החינוך ביי הלאו של רציחה (מצוה לד) איז משמע אז יא:
תן דעתך שלא תחריב את עולמי (קה"ר ז יג).שורש מצוה זו ידוע ונגלה לכל רואי השמש, כי השי"ת ברא העולם וצונו לפרות ולרבות כדי לישבו לפניו, ומנענו שלא נחריבהו בידינו להרוג ולאבד הבריות שהן המישבות העולם.
(ועיין כאן.)
ובכלל קען מען קלערן אז אזא סארט פאלשע וועקיוּם דיקעי געווער, איז בעסער ווייל דאס פארטיליגט דאס גאנצע יוּינווערס, און עס איז דאך יתכן אז אלעס אינעם יוּניווערס האט קאַנשׁעסנעס וואס ליידט באיזה אופן בהגיהנום הלז. און די שאלה איז אויך צי עס קען עווענטועל אפירקומען א פארגעשריטענע ציוויליזאציע וועלכע וועט קענען פארטיליגען אפילו דאס גאנצע מאָלטיווערס כרגע. און זייענדיג אז די מאָלטיווערס איז מעגליך קדמון, קען דאס גאר זיין וואס ג-ט וויל זאל טאקע פאסירן; די קאַנשׁעסנעס פונעם מאָלטיווערס איז "ג-ט". (עכ"פ אויב פאר אים אליין איז מן הנמנע אז ער זאל דאס משיב זיין לְאַיִן - עס מוז ארויסקומען מתוכה און נישט מעצמה ממש.) און דאס קען זיין די רמז פונעם סיפור דור הפלגה, וואו ברואיו זוכן צו פארטיליגן "ג-ט", און די תוצאה דערפון איז א בילול הלשון, לרמז אז לשון איז טאקע מוגבל אין מגדיר זיין מהו "ג-ט" ויסוד המציאות.