שנפרה ונרבה כדגים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

Re: שנפרה ונרבה כדגים?

שליחה דורך יעקב מענטש »

דא איז דא א שטיקעל רבי צדוק וואס ער מאכט גרינגער דעם ולערב אל תנח ידיך

https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... t=&pgnum=5
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: שנפרה ונרבה כדגים?

שליחה דורך צוויי »

דיכטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 7:28 pm אויב איך מעג ארויסשטעלן דא א געשרייבעכטס וואס איך האב נישט לאנג צוריק געשריבן, איבער דעם טעמע.


טעמע: זיך אפהאלטן פון ברענגען קינדער, געבוירן קינדער אויף דעם וועלט.

ביז נישט לאנג צוריק איז דער געדאנק פון טוהן זאכן וועלכע מאכן אז עס זאל פארמיטן ווערן שוואנגערשאפט (Pregnancy) פאררעכענט געווארן ווי א זינלאזע, גרויליגע געדאנק אין בעסטן פאל און ווי א פרעסערישע, עגאאיסטישע געדאנק אינעם ערגסטן פאל.

אין די גוי'שע גאס איז אין דער נישט ווייטע פארגאנגענהייט געווען די זעלבע זאך, אמאל איז אזא זאך נישט געהערט געווארן און צוביסלעך האט עס אריין געדרינגען אינערהאלב דעם אלגעמיינעם גאס און מיט די צייט איז עס פארוואנדעלט געווארן אלס א העכסט נארמאלע זאך און טאג-טעגליכע פראקציטירונג.

די מיטלען וועלכע זענען ערפינדן געווארן צו פארמיידן שוואנגערשאפט זענען מיט די צייט בעסער, שטערקע, מער ווירקזאם און מער פארלעסליך געווארן און עס מוז אנערקענט ווערן אז אין די זעלבע צייט - אדער אלס א דירעקטע רעזולטאט דערצו - האט זיך פארשפרייט א שטארקע פארנאכלעסיגקייט אין געשלעכט-פארבינדונגען צווישן מענטשן טאקע צוליב דעם וואס מען האט שוין געהאט דעם מיטל צו פארמיידן די קאנסעקווענסן וועלכע אזעלכע פארבינדונגען ברענגען נאטירליך מיט זיך.

ווי אזוי עס גוי'שט זיך אזוי אידישט זיך עס, זאגט די וועלט, און טאקע אין די לעצטערע יארן, טאקע א לאנגע צייט נאכדעם וואס אין די גוי'שע גאס איז עס געווארן א געווענליכע ערשיינונג, האבן עטליכע אזעלכע געדאנקען אויך אנגעהויבן אריינצודרינגען אינעם היימישן גאס. אין אנפאנג אויף א קליינע פארנעם, און אסאך גדולים זענען ארויסגעקומען זייער שארף און קלאר אנטקעגן דעם, אבער מיט די צייט, האבן זיך אנגהויבן צו אנטוויקלען עטליכע סארטן היתרים און אופנים ווען עס האט יא באקומען דעקונג דורך היימישע רבנים.

עס קענען זיך מאכן פארשידענע סיבות וואס ברענגען אז עס זאל זיין א צורך צו נעמען זאכן אדער טוהן טאהטן וואס זאלן ברענגען דאס פארמיידן שוואנגערשאפט. די הויפט אורזאכן וואס צוליב זיי זאל א מענטש שפירן פאר וויכטיג צו נעמען אזעלכע שריט, זענען אדער ווייל זי האט א פיזישע באגרעניצונג וועלכע לייגט איר אריין אין א געפאר טאמער וועט זי אנהייבן צו שוואנגערן, אדער צוליב ווייל דאס קינד קען האבן ערנסטע פיזישע פראבלעמען וועלכע וועלן איהם שטעלן אין א לעבנס געפאר טאמער ווערט זי שוואנגערדיג און געבט געבורט צו א קינד. שפעטער איז די וועלט געווארן אויפגעוואכט איבער די וויכטיגקייט פון מענטאלע געזונט און דאן האבן אלע באגרעניצונגען און געפארן אויך אריינגענומען מענטאלע און גייסטישע פראבלעמען.

און דאן איז פארהאן אן אנדערע סארט פארזוך צו פארמיידן שוואנגונג, און דאס איז איינפאך צוליב דעם וואס מען איז שוין אנגעפילט און זאט פון זיך דארפן אפגעבן מיט די קינדער 24/7 אן א אטעם אינמיטן, און מען קען אריינרעכענען אין דעם אויך די קאסטן און שווערע געלטער וועלכע קינדער קאסטן אפ, אויף יעדע שריט און טריט.

די לעצטע סארט סיבה איז די וועלכע איז געווארן פאררעכענט ווי פרעסעריש און עגאאיסטיש און אויף די לעצטע האבן די רבנים זיך קעגן געשטעלט זייער שארף. און טאקע אויף דעם וויל איך אצינד רעדן.

מען קען צעטיילן די סיבה אויף צוויי, פינאנציעלע פראבלעמען און אנגעשטרענגטקייט.

בבקר זרע זרעך ולערב אל תנח ידך כי אינך יודע אי זה יוכשר הזה או זה ואם שניהם כאחד וגו'. פון דעם פסוק אין קהלת לערנען חז"ל ארויס, אז מען זאל פרובירן צו האבן קינדער אויפן עלטער אפילו נאכדעם וואס מען האט שוין מקיים געווען פריה ורביה.

די מצוה פון פריה ורביה איז מען פולקאם מקיים נאכדעם וואס מען האט געבוירן איין זכר מיט איין נקבה, און לויט די תורה האט מען מער נישט קיין שום פליכט צו פרובירן צו ברענגען נאך קינדער אויפן וועלט.

עס איז אבער דא נאך א פראבלעם, און דאס איז מוציא זיין זרע לבטלה, און דעריבער טאמער וואוינט מען א ביאת אישות און מען איז נזהר אז עס זאל נאר זיין נאטורליכערהייט, דאן איז עס אומפארמיידבאר אז מען זאל נישט האבן נאך קינדער. קומט אויס אז עס זענען פארהאן דריי פראבלעמען אין פארמיידן שוואנגערשאפט. איינס נאך איידער וואס מען האט פולקאם יוצא געווען די פליכט פון פריה ורביה, וואס דאן מוז מען פרובירן צו האבן קינדער און טוהן אלעס וואס מען קען אויף א נאטורליכן אופן צו מקיים זיין די מצווה, און דאן אפילו נאך דעם וואס מען האט שוין יוצא געווען פריה ורביה איז דא די מצווה מדברי סופרים פון ולערב אל תנח, אבער אפילו אן די מצוה פון ולערב אל תנח איז דא דער פראבלעם און אלגעמיין יעדעס מאל וואס מען וואוינט, ניצענדיג א פארמייד מיטל, פון הוצאת זרע לבטלה.

אבער דא דארף ווערן אין אכט גענומען א וויכטיגע פאקטאר וועלכע קען אויף קיין פאל נישט איגנארירט ווערן. און דאס איז אז איינער וואס האט קינדער און ער האט נישט קיין געדולד פאר זיי, ער גייט נישט זיין גרייט פאר זיי ווען זיי גייען קומען און עס וועלן זיי פעלן זייערע לעבנסוויכטיגע באדערפענישן, טא ווי איז שייך צו הייסן אים ברענגען די קינדער? עס איז דאך פיל בעסער ער זאל מוציא זיין זרע לבטלה און ער זאל נישט מוציא זיין קינדער לבטלה. זרע וועלכע קומען ארויס לבטלה דארפן נישט קיין קעיר, זיי דארפן נישט אויפמערקזאמקייט, זיי האבן נישט קיין געפיל. אנדערש איז אבער קינדער, זיי קענען נישט קומען אין א וואקום, מען מוז זיין גרייט פאר זיי, און טאמער איז מען נישט גרייט פאר זיי, אויף וועמענס חשבון טוט מען זיי ברענגען?!

דא דארף אויסגעשמועסט ווערן זייער אן אינטערעסאנטע פונקט וועלכע האט א דירעקטע פארבינדונג מיט דעם טעמע.

אין יאר 1800, פאר איבער צוויי הונדערט און צוואנציג יאר צוריק, זענען געווען אויפן וועלט אונטער איין ביליאן מענטשן. דער יאר 1803, איז געווען דאס ערשטע מאל אין מענטשליכע היסטאריע וואס די מענטשליכע באפעלקערונג אינאיינעם, האט דערגרייכט דעם ציפער פון איין ביליאן און ביז הונדערט יאר שפעטער אין יאר 1900 האט עס נאך געהאלטן אונטער צוויי ביליאן. ערשט אין יאר 1928 איז דער ציפער אנגעקומען צו צוויי ביליאן. דאס הייסט אז עס האט גענומען טויזענטער יארן צו גרייכן איין ביליאן און ארום הונדערט און צוואנציג יאר אנצוקומען צו צוויי ביליאן, און ווי לאנג האט עס גענומען צו גרייכן דעם דריטן ביליאן? דרייסיג יאר. אין די דרייסיג יארן זענען אריינגערעכענט די בלוטיגסטע יארן וואס מענטשהייט האט נאר געזען, ווי ארום 70 מיליאן מענטשן האבן פארלוירן זייער לעבן צוליב אנגייענדע שלאכטן און געשלעגן.

פאלגענד איז א גראף וואס ברענגט קלאר ארויס ווי אזוי די מענטשליכע פאפולאציע האט זיך דראסטיש געהויבן אין די לעצטע יארן און ווי אזוי עס ווערט געשאצט פון פאראויס אויף די קומענדיגע יארן.
בילד

צוליב וואס לייג איך דא פאר אט די אינפארמאציע? דאס איז צוליב די ערשטע סיבה פארוואס א מענטש דארף ברענגען קינדער, און דאס איז דער מצוה פון פריה ורביה און לא תוהו בראה לשבת יצרה. אין אזא וועלט ווי די פאפולאציע איז אינדרויסן פון יעדער קאנטראל, און יעדער וואס האט שוין אמאל גענומען פובליק טראנספארטאציע אדער אייגענטליך יעדער וואס האט שוין אמאל ארויסשפאצירט פון זיין הויפט טיר האט שוין מיט זיינע אייגענע חושים בייגעוואוינט די אנלייגעניש פון מענטשן מיט וואס דער וועלט פלאגט זיך, וואו איז שייך צו הייסן איר צו באזעצן?

די פראגע וועלכע פרעגט זיך איז, ווי אזוי איז דאס געשען? ווי אזוי קען זיין אז פלוצלונג נאך טויזענטע יארן וואס די מענטשהייט האט געלעבט און געפירט א ווירטשאפט האט זיך די פאפולאציע אויפגעריסן און אנגעהויבן זיך צו צעוואקסן ארויס פון יעדער פארפארציע? דער תירוץ איז בעיקר צוליב טעכנאלאגיע און די פארשריט פון מעדיצין נאכפאלגענדיג דער אינדוסטריאלע רעוואלוציע. אבער לאמיר נישט פארקריכן פון דער עיקר טעמע.

אמאל האט א דורכשניטליכע מענטש געהאט ארום פיר צו פינף קינדער. אז מען קוקט אויף ביאגראפיעס פון מענטשן פון פאר צוויי הונדערט יאר צוריק זעט מען כמעט נישט אזעלכע וועלכע האבן געהאט א שטוב פול מיט קינדער. די סיבה דערצו איז געווען אז פאר צוויי הונדערט יאר צוריק אין אייראפע איז ליידער געווען אסאך מער מצוי אז קינדער זאלן שטארבן יונג און נישט קומען צום פולע וואוקס און זייער אסאך קינדער זענען געשטארבן נאך איידער ווערן פינף יאר. דעריבער אפילו אזעלכע וועלכע זענען פון נאטור אויס געווען שטארק פרוכטבאר, האבן זיי אבער נאכאלץ נישט געהאט א שטוב פול מיט קינדער. אבער דאס אלעס האט זיך שטארק געטוישט אין די יארן איידער דער ערשטע וועלט מלחמה אין צווישן דער ערשטע וועלט מלחמה און דער צווייטע ווען די פאפולאציע צווישן אידן אין אייראפע און אין דער אלגעמיינע וועלט האט פלוצלונג אנגעהויבן וואקסן זייער שטארק.

צום שלוס. עס זענען פארהאן דריי הויפט סיבות פארוואס מען ברענגט קינדער אויפן וועלט, און דאס זענען:

צוליב די מצות עשה פון פריה ורביה. די ערשטע מצוה אין דער תורה וואס אדם הראשון איז צום ערשט באפוילן געווארן, נאך פאר דער מצות לא תעשה פון נישט עסן פונעם עץ הדעת. אין דעם איז אויך אריינגערעכנט דער ענין פון לא לתוהו בראה לשבת יצרה.

די צווייטע סיבה איז מדברי סופרים פונעם פסוק אין קהלת, בבוקר זרע את זרעך, וואס פון דעם דרשנ'ען חז"ל אז אפילו נאכדעם וואס מען האט שוין מקיים געווען דעם מצוה מדאורייתא פון פריה ורביה זאל מען זיך נאך אלס נישט פארמיידן פון האבן קינדער, כי לא תדע איזה מהם יוכשר.

און די דריטע סיבה וועלכע איז מער א פראקטישע סיבה, און דאס איז ווייל אזוי ווי מען טאר דאך נישט מוציא זיין זרע שלא במקום מצוה, איז ממילא אומפארמיידבאר אז די ווייבער זאלן נישט ווערן טראגעדיג און האבן קינדער.

אויף דער ערשטע סיבה פון פריה ורביה איז נישט דא וואס צו רעדן, און איינער וואס האט נאך נישט מקיים געווען דער מצוה דארף טאקע האבן א לעגעטימע סיבה טאמער קען ער נישט ברענגען קינדער אין זיין צייט. אבער אלס דער ענין פון לא תוהו בראה לשבת יצרה האבן מיר פריער קלאר ארויסגעברענגט אז די וועלט איז שוין פעסט באזעצט און איז שוין פול און באוואקסן.

אויף דער צווייטע סיבה וואס קומט מכוח דעם פסוק פון בבוקר זרע את זרעך, דארף ארויסגעברענגט ווערן אז אין דעם זעלבן פסוק שטייט פונקטליך די סיבה פארוואס עס איז אזוי ראטזאם, און דאס איז ווייל ענדגילטיג קענסטו נישט וויסן וועלכע פון זיי וועלן זיין מער געראטן און אפשר גאר וועלן ביידע זיין געראטן אייניג. פון דער סיבה וואס שלמה המלך געבט אן אויף זיין פארשלאג איז דאך משמע אז טאמער וועט נישט זיין די סיבה וועט אוועקפאלן די רעקאמענדאציע. איז טאמער איז דא איינער וואס האט נישט קיין געדולד צו זיינע קינדער און זיי נעמען איהם אוועק זיין ישוב הדעת, ער האט נישט קיין רואיגקייט וועגן זיי, און אלס רעזולטאט קען ער זיי נישט געבן וואס זיי דארפן אזוי וויכטיג האבן און שפעטער וואקסן זיי אויף גייסטיש שוואך און אומאנטוויקלט, דאן פאלט אוועק יעדע מינדעסטע סיבה צו ברענגען קינדער מער ווי מען קען דערהייבן. און אינאיינוועגס קען מען אננעמען דעם פסוק איינפאך אז נאכן האבן צוויי קינדער אין די יוגענט אין די צוואנציגע יארן קען מען פרובירן צו האבן נאך א קינד שפעטער אין די דרייסיגע יארן כי לא תדע....

עס דארף באטאנט ווערן אז דער פריערדיגער דור האט געהאט א השקפה פון אויפבויען אידישקייט נאכן ביטערן קריג, ווי מער קינדער, ווי מער מענטשן ארויסשלעפן פון די גאז קאמערן, אבער היינט ברוך השם האט זיך אידישקייט שוין הערליך צוריקגעבויעט און עס וואקסט און בליעט, קען מען שוין עטוואס נאכלאזן.

די דריטע סיבה איז אביסל שווער צו רעדן וועגן דעם אבער דאך וועל איך פרובירן עס צו אויסשמועסן.

קודם וויל איך עס פארענטפערן מיט א פשוט'ן לאגיק ווי פריער אויסגעשמועסט, אז מוטב שיוציאו זרע לבטלה ואל יולידו ילדים לבטלה. וואס איז בעסער? אז מען זאל אכטונג געבן נישט צו נעמען גארנישט וואס איז דא דערין א חשש פון הוז"ל און דאן זאלן די קינדער קומען אין א רייע און דאן זאל מען בלייבן שטעקן מיט זיי נישט וויסענדיג וואס צו טוהן מיט זיך און מיט זיי און אזוי זאלן זיי אויסוואקסן פונעם שלאכט-פעלד ארויס, אומערוואקסן, אומגעלערענט און אהן די ווארימקייט וואס א מענטש פאדערט, אדער זאל מען ענדערשער טוהן וואס מען קען צו פארמיידן אזא קאטאסטראפע און נעמען עפעס איידערן וואוינען, צו פארמיידן שוואנגערשאפט? איך ווייס נישט צו איך בין גערעכט אבער אין מיין קאפ זענען קינדער וויכטיגער ווי דער פאטענציאל זיי צו האבן.

היוצא לנו מדברינו, אז עס דארף זיין אז דער זאך זאל זיין אסאך מער אנגענומען אינעם היימישן עולם, למשל די אלע מיטלען ווי אזוי זיך צו באשיצן זאלן זיין אסאך מער צוטריטליך, מען זאל עס אפילו פארקויפן אין היימישע געשעפטן און אין מקוואות, נאר שמאטעס קען מען פארקויפן?

קינדער קענען נישט זיין די פירות פון אידיאלאגישע שיטות. קינדער זענען מענשטן מיט נשמות, זיי פאדערן ווארימקייט, ליבשאפט, אויפמערקזאמקייט, געלט און אסאך, אסאך כוחות. מען קען זיי נישט ברענגען ווען מען איז נישט גרייט דערפאר. עס איז פשוט נישט עטיש און אומאויסגעהאלטן.

איידער מען גרייט זיך צו ברענגען א קינד דארף מען זיך פרעגן, צו האב איך געלט פאר איהם, קליידונג, א מוסד וואו ער זאל לערנען, זיך פילן היימיש, צו האב איך א הויז פאר איהם פאר ווען ער וועט אויסוואקסן, האב איך געדולד פאר איהם, ליבשאפט פאר איהם, צו וועל איך טאלערירן זיינע קינדערישקייטן?


מיין ליבער, טאמער דער ענטפער צווישן דיך און דיך אליין איז ניין, דאן איז ניין!"
זייער שיין געשריבן.
איך וויל צולייגן איין נקודה, וואס דערמיט וועט פארענטפערט ווערן פארוואס די וועלט (און בפרט די אידישע וועלט) צווואקסט זיך אזוי אויף א מאסנשטאבליכן פארנעם
אין בן דוד בא עד שיכלו כל נשמות שבגוף!
► הצג ספוילר
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מי אני האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 05, 2023 11:43 amדא ברענגען זיי ארויס די נעגאטיווע (עקאנאמישע) השלכות פון דעם אז די פערטיליטי ראטעס און געבורט ראטעס טוהן צוביסלעך פאלן איבער די וועלט אונטער די ריפּלעיסמענט ראטע פון 2 פּער פּאָר. ואפילו מיט אימיגראמיע, טוהן זיי אבער אין צוויי-דריי דורות מאדערנעזירט ווערן און האבן די זעלבע ראטעס אין דעם ווי די אלגעמיינע פאפולאציע.
דא רעדט דר. חנה ריטשטי איבער דעם אז מ'טרייבט איבער דעם אָווערפּאַפּיולעישאן פראבלעם, און ווי די דאטא ווייזט נישט דערויף. (זי האט געשריבן אַן אַפּטימיסטישן בוך איבער דעם אלעם.)

***

עס איז אינטרעסאנט דאס וואס דער מהר"ל שרייבט בנתיבות עולם (נתיב האמת פ"א) איבער די גמרא בסנהדרין צז.
ואמר שהוליד שני בנים, גם דבר זה לפי הסדר והאמת כי התולדות הראוים לאדם הם שנים. כי התולדות אינם רק ריבוי כדכתיב פרו ורבו, והריבוי אינו רק בשנים ולפיכך התולדות הראוים הם שנים. ולכך סבר ב"ש במס׳ יבמות (סא:) כי לא נקרא שקיים האדם פריה ורביה רק בשנים מפני שזה התפשטות התולדות.
די געדאנק דערין איז לכאורה כהרמ"א באו"ח סימן רסג סעיף א "כי יכולין להוסיף על דבר המכוון נגד דבר אחר, ובלבד שלא יפחות" ע"ש. ועיין באבה"ע סימן א סעיף ח עפ"י הגמרא ביבמות סב:
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט