און איך האב געליינט אז ווען מ'האט אים אוועקגענומען צוריק צו די מאמע האט מען אים געגעבן אן איינשפריץ וואס זאל אים באראויגן אים מאכן פארגעסן זיין עבר, ממילא קען טאקע זיין אז ס'האט אים נישט אזוי געשאט צו מאכן א 360 דעגרי טערןberlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 25, 2024 5:06 pmאיך האב געליינט פונקט פארקערט: יוסל'ה האט געגעבן אן אינטערוויו מיט אן איזראעלי'שע צייטונג. האט ער דארט געזאגט אז ער האט נישט קיין שווער הארץ אויף קיינעם. אויך איז ער דאנקבאר פאר די גערטנער משפחה אז זיי האבן איהם זייער שיין אויפגענומען. זיי האבן איהם געקויפט טויס. אויך באהאנדלט ווי איינער פון זייער אייגענע משפחה.מילך טראק האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 24, 2024 11:35 pmקינדער ווערן נישט געדעימדש פון א 360, קינדער ווערן געדעימדש פון עלטערן וואס שלאגן זיך, יאסעלע שוכמאכער וואס ביידע עלטערן זענען געווען אויף איין בלאט איז נישט געווארן געדעימדש , ווען ער האט באזוכט ביי די גערטנערס האט ער זיי געזאגט ענק האבן מיין טובה נישט געמיינט.
ווען א גוי ווערט א גר ווערן די קינדער געדעימדש ווייל זיי ווערן געבוליט אין די היימישע חדרים אפילו די קינדער זענען שוין געבוירן גרים
די איינציגע פאר וועם ער קען נישט מוחל זיין איז רות בן דויד. די (געווארענע) רביצין פון ר' עמרם בלוי. ווייל זי האט איהם אוועקגערויבט פון זיין מאמע.
דא איז נישט דער סאבדזשעקט פון יוסלה'ס אדווענטשורס. נאר איך האב שוין לאנג צוריק געטענה'ט אז די אלע גוואלדטאטן און קידנעפינגס אפילו מ'מיינט לשם שמים טויגן נישט. ס'איז יצא שכרו בהפסידו. ווייל אוועקרייסן א יונג קינד פון זיינע עלטערן איז אן עון בל יכופר. און אין די אלע פעלער (נישט נאר יוסלה) ענדיגט זיך עס אז ער גייט אוועק פון די רעליגיע. אם כן מה הועילו חכמים בתקנתם. און די אלע (הייליגע) עסקנים דארפן באשטראפט צו ווערן אויף דעם הארבסטן אופן .
איבער אוועקנעמען פון די מאמע, קיינער האט אים נישט אוועקגענומען פון די מאמע, די מאמע האט אים אליינס געגעבן פאר זיידן רב שטארקעס, מ'האט אים פשוט נישט געוואלט צוריקגעבן און לאזן ס'זאל געשעהן מיט אים א 360 דעגרי טורן, וואס איז למעשה יא געשעהן.
אגב, שמעתי הרה"ק מסאטמאר האט נישט עכט געהאלטן פון די גאנצע זאך, נאר אזוי ווי ס'איז ממילא געטוהן געווארן האט ער צוגעהאלפן.